הויפט זייט » שלום עליכם » ברוכים הבאים צו "דער קרעטשמע" » וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמען

וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמען

17 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #53
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג יולי 03, 2014 8:34 am#1
וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמען
אין די אנדערע מקומות פון ווי אונז אלע קומען איז אלס געווען נהוג מאז ומקדם, אז מען שטויסט זיך אהן דא און דארט אין א גרינער/רויטער פירער/בעל אחראי אויפען שטח, דא אינעם נארוואס געבוירענער קרעטשמע זעהט זיך דערווייל נישט אהן אויפען האריזאנט די אלע סארט פארשוינען, לכאורה קוקט עס אויס ווי בכוונה תחילה פון די פירער פינעם פלאץ צו משנה זיין דעם אנגענימענער כלל פון ביז היינט.

וואס האלט איר צו דעם טויש? איז דאס א גוטע זאך פאר א פארום אז מען זעהט נישט ארום זיך די מיט די רויטע און גרינע בייטש, אדער איז עס יא לתועלת המקום ולתפארת ה'קרעטשמע אזעלכע סארט מענטשען.
דאנערשטאג יולי 03, 2014 9:01 am#2
Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע
איך בין דא נאר פאר די סיבה!
דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:05 am#3
Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע
ספאדיק האט געשריבן:איך וויל ווערן אן אחראי, נאר טאמער מיין קאליר וועט געטוישט ווערן. איך בין נישט גרייט מ'זאל מיך פארהאלטן, אויב וועט מען זען אן אנדער קאליר, וועט מען גלייך האבן דרך ארץ (נד"נ).

איך וואלט פרעפורט טונקל געל.

דער געדאנק פון האבען דרך ארץ פאר קאלירען, און אז דאס זאל זיין דער מטיל אימה על הציבור, איז לכ' פון די גרעסטע סתירות צום יסוד ה'קרעטשמע, קרעטשמע וויל טאקע דייקא נישט געבן די עדיטוט פאר'ן ציבור שרייבער און ליינער.

נאך א פוינט לדעתי, אז דאס גופא אז ''יעדער שרייבער און באזיכער'' שפירט זיך אלס א חלק פון די זאך גענוי ווי דער וואס האט זיך געמיטשעט אוועקצושטעלן די פיר ווענט און דאך מיט אלע צוגעהערן פינעם קרעטשמע, דאס זעלבסט געט אן אחריות געפיל צום מקום עס נישט צו וועלן שעדיגען מיט אומאויסגעהאלטענע תגובות.
דאנערשטאג יולי 03, 2014 1:37 pm#4
Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע
איך וולט געזאגט אז די אחראים זאלן האבן צוויי ניקס, 1 קאלירטע אלץ אחראי אין איין געהעריגע.
כדי איך זאל אים באמערקן ווען ער איז עפעס מער ווי מיר, אבער נישט קיין איבריגע רעספעקט ווען ער לאזט זיך הערן זיין מיינונג במילי דעלמא.
אדער גאר איין ניק וואס ער זאל קענען טוישן קאליר ווען ער טוט זיין ארבעט.
דאנערשטאג יולי 03, 2014 5:26 pm#6
Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע
עס קען בלייבן ווי יעצט אבער עפעס א סימן דארף מען האבן אפשר אשטאטס שרייבן חבר ה'קרעטשמע זאל שטיין אחראי מנהל
מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 9:58 pm#7
Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע
אזוי ווי כ'האב געהערט אז ס'נישט דא קיין רויטע און גרינע, בין איך געקומען צולויפן.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:41 pm#8
וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמען
און וויאזוי ווייס איך ווען איינער שרייבט לאמיר זאגן א תקנה צו ער איז בכלל איינער וואס קען מאכן תקנות? מ'דארף עפעס א סימן לכה"פ צו וויסן ווער ס'זענען די פירער
מאנטאג יולי 25, 2016 7:01 pm#10
Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע
שלמה'לע האט געשריבן:עס קען בלייבן ווי יעצט אבער עפעס א סימן דארף מען האבן אפשר אשטאטס שרייבן חבר ה'קרעטשמע זאל שטיין אחראי מנהל

הריני מצטרף לשלמה בשעתו, איך בעט שטארק ביטע דאס איינפירן עס איז גוט צו וויסן ווער איז א תושב און ווער ס'איז א אחראי.
מאנטאג יולי 25, 2016 9:08 pm#13
Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע
דיין ערשטע לינק איז א קשיא אויף שלומיאל אדער אויף מיך? :D
דיין צווייטע לינק ווייזט דאך ביידע, דארפסטו וויסן פארוואס ביי לייבל שטייט נישט
דינסטאג יולי 26, 2016 10:42 am#15
Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע
יעצט בין איך א באהאלטענע אחראי
אויטש... כ'האב נישט געטארט אויסזאגן.
דינסטאג יולי 26, 2016 1:28 pm#16
Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע
שלומי, מיין טאטע האמיך געזאגט אז ליגנט איז א נעוויירע.