יא יא האט געשריבן:ביים ובחרת בחיים - כינוס כלל ישראל סניף בחורים האט מען געזען ווי סקולענע רבי איז ממש יונגער געווארן מיט אפאר יאר
דהיינו פאר 3 יאר צוריק ווען סקולענע רבי האט צוזאם גערופן אן אסיפה קעגן די טעכנעלאגיע וואס די אסיפה איז נישט געווען אויסגעהאלטן לפי די מאהאליוויצע תקנות האט יעדע סאטמטרער פארשטאנען אז כאטש רוב קהלות גייען זיך צושטעלן צו דעם אבער סאטמאר וואס ווייסט נישט פון קיין פשרות אזוי ווי דער רבי הד"י ואחריו די רבי הב"מ זי"ע האבן אונז שטענדיג געלערנט
האט דעמאלט רז"ל מראדני נ"י אין א איבעראשענדע שריט זיך אויפגעשטעלט מודיע זיין -על אפם וחמתם פון א טייל פון זיינע פרומע אנהענגער- אז ער שטעלט זיך יא צו און ער גייט יא צום אסיפה !
אויף די גרויסע פראגע פון היתכן ? איז דעמאלט געווען די תי' אז היות סקולענע רבי איז דער זקן צדיקי הדור דארף מען זיך מבטל זיין פאר אים והבן פאר די שוואכע סאטמערע דאס איז געווען איינע פון די תירוצים
שטעלט זיך יעצט די גרויסע פראגע ועכשיו וואס איז יעצט די תירוץ נעכטן האט דאך אויך דער זקן צדיקי הדור צוזאםגענומען אלע בחורים ווי ביסטו געווען ? אלא מאי מוז זיין אז דער סקולענע רבי איז יונגער געווארן
ליצנות אין א זייט געלייגט וואס איז טאקע פשט אז די תלמידי קווינס ישיבה האבן זיך נישט באטייליגט נעכטן ?
ערשט לאמיר גיין מיט וויאזוי דו זאגסט, נאכדעם וועלמיר גיין לויט וויאזוי איך געדענק די פאקטן.
דו האסט געברענגט צוויי "פאקטן", 1 די כינוס איז געווען אין פארלעצונג פון די מיהאלאוויטצע תקנות, 2 איינע פון די תירוצים איז געווען אז מען מוז גיין צוליב דאס אז דער סקולענער רבי וואס פאררופט עס איז דער זקן צדיקי הדור.
לכבוד דעם פרעגט איר א הארבע פראגע, "פארוואס זענען ביי די יעצטיגע אסיפה פאר בחורים נישט געגאנגען די בחורים פון קווינס?"
איך גיי מקדים זיין, איך ווייס נישט! איך וויל נאר זעהן צו עס איז טאקע אזא אומפארשטענדליכע זאך.
לאז מיר דיר פרעגן א שאלה, אויב וועט סקולענע רבי הייסן אדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר אז ער זאל צומאכן זיין ישיבה, וועט ער עס טון? (אויב עס איז צו א עקסטרעמע משל דאן טראכט פון עני אנדערע זאך וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט די סאטמארע מהלך, וועט ער עס טון?!) דו ווייסט אויך אז ניין, עס מוז זיין אז עפעס האט דא געמאכט אז מען זאל מחליט זיין אז מען גייט איהם דאסמאל פאלגן.
איך האב אלעמאל פארשטאנען אז די סיבה פארוואס ער איז געגאנגען מיט אלע אנדערע קהילות איז ווייל די אינטערנעט איז געווען אזא אומקאנטראלירטע וועלטס פראבלעם אז ער האט פארשטאנען אז מען מוז גיין צוזאמען מיט זיי כדי עס זאל זיין א וועלט אויפרידערנדע כינוס.
דאס מיינט אז ער האט מחליט געווען אז עס איז א שעת חירום און דערפאר מוז מען 'די איינמאל' פארקוקן אפי' אויף אזוינע יסודות ווי תקנות מיהאלאוויץ (מיר גייען מיטן הנחה אז עס איז געווען בניגוד דערצו).
