לעצטערע ממזרים שערוריא

17 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #507
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג מאי 01, 2015 12:51 pm#1
לעצטערע ממזרים שערוריא
איז מען בארעכטיגט צו באשמוצען אין פובליצירן חרמות און פסקים קעגן א קינד וואס איז געבוירען ביי עלטערן וואס די חתונה איז געמאכט געווארן דורך אדמו''ר מוויזשניץ וואס האט על פי סמך ראבד י-ם זיך פארלאזט אויף די רבנות הראשות???
די פראגע איז מיר איצטערט ארויפגעקומען זעהנדיג די פלאקאטען איבער א אשת איש פרשה אין אר''י

א קאפל וואס האט חתונה געהאט אין וויזניץ ב''ב דורך א גט פון רבנות וואס ערליכע רבנים האבן דערויף שטארק מפקפק געווען,  ווערט אין די טעג שטארק באשמיצט מיטן מאכן פראפאגאנדע אז זייער ניי געבוירען בן זכר ווערט פארשריבן לדורות עולם אלס א ממזר
און די צעטליך בחוצות לויטען די ציטאטען פון אלע פסקי דין און דברי השקפה בנוגע די געבוירען קינד

איז אלס אזוי געווען נהוג בתפוצות ישראל צו מאכן פירסום פון א געבוירן קינד ביי פראבלעמאטישע חתונות??

די לעצטע תקופה איז געווען צוויי אזעלכע חתונות
די אידן אין ארץ ישראל גייען האלטן א פנקס פאר די אלע פראבלעמאטישע געבוירענע
פרייטאג מאי 01, 2015 1:54 pm#2
Re: לעצטערע ממזרים שערוריא
ביי א ממזר איז דא א חיוב צו מפרסם זיין די יחוס זיינער, מען רופט אויס ביים ברית עפעס, און מען מאכט די ברית ביים טיר פון ביהמ"ד להיכרא.

דאס איז ביי א ממזר ודאי.
פרייטאג מאי 01, 2015 1:55 pm#3
Re: לעצטערע ממזרים שערוריא
דאס און נאך ענליכע פסקים ווערן געברענגט אויף די פלאקאטען

מען פלעגט אלס מאכן גרויסע פירסומים ביי א ממזר??
זונטאג מאי 03, 2015 11:42 am#4
Re: לעצטערע ממזרים שערוריא
קען איינער זיך מתנדב זיין אראפצוגעבן צייט און באשרייבען מעשה שהי' און נאכדעם די צוויי צדדי השאלה וואס איז די פסק פון ראב"ד י-ם און ווער ס'איז זיין בר פלוגתא ?
זונטאג מאי 03, 2015 6:00 pm#5
Re: לעצטערע ממזרים שערוריא
עס איז נאר דא איין צד אין די שאלה
די רבנות האלט אז די געצווינגענע גט מעושה וואס זיי האבן געמאכט איז כשר
לעומת זה טענה'ן די ערליכע בתי דינים ורבנים אז די פרוי איז א א''א ובני' ממזרים

די שאלה איז יעצט וואס טוט מען ווען פון אזא קדושין איז למעשה נולד געווארן א בן זכר
זונטאג מאי 03, 2015 6:43 pm#6
Re: לעצטערע ממזרים שערוריא
ראש הקהל האט געשריבן:עס איז נאר דא איין צד אין די שאלה
די רבנות האלט אז די געצווינגענע גט מעושה וואס זיי האבן געמאכט איז כשר
לעומת זה טענה'ן די ערליכע בתי דינים ורבנים אז די פרוי איז א א''א ובני' ממזרים

דו אליינס ברענגסט דאך צוויי צדדים...

פארוואס איז דער גט מעושה כשר? לדבריהם.
און פארוואס האלט ראב"ד י"ם אויך אזוי?

