הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם הפאליטיק » ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א

ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א

24 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #487
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך אפריל 22, 2015 3:39 pm#1
ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א
עס איז שוין פאריבער די ריזיגע מאסן עצרת און הספד אויף די בעל שבט הלוי זצ"ל אין די גרויסע צענטערן פון סאטמאר מהר"א
האט עס באמת א פירוש די גאנצע טראסק?
אוודאי על פי דין איז מען מחוייב צו באוויינען אזא נשר הגדול און גברא רבא שהלך לעולמו לדאבון לב כל ישראל

אבער וואסי פשט פון אזא עצרת ענקי?????????????????????
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:29 am#2
Re: ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א
איך האב געזען די בילדער, און עס זעט אויס פיל, אבער נישט געפאקט.
פרייטאג אפריל 24, 2015 11:30 am#3
Re: ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א
מ'פלעגט אלס מאכן אין סאטמאר (ווען סאטמאר איז נאך געווען סאטמאר) הספדים אויף פרעזענליכקייטן בפרט אויף אזא גדול בענקים ווי הר' וואזנער איז עס זייער פארשטענדליך ספעשל אז ער האט זיך שטארק צוגעשטעלט צו סאטמאר מט'ן נישט גיין צום כותל ,בחירות און אויך אנדערע זאכן בכלל איז ער כל ימי חייוו געווען זייער נערץ ביי אלע סאטמארע רבי'ס וכמים פנים האט דער גרויסער צדיק הר' וואזנער ארויסגעוויזן א שטארקע חביבות פאר רבותיה"ק מסאטמאר זכרונם לברכה און יבדל לחיים נאך זיי
פרייטאג אפריל 24, 2015 11:32 am#4
Re: ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א
אויב וואלט הרב וואזנער אויך געגאנגען מקבל זיין די אנדערע זייט אין סאטמאר און שיין גערעדט ביותרת הכבוד צו א מנהיג אין סאטמאר וואס איז נישט אפיאלירט מיט מהר''א, וואלט מען אויך געמאכט אזעלכע גרויסע איבערקערנישען? איך פרעג
פרייטאג אפריל 24, 2015 11:40 am#5
Re: ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א
שתי תשובות 1 לכוארה יא

2 היא הנותנות וד"ל (איך האף דו פארשטייסט אז אזא איש השלום ווי הר' וואזנער וואס האט זיך נישט געמישט אין קיין שום מין מחלוקה אין זיינע גאנצע הונדערט יאר -און ס'איז געווען מחלוקת אין וואס זיך צו מישן... גענוג ..און גרויסע....-האף איך אז דו פארשטייסט אז הר' וואזנער האט א קליינע פראבלעים געהאט מיט רז"ל נאר דא האט אים עפעס טיפער געבאדערט)

3 מיט דיין תגובה האסטו געפרעגט פון איין זייט און גענטפערט די צווייטע זייט (די פארעווקייט ביי כת רז"ל)
פרייטאג אפריל 24, 2015 1:02 pm#6
Re: ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א
יא יא האט געשריבן:מ'פלעגט אלס מאכן אין סאטמאר (ווען סאטמאר איז נאך געווען סאטמאר) הספדים אויף פרעזענליכקייטן בפרט אויף אזא גדול בענקים ווי הר' וואזנער איז עס זייער פארשטענדליך ספעשל אז ער האט זיך שטארק צוגעשטעלט צו סאטמאר מט'ן נישט גיין צום כותל ,בחירות און אויך אנדערע זאכן בכלל איז ער כל ימי חייוו געווען זייער נערץ ביי אלע סאטמארע רבי'ס וכמים פנים האט דער גרויסער צדיק הר' וואזנער ארויסגעוויזן א שטארקע חביבות פאר רבותיה"ק מסאטמאר זכרונם לברכה און יבדל לחיים נאך זיי

האסט פארגעסן צו געבן קרעדיט :D

סאטמאר האלט א הספד ווייל ער "האט זיך צוגעשטעלט צו סאטמאר"?!
איר זענט אפשר אויפן קאפ געפאלן?!
זינט ווען מאכט סאטמאר רבי און קהל א אפיציעלע טראסק פון איינעם ווייל ער "שטעלט זיך צו" צו די סאטמארע זאכן?!