א אסיפה פאר בחורים האט אויך אזא וויכטיגע פנים אז מען זאל מוזן איבערטון דאס דעמאלטסדיגע?! כ'מיין, פארוואס זאל ער דאסמאל אויך טון דאס זעלביגע?! ובפרט, ווען ער האלט שוין לאאאנג נאכן מאכן א אסיפה פאר זיינע 'בחורים' (אויב דו ווייסט נישט, צוויי יאר צוריק ארום פסח צייט האט ער געמאכט א ריזיגער אסיפה פאר אלע בחורים אין עטרת אברהם אין וויליאמסבורג).
ווייטער, דו זאגסט דאך אליינס אז די זקן האדמו"רים תירוץ איז דאך נאר געווען איינע פון די תירוצים, דעמאלטס וויאזוי פרעגסטו א קשיא נאר מכח די סיבה?!
אבער יעצט לאמיר גיין און דורכטון דיינע "פאקטן".
1 די כינוס איז געווען בניגוד צו די מיהאלאוויצע תקנות.
2 יעדער סאטמארער האט פארשטאנען אז אפי' אלע קהילות גייען דאך האבן מיר מקובל פונעם ד"י און ב"מ אז מען ווייסט נישט פון קיין פשרות (אין קורצן, עס איז נישט געווען קיין הו"א אפי' אז מען גייט גיין).
3 איינע פון די סיבות וואס מען האט פארקויפט פאר "די שוואכע סאטמארע (=חסידי רז"ל מראדני נ"י)" פארוואס מען איז געגאנגען איז געווען ווייל דער סקולענער רבי האט עס פאררופן און ער איז דער זקן האדמורי"ם און לכבודו מוז מען גיין.
נאמבער 1 איז מיר ממש געקומען צום לאכן, איינע פון די רעדערייען ארום די געגייעכטס איז געווען דאס, צו עס איז זיך מתנגד צו יענע תקנות אדער נישט (למשל, צו דער איסור פון א דרשה בלשון העמים איז אויך אינדרויסן פון א ביהמ"ד צו נישט, צו זיצן ביי די דרשה בלשון העמים וואס מען זאגט פאר די אידן וואס רעדן נאר ענגליש גייט אויך אריין בכלל האיסור וכו' וכו'), און דו קומסט מיטן גאנצן פשטות אז עס איז געווען בניגוד צו זיי. האסטו דען פארזעהן די געדרוקטע שמועס ביי אדמו"ר מהר"א מסאטמאר אינדעהיים מיט עטליכע פון די רבנים און מנהלים ומחנכים (איך געדענק נישט פונקטליך מיט וועם) וואו מען האט ארום געשמועס די פראבלעם? אויף וואס האבן זיי דן געווען אויב עס איז געווען א דבר ברור?
פיין, וועסטו זאגן אז דו האסט געשריבן לויט מסקנת אדמו"ר מהר"א? נו וויאזוי פרעגסטו קשיות, הלא על זה אנו דנין.
ווייטער, קענסט אפשר זאגן אז אדמו"ר מהרז"ל ווייסט נישט וואס ער טוט, ער טוט אן דעת תורה (קענסט נישט אזוי זאגן, איך שרייב נאר לויט וויאזוי עס איז די בליק אינערהאלב די חסידי מהר"א לאגער), איז ער דען געווען דער איינציגסטער מכריע?