און וואס ענטפערן די אוסרים?
זונטאג מאי 03, 2015 6:54 pm#7
Re: לעצטערע ממזרים שערוריא
די צד אז די פרוי איז מותר צו איר מאן איז דאך געבויעט אויף די רבנות וואס צווינגט דורך זייער מאכט פון פאליציי אין ארץ ישראל צו געבן א גט און אויף דעם ארויף האט די פרוי חתונה געהאט

די פראגע איז יעצט ווען עס איז נולד געווארן א בן זכר און די צד האוסרים שרייען אז די קינד איז וודאי ממזר
דארף מען דאס מאכן מיט א פירסום קבל תבל אדער נישט?
זונטאג מאי 03, 2015 10:08 pm#8
Re: לעצטערע ממזרים שערוריא
@ ראש הקהל האסט נישט געאנטווארט @ מיין מיינונגס קשיא איך פארשטיי אז דו ביסט ראש הקהל אבער היינטיגע טעג האט א ראש הקהל אויך דרך ארץ

וואס הייסט גאס אז די צד היתר איז געבויעט ווער האט דאס געבויעט א בילדער אדער א רב ?
זונטאג מאי 03, 2015 10:12 pm#9
Re: לעצטערע ממזרים שערוריא
וואס איז דא אזוי אומפארשטענדליך?? די רבנות און הגרמ''ש פון די עדה''ח האבן געשטיצט די גט מעושה, און אסאך רבנים זענען קעגן דעם
וואס איז דא אזוי שווער צו פארשטיין @יא יא ביסט נישט קלאר אין די געשעהניש?
זונטאג מאי 03, 2015 10:17 pm#10
Re: לעצטערע ממזרים שערוריא
זייט ווען טוט הר' שטערנבוך שטיצן גט מעושה'ס ? ובכלל די עדה החרידית איז דאך אויפגעשטעלט קעגן די רבנות הרשעות ?

נאר וואס דען סאמטינג ביהיינג דעט, די סאמטינג וויל איך פארשטיין
זונטאג מאי 03, 2015 10:51 pm#11
Re: לעצטערע ממזרים שערוריא
מאך עס נישט אזוי קאמפלעצירט

הער אויס די הספד אויף די שבט הלוי פון די ראבד ים עס קלארט אויס די שאלות
זונטאג מאי 03, 2015 10:58 pm#12
Re: לעצטערע ממזרים שערוריא
יא יא האט געשריבן:זייט ווען טוט הר' שטערנבוך שטיצן גט מעושה'ס ? ובכלל די עדה החרידית איז דאך אויפגעשטעלט קעגן די רבנות הרשעות ?

דו פאנגסט אן א שטאפל צו ווייט,
וואס איז די הסבר וואס די רבנות געבט אן, פארוואס זאל די גט מעושה זיין כשר?

דיין צווייטע שאלה כאפ איך נישט, די עדה החרדית שטיצט דען די גט?!
בסך הכל זאגט ער אז ר"מ שטערנבוך שטיצט דאס (לאמיר האפן אז עס איז נישט אמת), דארף מען וויסן וואס האט שוין ווידער באוואויגן ר"מ שטערנבוך אפצונויגן פון די עדה
זונטאג מאי 03, 2015 10:59 pm#13
Re: לעצטערע ממזרים שערוריא
ראש הקהל האט געשריבן:הער אויס די הספד אויף די שבט הלוי פון די ראבד ים עס קלארט אויס די שאלות

ער רעדט ביים הספד וועגן די גט?
דאכט זיך מיר אז אויף קול סאטמאר איז עס דא, איך געדענק אבער נישט וואו, אויב איינער ווייסט זאל ער ביטע אנגעבן א מראה מקום)
זונטאג מאי 03, 2015 11:06 pm#14
Re: לעצטערע ממזרים שערוריא
אויף די אריגינעלע רעקארדינג וואס די טעלעפאון האט נישט צענזורירט ווערט געהערט ווי די ראבד ים פארפירט שטארק וועגן די שניטן וואס די מדינה האט גענומען צו זיך די תקציבים פון די ישיבות און צוברעכן רח''ל די 'תמכין דאורייתא'
די רעקארדירונג קלארט אויס די שאלה וואס @יא יא האט געפרעגט וויאזוי עס שטימט די מיינונג פון די עדה החרדית מיט ראבד ים
מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm#15
Re: לעצטערע ממזרים שערוריא
ווי מער איך ליין ווער איך נאר מער צומישט איז נאכאמאל לאמיר אנהייבן פון אנפאנג קען מיר איינער פליס -איך באדאנק זיך שוין פאר די טירחא- אראפלייגן די מעשה שהי' אן שיקן אויסצוהערן א הספד און אן פרעגן קשיות אויף א מעשה וואס איך קען נאך נישט לאמיר הערן וואס די מעשה איז
דינסטאג מאי 05, 2015 12:11 pm#17
Re: לעצטערע ממזרים שערוריא
די מעשה כמו שהוא ? אז נישט האב איך נישט וואס צו קוקן דארט אפי'