און איין מינוט, ער איז כל ימיו נישט געגאנגען צום כותל ווייל ער "האט זיך צוגעשטעלט", יא?! עס איז א בושה און א חרפה אזוי צו מזלזל זיין בכבודו פון אזא אדם גדול ווי הרב וואזנער ז"ל! א איד וואס איז געווען בכח צו געבן תשובות להלכה אין די הארבסטע ענינים פאר די גרעסטע מענטשן, א איד וואס איז געווען אהוב ביים הייליגן רבי'ן זי"ע, א איד וואס רעדט מיט וואונדער ווי אזא אדם גדול ווי דער רבי ז"ל איז זיך געקומען אדורכרעדן מיט איהם עניני הכלל, האט געפאלגט זיינס א פסק אלס "צושטעלונג"?! פעים אן יו קהל! שעים אן יו בלאט! (דו זאגסט דאך נאר נאך זייערס.)
ער איז נישט געגאנגען צום כותל, פארוואס? איך ווייס נישט! אפשר ווייל ער האט געהאט דרך ארץ פאר א פסק הלכה פון הייליגן רבי'ן זי"ע, אפשר ווייל ער האט אליינס געהאלטן אז מען טאר נישט, איך ווייס נישט, וואס איך ווייס יא איז, אז פאר זיך "צושטעלן צו סאטמאר" האט רב וואזנער נישט מוותר געווען צו גיין צו שריד בית מקדשינו חמדת כל ישראל, ניין און נאכאמאל ניין!
פרייטאג אפריל 24, 2015 1:09 pm#7
Re: ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א
יא יא האט געשריבן:2 היא הנותנות וד"ל (איך האף דו פארשטייסט אז אזא איש השלום ווי הר' וואזנער וואס האט זיך נישט געמישט אין קיין שום מין מחלוקה אין זיינע גאנצע הונדערט יאר -און ס'איז געווען מחלוקת אין וואס זיך צו מישן... גענוג ..און גרויסע....-האף איך אז דו פארשטייסט אז הר' וואזנער האט א קליינע פראבלעים געהאט מיט רז"ל נאר דא האט אים עפעס טיפער געבאדערט)

נאר דא ליגט עפעס טיפערס, כצ"ל.
והיא, אז זיינע שטוב מענטשן האבן מאיזה סיבה שהוא איהם נישט פארציילט ווער רז"ל איז, וואס ער איז, וואס ער האט, וואס ער פירט אן וכו' וכו'.
איר האט אודאי געליינט די משלחן מלכים פון זיינע שמועסן מיט אדמו"ר מהר"א, עס איז נישט דא נאך אזא גוטע ראי' - אז דאס איז אינסייד דזשאב - ווי די משלחן מלכים.
קוק עס איבער, ליין די אינפארמאציע וואס ער ווייסט, ווי גוט ער ווייסט עס, ווי נישט גוט ער ווייסט עס וכו' וכו' נאך אסאך פרטים (אפשר אין די משלחן מלכים אשכול וועט נאכפאלגן א אנאליז).
פרייטאג אפריל 24, 2015 1:11 pm#8
Re: ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א
תיקון טעות ער האט זיך נישט צוגעשטעלט ער האט אזוי געטון ער איז געווען מיט סאטמאר אין אלעם
פרייטאג אפריל 24, 2015 1:14 pm#9
Re: ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א
הייסט אין מיט אנדערע זאכן האט ער נישט געהאט קיין שטוב מענטשן ? ביים בעלזער האט ער נישט געהאט די וועלטס פרעשור ? ער זאל זיך אריין מישן ? וואס האקסטו א טשייניק אים האט מען גארנישט געקענט איינרעדן דאס איז געווען זיין שטארקייט ער האט זיך געשראקן פאר קיינעם
פרייטאג אפריל 24, 2015 2:04 pm#10
Re: ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א
יא יא האט געשריבן:1תיקון טעות ער האט זיך נישט צוגעשטעלט
2
ער האט אזוי געטון ער איז געווען מיט סאטמאר אין אלעם

די ערשטע האלבע, א' עס איז נישט דיין טעות, ב' נישט די ווארט אליינס איז געווען די פראבלעם.
צווייטע האלבע, נישט ריכטיג.
פרייטאג אפריל 24, 2015 2:20 pm#11
Re: ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א
יא יא האט געשריבן:הייסט אין מיט אנדערע זאכן האט ער נישט געהאט קיין שטוב מענטשן ? ביים בעלזער האט ער נישט געהאט די וועלטס פרעשור ? ער זאל זיך אריין מישן ? וואס האקסטו א טשייניק אים האט מען גארנישט געקענט איינרעדן דאס איז געווען זיין שטארקייט ער האט זיך געשראקן פאר קיינעם

איך האב געזאגט אז מען האט איהם עפעס איינגערעדט?
אז קיינער פארציילט דיר נישט אז רב וואזנער איז נפטר געווארן, וואלסטו געוויסט דערפון (ווען נישט די צייטונגען און וועבסייטס און האטליינס)? אודאי נישט וויאזוי זאלסטו וויסן?
אז קיינער פארציילט איהם נישט איבער מהרז"ל און ווי גרויס זיין פראקציע איז פון וואו זאל ער וויסן דערפון?