געווען איז עס ל"ג בעומר תשע"ב, נאך לאנגע שטורעמישע וואכן וואס מען האט געהערט מיימינים ומשמאילים איבער דעם כינוס הממשמש ובא, מען איז שוין ענדליך געשטאנען א וואך צוויי פארן כינוס, האט יעדער געוויסט צו זאגן אז היינט איז דער טאג, היינט גייען ביידע סאטמארע רבי'ס (סארי, סאטמארע רבי און רז"ל מראדני נ"י...) זאגן דער עמטליכער מסקנא, (אז מהרז"ל גייט רעדן דערפון האב איך געהערט אין גאס און אויף קול סאטמאר האב איך געהערט אז דער רבי גייט אויך רעדן "דברים העומדים על הפרק",) בין איך דאך א נייגעריגער בין איך געגאנגען צו ביידע, מהרז"ל האט גערעדט אין ראדני (זיצעדיג גראדע, נישט ווי דו האסט געשריבן אז ער האט זיך אויףגעשטעלט

) און בפניהם פון "אלע" חברי בית דינו האט ער דערציילט אז ער האט זיך צאמגעזעצט מיט זיי און מען האט דן געווען צו מען זאל גיין צו נישט, ער האט "נישט" געזאגט די סיבה פארוואס מען האט מחליט געווען יא צו גיין, אבער בפניהם האט ער געזאגט אז זיי האבן אזוי מחליט געווען. (מהר"א האט - ל"ג בעומר - למעשה נישט גערעדט קיין אות אחת איבער דעם כינוס אדער אנדערע ענינים העומדים על הפרק.)
די דיינים זיינע האבן אויך נישט דעם דעת תורה? שוואך שוואך
ווייטער, די ליטווישע קענסטו נאך זאגן אז זיי רעכענען זיך נישט מיט די תקנות וואס עס האבן אוועקגעשטעלט די תלמידי חת"ס און נאך אין מיהאלאוויץ, אבער וואס איז מיט די אלע איבעריגע?! גייסטו זאגן אז די אלע האבן נישט מקבל געווען פונעם ד"י און ב"מ די מהלך אז מען ווייסט נישט פון קיין תירוצים און פשרות, רבי איד, ירושלים'ע רב איז דער מקיל אין בית שמש אדער דער בלאט?! דער פשעווארסקער רבי האט באזוכט דעם בעלזא'ער אדער אדמו"ר מהר"א מסאטמאר?! ווער ווייסט נישט פון קיין תירוצים און ווער ווייסט יא?! כ'וויל נאכאמאל הערן. אויך אדמו"ר מהרז"ל איז ידוע מיט אלץ אפנויגן פון די סאטמארע פרינציפן...
פונקט דא האבן פלוצלינג אלע אויסגעדרייט דעם דאשיק? מהר"א זעהט פלוצלינג נישט קיינע היתירים און דער יעקישער ירושלים'ע רב פארגעסט פלוצלינג פון די מערכות וואס די תלמידי החת"ס האבן געפירט? וואס שטעלטסטו אראפ א "פאקט" אז עס איז געווען בניגוד צו די תקנות אין מיהאלאוויץ?! איך הער, מהר"א האט מאיזה סיבה שהוא זיך נישט געוואלט ארויסזעהן פון דעם איסור, עס מיינט נאך נישט אז דאס איז טאקע אזוי געווען.
נאמבער 2, ביי יעדער סאטמארער איז געווען א דבר פשוט אז מען גייט נישט, אזוי?! איר דרייט זיך אין סאטמאר? אפשר אין בני יואל...
וואכן לאנג האט געהערשט א צומישעניש קיינער האט נישט געוויסט וואס עס גייט למעשה זיין, אסאך אידן - יא, אפי' פון חסידי מהר"א - האבן שוין געהאט געקויפט טיקעטס, (מען האט געשמועסט דעמאלטס אז אידן חסידי מהר"א האבן געמאכט צום סוף א פאר דאללער אפי' אויף זייערע טיקעטס...) יעדן טאג איז עס געווען נאכאמאל דער געשפרעך אין ביהמ"ד, אבער יעדער האט געוויסט מתחילה אז מען גייט נישט גיין...
