מעקסיקא נעמט אן אמעריקא'ס אויסליפערונג פארלאנג פאר על טשאפא
מיט עטליכע וואכן צוריק איז די וועלט אויף געווען מיט די נייעס אז דער מערסט געזוכטער פאברעכער און שוידערליכער מערדער גוזמאן, אדער ווי ער ווערט גערופן אין מעקסיקא מיט זיין צונאמען "על טשאפא", איז אנטלאפן פון תפיסה ווי ער איז געהאלטן געווארן פאר בערך א יאר.
על טשאפא איז איין מאל געכאפט געווארן און געזעצן אין תפיסה פאר א קורצע וויילע אבער ער איז אנטלאפן פון דארט. עס האט געדויערט פערצן יאר ביז מען האט אים ווידער געכאפט און איינגע'מושב'ט. אבער אצינד איז ער ווידער אנטלאפן און עס איז פשוט אנגענומען ביי יעדעם איינעם אז דאס אנטלויפן איז הויל קארופציע און ער איז לכאורה צוגעהאלפן געווארן צו דעם דורך אן א שיעור אינווייניגסטע חברה און מכלומרשטע געזעץ אינפארסירונג אגענטן וועלכע זענען אלע אויף זיין פעיראל און זיי באקומען פיל מער פון אים ווי פון די רעגירונג.
אמעריקא האט געשוימט פאר כעס ווייל זיי האבן שוין לאנג געפאדערט זיין אויסליפערונג אבער מעקיסקא האט עס נישט געוואלט נאכגעבן מיט פארשידענע נארישע תירוצים.
אצינד האט מעקסיקא געמאלדן אז אמעריקא איז ענדליך נאכגעקומען אלע זייערע פארשריפטן און אויסגעפילט די פאפירן אזוי ווי מען באדארף און אצינד טוען זיי באשטעטיגן דעם אויסליפערונג פארלאנג און ווי נאר מען וועט אים כאפן וועט מען אים ארויסליפערן קיין אמעריקא.
מען טוט ערווארטן אז ערגעץ אין די קומענדיגע צוואציג, פינף און צוואנציג יאר וועט ער געכאפט ווערן און מעגליך אויסגעליפערט ווערן קיין אמעריקא איידער ער וועט מצליח זיין נאכאמאל צו אנטלויפן מיט די הילף פון די רעגירונג...