הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » געבוירן ערשטע קינד צו 65 יעריגע מאמע און 67 יעריגער טאטע

געבוירן ערשטע קינד צו 65 יעריגע מאמע און 67 יעריגער טאטע

6 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #518
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג מאי 18, 2015 12:51 pm#1
געבוירן ערשטע קינד צו 65 יעריגע מאמע און 67 יעריגער טאטע
אין נאדבורנא הויף אין א"י רעש'ט זיך אין די טעג מיט די נייעס, ווען ס'איז געבוירן געווארן א לעכטיג געזונט קינד, א בן זכר, צו ר' שמואל שחר (67) און זיין פרוי מרת חיה (65), ווארטענדיג 46 יאר פון די חתונה געהאלפן צו ווערן בזרע של קיימא.

די שלום זכר וועט אפגעראכטן ווערן דעם שבת קודש פרשת במדבר ביים שלחן הטהור פון האדמו"ר מנדבורנא ב"ב שליט"א.

נס גדול היה שם...
מאנטאג מאי 18, 2015 1:37 pm#2
Re: געבוירן ערשטע קינד צו 65 יעריגע מאמע און 67 יעריגער טאטע
מזל טוב מזל טוב דאס האט מיט כולל חצות ?
מאנטאג מאי 18, 2015 7:59 pm#3
Re: געבוירן ערשטע קינד צו 65 יעריגע מאמע און 67 יעריגער טאטע
יא יא האט געשריבן:מזל טוב מזל טוב דאס האט מיט כולל חצות ?

ניין, ס'איז א ברכה פון מהרא''ט מקרית יואל
מאנטאג מאי 18, 2015 10:06 pm#4
Re: געבוירן ערשטע קינד צו 65 יעריגע מאמע און 67 יעריגער טאטע
וואסי דאס ליצנות??
עס איז טאקע א ווינדערליכע מעשה
אין ארץ ישראל איז דאס ממש די נייעס פינעם טאג
דינסטאג מאי 19, 2015 1:12 pm#5
Re: געבוירן ערשטע קינד צו 65 יעריגע מאמע און 67 יעריגער טאטע
גרויזאמער האט געשריבן:
יא יא האט געשריבן:מזל טוב מזל טוב דאס האט מיט כולל חצות ?

ניין, ס'איז א ברכה פון מהרא''ט מקרית יואל


ענטשולדיג נישט שיין צו גרעפצן אין פובליק
דינסטאג מאי 26, 2015 11:37 pm#6
Re: געבוירן ערשטע קינד צו 65 יעריגע מאמע און 67 יעריגער טאטע
היינט איז פאר געקומען די ברית פינעם בן הנולד

מזל טוב !!!!!!
און אסאך אידיש נחת
אלע וואס ברויכען א ישועה זאלן שוין בקרוב געהאלפן ווערן און נישט ברויכען ווארטן ביז דער עלטער

http://www.jdn.co.il/news/499231