פארוואס האט דער רבי געדארפט זאגן אז מען זאל נישט גיין? פארוואס האט מען געדרוקט און אויפגעהאנגען זיינע רייד אין ביהמ"ד? וכי בחנם חנטוהו?! איך ווייס נישט צו דו נארסט דיר אליינס, אדער דיין זכרון ארבעט פשוט נישט... (דאכט זיך מיר אז מעקסי העלטה האט פילן פאר זכרון אויך

)
די לשון וואס דו זאגסט קומט גראדע פון אדמו"ר מהר"א, ער האט עס געזאגט ביים תהלים שיעור אין ישיבה, ורגלי מוליכות אותי לבתי כנסיות ובתי מדרשות אז ווער עס האט איבערגעטרויטן די שוועל פונעם פעטער ז"ל'ס ביהמ"ד ווייסט אז א סאטמארער איד האט נישט וואס צו זוכן דארט, אבער דער מציאות איז אנדערש געווען, וואס קען מען טון.
3 איינע פון די תירוצים איז געווען אז מען גייט לכבודו פון זקן האדמו"רים, איך האב "קיינמאל" געהערט די נארישער תירוץ (ביים דרשה ל"ג בעומר האט עס מהרז"ל נישט געזאגט ווי געשריבן פריער, און פון א אנדערע אפיציעלע דרשה אינערהאלב יענע קהילה האב איך נישט געהערט), אבער דאס אז איך האב עס נישט געהערט מיינט נאכנישט אז מען האט נישט געמאכט אזא ליצנות פון זיי...
אבער אז דו ברענגסט נארישע ליצנות קען איך דיר ברענגען נאך איינס, איך בין געשטאנען אינעם קופקע ארום שמואל ווידער איין טאג אינעם היכל התורה אין וויליאמסבורג, אינמיטן האט איהם איינער אריינגעקאללט, ער האט אויפגעהויבן און איבערגעזאגט הויעך וואס יענער פרעגט "וואס די מעשה מיטן כינוס איז?", איז אזוי, "די חסידי מהרי"י מ'סאטמאר זענען מורא'דיג פרייליך אז זיי האבן באקומען די קעמפס האבן זיי זיך צוגעשטעלט צום כינוס." חחחחח אזא גוטס!
אויב ווילסטו קען איך דיר מיט דעם פארענטפערן פארוואס קווינס איז נישט געגאנגען צום בחורים כינוס, ווייל דאס יאר איז נישט געווען קיין פייט אויף די קעמפס....
סך הכל וואס דא בלייבט איז אזוי, קודם זיי מסביר פארוואס מען זאל דארפן שיקן די בחורים צו אזא כינוס, און נאכדעם זאלסטו ענדערש פרעגן אויף מהר"א "אויב איז מען טאקע נישט געגאנגען צום גרויסן כינוס נאר וויבאלד איר האט זיך אנגעשטויסן אין א פראבלעם מיט תקנות מיהאלאוויץ, דאן פארוואס איז מען נישט געגאנגען צום כינוס פאר די בחורים??????" ווי איידער אויף מהרז"ל וואס האט ווי געשריבן שוין לאאאנג געמאכט א כינוס פאר בחורים.
און אז דו זאגסט אז עס איז געווען על אפם וחמתם פון עטליכע פון זיינע אנהענגער וויל איך דיר מודיע זיין אז עס איז געווען על אפם וחמתם פון "דער הייליגער טשאטער רב", שאפראנער רב, און מנשה פילאפף, יעדעס ווארט איז איבעריג.
הרה"צ ר' טודרוס זילבער איז מתחילה אויך געווען דערקעגן, און אינטערעסאנט איז אז נאך וואס מהרז"ל האט איהם אריבערגערופן האט ער געטוישט מיינונג, אזוי האט מען דאן געשמועסט (והחוזק שעשו ממנו בהבלאט ידוע).
שלומיאל האט געשריבן:ליצנות אין א זייט געלייגט וואס איז טאקע פשט אז דו רופסט אים אן רז"ל מראדני נ"י?
די חשבון אז דורך געבן שוואכערע און קלענרע טיטלען פאר איינעם ווערט יענער באמת שוואכער און קלענער איז דער אפיציעל אנגענומענער מהלך ביי די אנטי רז"ל מראדני נ"י פארטיי, איך האב עס דערמאנט אין די נאטיצן אשכול.