דשאנאטאן פאלארד צו ווערן באפרייט פון תפיסה
דער באוואוסטער שפיאן דשאנאטאן פאלארד וועלכער איז געווארן ארעסטירט מיט דרייסיג יאר צוריק פארן שפיאנירן פאר מדינת ישראל גייט ענדליך באפרייט ווערן.
ער האט אריגינעל באקומען לעבנסלעגליכע טורמע, מיט די ערשטע מעגליכקייט פאר פאראול יעצט.
די געשיכטע זיינע איז א לאנגע, אבער אין געציילטע ווערטער, איז ער געכאפט געווארן, דאן, מיט דרייסיג יאר צוריק, די ערטשע שטיק צייט האט איזראעל בכלל געלייקענט אז ער איז געווען זייערס א שפיאן. ער האט צוערשט געזוכט זיך צו שיצן דורכן אריינגיין צום איזראעלישן קאנסולאט אין וואשינגטאן און בעטן דארט שוץ, אבער מען האט אים נישט אריינגעלאזט (לכאורה א פאברעכן פאר זיך).
מען האט אים ארעסטירט און צום סוף האט ער באקומען דעם לעבנסלעגליכן טורמע אורטייל, ווערנדיג דער "ערשטער און איינציגסטער" שפיאן וועלכער האט שפיאנירט פאר א פריינטליך לאנד צו באקומען אזא סארט אורטייל. ווי געזאגט האט איזראעל פאר פילע יארן געלייקנט זייער טייל אין דעם שפיל, אבער מיט די יארן האבן זיי שוין אפן מודה געווען אין דעם און אפילו אנגעהויבן לאביאירן פאר זיין באפרייאונג. אין 95' האבן זיי אים געשאנקען איזראעלישע בירגערשאפט.
למעשה האבן גאר אסאך הויכראנגיקע אמעריקאנער אפישעל'ס, סיי פאליטיקאנטן און סיי עף בי איי און מיליטערישע איינגעשטעלטע זיך שטארק קעגנגעשטעט זיין באפרייאונג און דערפאר טאקע שמאכטעט ער נאך אין א אמעריקאנער געפענגענשאפט. אצינד איז אנגעקומען זיין ערשטער מעגליכקייט פאר פאראול און ער האט עס טאקע באקומען און יעצט הייסט עס אז אין נאוועמבער וועט ער ווערן ארויסגעלאזט.
שפאקולאנטן שפעקולירן אז אבאמא האט דאס פארארדענט כדי אביסל צו בארואיגן די איזראעליס איבער זיין נוקלעארן דיעל מיט איראן, ווידער אבאמא אליינס לייקנט אפ אז דאס זאל האבן געהאט סיי וואס צו טון מיט אים. ער זאגט אז דאס איז געווען א געווענליכע פאראול קעיס.
ווי עס זאל נישט זיין, מיין איך אז עס איז שוין צייט אים ארויסצולאזן פון תפיסה. גאר אסאך הוגי דעות, אידן און גוים צוגלייך האבן געהאלטן - און עס אפן געזאגט - אז דער שווערער אורטייל זיינער איז געווען א דירעקטער רעזולטאט פון דעם וואס ער איז א אידיש קינד. און גאר אסאך אנטיסעמיטיזם באשולדיגונגען זענען געהערט געווארן במשך די יארן אקעגן די אמעריקאנער רעגירונג איבער זייער באהאנדלוג פון פאלארד.