(נאכן די שמועסן מיט דיר אין ביידע אשכולות היינט וויל איך דיר זאגן, אייביג ליין וואס דער מגיב האט געשריבן פאר דו ענטפערסט, און אלעמאל טראכט פאר דו גלייבסט איינעם)
זונטאג אפריל 26, 2015 11:33 am#12
Re: ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א
הרב וואזנער האט קלאר געהאלטן פון רבי אהרן מ'סאטאר עס איז ברור כשמש
קוק איבער זיינע שמועסן, פארפאלען
זונטאג אפריל 26, 2015 11:40 am#13
Re: ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א
Yiddish האט געשריבן:הרב וואזנער האט קלאר געהאלטן פון רבי אהרן מ'סאטאר עס איז ברור כשמש
קוק איבער זיינע שמועסן, פארפאלען

ביטע זיי דיר מסביר, איינער אין דעם אשכול זאגט אנדערש? מען דעבאטירט די סיבה דערצו
זונטאג אפריל 26, 2015 1:49 pm#16
Re: ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א
פערדן טרייבער האט געשריבן:די סיבה איז ווייל ער האט געזען א רבי וואס קען לערנען און איז א רב ווי אינדערהיים


אט אזוי האסט מיר געגעבן די ווערטער אין מויל הר' וואזנער האט זייער געהאלטען פון ר' אהרן ווייל ער האט בעצם ליב געהאט יעדן מורה הוראה ער האט ליב געהאט תורה ווען ר' אהרן האט נאך געוואוינט אין ב"ב בבית חמיו לאחר נישואיו האט ער זיך שוין באקענט מיט הר' וואזנער

אויסער דעם איז ר' אהרן א געוואלדיגע טוער וואס דעס האט הר' וואזנער זייער געשעצט פון אים דעטס אלל

וקצרתי קצת אבער דעס בערך איז די פוינט
זונטאג אפריל 26, 2015 2:15 pm#18
Re: ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א
פערדן טרייבער האט געשריבן:די סיבה איז ווייל ער האט געזען א רבי וואס קען לערנען און איז א רב ווי אינדערהיים
יא יא האט געשריבן:ר' אהרן א געוואלדיגע טוער וואס דעס האט הר' וואזנער זייער געשעצט פון אים דעטס אלל

און אויף דעם ארויף האב איך שוין פרייטאג געשריבן:
מיין מיינונג האט געשריבן:איר האט אודאי געליינט די משלחן מלכים פון זיינע שמועסן מיט אדמו"ר מהר"א, עס איז נישט דא נאך אזא גוטע ראי' - אז דאס איז אינסייד דזשאב - ווי די משלחן מלכים.
קוק עס איבער, ליין די אינפארמאציע וואס ער ווייסט, ווי גוט ער ווייסט עס, ווי נישט גוט ער ווייסט עס וכו' וכו' נאך אסאך פרטים (אפשר אין די משלחן מלכים אשכול וועט נאכפאלגן א אנאליז).

די ערשטע חלק פון דיין - פערדן טרייבער - ביאור האב איך נישט קיין געדולד יעצט צו צונעמען, באמת האב איך אין די משולחן מלכים אשכול געפלאנט עס צו באהאנדלען דורך אראפברענגען א שמועס וואס איך האב א לענגערע צייט צוריק געזעהן און עס באשרייבן, דערווייל האב איך נישט געטראפן יענעם גליון.
עס איז באמת גארנישט דא צו מחדש זיין אין די נושא זינט עס איז דברים ידועים לכל, יענע שמועס איז נאר געווען איינס וואס מאלט אראפ די פיקטשער שווארץ אויף ווייס, שפתים ישק! חבל אז מיר האבן עס נישט אוועקגעלייגט בשעתו.
זונטאג אפריל 26, 2015 2:36 pm#19
Re: ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א
עס איז קלאר אז די חברה וואס האבן די שטארקערע כח און בעלות אין בני ברק סאטמאר, האבן געהאט א שטארקערע ווארט ביי הרב וואזנער זצ''ל
זונטאג אפריל 26, 2015 3:09 pm#20
Re: ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א
זיכער אזוי. ארונים פירן ב''ב זיי האבן פשוט געריטן אויף אים. נישט אז ער האט נישט געגליכן רבי אהרן, מסתם יא פונקט ווי ער האט געגליכן יעדן איד. אבער דאס אז ער האט נישט געוויסט וועגן רבי זלמן לייב איז דאך פשוט געווען די אהרונים'ס ארבעט. ווען רבי זלמן לייב איז געווען אים באזוכן האט אים הרב וואזנער געפרעגט צו ער האט מנין?!!! עס איז רעקארדירט!
די אהרונים האבן זיך היבש געשעמט דערמיט אז זייערע טונקעלע מעשים קומען אזוי ארויס אויפן אויבערפלאך.
זונטאג אפריל 26, 2015 3:20 pm#21
Re: ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א
Yiddish האט געשריבן:עס איז קלאר אז די חברה וואס האבן די שטארקערע כח און בעלות אין בני ברק סאטמאר, האבן געהאט א שטארקערע ווארט ביי הרב וואזנער זצ''ל


איך וויל פארשטיין וואס הייסט "ווארט" האט דען דער שבט הלוי זצ"ל געטון עפעס פאר מהר"א מער ווי פאר מהרז"ל (חוץ די איינמאל וואס ער האט אים אריין געזאגט וועגן די שיכון וואס ער האט געוואלט בויען ) האר ער אמאל געשריבען עפעס א בריוו קעגן מהרז"ל האט ער ערגעץ בתור א בריוו אדער סיי וואספארא אופן פון חיזוק מער מחזק געווען מהר"א במישרין או בעקיפין ?

ס'איז בס"ה געווען א קעגנזייטיגע שטארקע הערצה און חבה יתירה וואס הר' וואזנער האט ארויסגעוויזן פאר מהר"א ער האט געשעצט זיין תורה און זיינע פעולות לטובה סאטמאר איז ביי אים נישט קיין פרעמדע זאך סאטמאר איז אלעמאל געווען קרוב ללבו און ער האט הנאה געהאט צו הערן אז סאטמאר שטייט ווייטער און מ'פארנעמט זיך מיט אויפטון פאר'ן דת און שוין אן קיין פשעטלעך במילא איז געווען א שטארקע הערצה דאס אלעס
זונטאג אפריל 26, 2015 3:25 pm#22
Re: ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א
הר' גרויזאמער

ער האט נישט געפרעגט צו ער האט מנין מאך דיך נישט משוגע טרייב נישט איבער ער האט בס"ה אנגעקוקט רז"ל ווי זוי ער איז א פיינע רבי ווי אלע אנדערע רבי'ס האט נישט ספעשל וואס צו פארקויפן און ער טוט נישט גארנישט ספעשל און שוין האט א רעביסטיווע און פירט אן א הויף און שוין (אויסער דעם האט ער געהאט א אישו מיט אים אז ער איז געגאנגען אין קארט וועגן ב"ב דאס אלעס )
דינסטאג אפריל 28, 2015 11:09 am#23
Re: ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א
גרויזאמער האט געשריבן:זיכער אזוי. ארונים פירן ב''ב זיי האבן פשוט געריטן אויף אים. נישט אז ער האט נישט געגליכן רבי אהרן, מסתם יא פונקט ווי ער האט געגליכן יעדן איד. אבער דאס אז ער האט נישט געוויסט וועגן רבי זלמן לייב איז דאך פשוט געווען די אהרונים'ס ארבעט. ווען רבי זלמן לייב איז געווען אים באזוכן האט אים הרב וואזנער געפרעגט צו ער האט מנין?!!! עס איז רעקארדירט!
די אהרונים האבן זיך היבש געשעמט דערמיט אז זייערע טונקעלע מעשים קומען אזוי ארויס אויפן אויבערפלאך.

ווי יא יא זאגט, ער האט נישט "ממש" געפרעגט צו ער האט מנין....
אבער פון דאס וואס ער האט יא געפרעגט, און פון די וואונדער וואס ער ווייזט ארויס ווען ער הערט די תשובות זעהט מען אז ער האט געמיינט אז אלע סאטמארע חסידים האבן מקבל געווען מהר"א אלס ממלא מקום פון זיין טאטן און איין ברודער'ל וואס וואוינט אין וויליאמסבורג שטופט זיך אריין ס'נאניע...

m https://copy.com/ywueoANmlkTnekeT m
דינסטאג אפריל 28, 2015 1:24 pm#24
Re: ריזן מאסן הספד אויף די שבה"ל זצ"ל דורך מהר"א
נאכ'ן איבערהערן דריי מאל זעי איך נאך אלס נישט דיין פראבלעים עס איז באמת געווען א הערליכע אויפנאמע און שיין געוואונטשען איך האלט ר' אהרן האט א ערנסטע פראבלעים מיט די ברכה