וויליאמסבורגע נייעס

46 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #535
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג יולי 06, 2014 10:56 am#1
וויליאמסבורגע נייעס
א שטארקער פייער וואס האט נעכטן אויסגעבראכען אין שטאט וויליאמסבורג אויף 75 ווילסאן האט אומגעברענגט איין פייערמאן וואס האט פונקט א וואך בעפאר געקריגען זיין באלוינונג אין וויליאמסבורג פאר'ן מציל זיין א אידיש קינד פון סכנת מוות זייענדיג פארכאפט אין א גאראדזש.
זונטאג יולי 06, 2014 11:16 am#2
Re: א פייערמאן אומגעקומען אין וויליאמסבורג אין א פייער
ביים סטאנציע אויף הופפער און קענט בשכינות פון סאטמאר קומט פאר א צוזאמלויף פון רעפארטער צו באריכטען איבער די געשעהניש, א פייערלעשער וואס האט נאר וואס מציל געווען א נפש אחת מישראל פארדינט אז די אידישע געמיינדע זאל ארויסצייגען זייער מיטגעפיל מיט די פארטויערטע פאמיליע.
זונטאג יולי 06, 2014 3:28 pm#3
Re: א פייערמאן אומגעקומען אין וויליאמסבורג אין א פייער
ראש הקהל האט געשריבן:א שטארקער פייער וואס האט נעכטן אויסגעבראכען אין שטאט וויליאמסבורג אויף 75 ווילסאן האט אומגעברענגט איין פייערמאן וואס האט פונקט א וואך בעפאר מציל געווען א אידיש קינד פון סכנת מוות זייענדיג פארכאפט אין א גאראדזש.


ער האט אים שוין געראטעוועט א לאנגע צייט צוריק, פאריגע וואך איז נאר פארגעקומען א באערונגס צערעמאניע
זונטאג יולי 06, 2014 8:32 pm#5
Re: א פייערמאן אומגעקומען אין וויליאמסבורג אין א פייער
די שכנים אויפען בלאק קהילת סאטמאר דרוקען אויס מיטגעפיל און צער אויף די פארלוסט פון די פייער דעפארטמענט.
מיטוואך יולי 09, 2014 10:11 am#7
Re: א פייערמאן אומגעקומען אין וויליאמסבורג אין א פייער
וואס איז דאס
RIP
עפעס אזא גם זו לטובה, אדער אכטונג אכטונג, איינער ווייסט
מיטוואך יולי 16, 2014 4:00 pm#9
אינגערמאן ארעסטירט אין וויליאמסבורג!
ק/פ
א אינגערמאן, האט זיך אפגעשטעלט, דאבל פארקט פארענט פון זיין אפיס, און פון די זייט ציט זיך אריין א קליינע סקוטער'ל פון א פאליציי מאן, דער פאליסמאן קומט ארויס און הייבט אן צו שרייבן א טיקעט, -ווי מען זעהט אויפן ווידיא- האט אים דער אינגערמאן גענצליך איגנארירט, דער פאליסמאן קומט צו איבערצוגעבן דאס קוויטל, און רופט זיך אן פארן אינגערמאן "איך פאר דיר שוין נאך פיר בלאקס".

דער אינגערמאן רופט זיך אן "אהא, אינטערסאנט איז נאר כ'האב דיך נישט געזעהן, אבער וואס איך האב יא געזעהן יעצט איז, אז דו ביזסט אריבערגעפארן א רעד לייט, זיך נישט אפגעשטעלט ביי א סטאפ-סיין, און אריינגעקאט אין מיר, נאכדערצו אן קיין לייטס, און למעשה האסטו מיך ניטאמאל אפגעשטעלט, נאר איך האב מיך דא אפגעשטעלט און דו געסט מיר דא א טיקעט פאר דאבל פארק..."
דער טינקעלער אפיציר האט זיך א‏ויפגערעגט, און שרייט אויף אים "אההה ביזסט א ווייס-גיי?"
ענטפערט אים דער אינגערמאן, "בכלל נישט, איך זאג דיר נאר ס'אמת אין פנים".
דער געזעץ היטער האט זיך פארשווארצעוועט, און האט אים געעפענט די טיר, אויסשרייענדיג ‏"דו ווילסט מיר לערנען דרך ארץ? איך וועל דיר ווייזן וואס דאס מיינט... ביזסט אנדער ארעסט!"
‏דער אינגערמאן, ניטאמאל וויסענדיג וואס ס'האט אים באטראפן, רופט זיך אן "אהער מיט דיין סופערווייזער! דו קענסט מיך נישט ארעסטירן סתם אזוי" (גראדע קען ער יא!!!!!!!!!)
דער קאפ איז נאר ווילדער געווארן, און זיך גענומען שרייען "איך גיי נישט דא ווארטן אויף א סופערווייזער, קום שוין ארויס פון קאר"
נאכן זיך טענה'ן און רעסיסטן ארעסט (א קלאגע פאר זיך) האט דער אפיציר געסטראשעט אז אויב קומט ער נישט ארויס פון קאר פרייוויליג און לייגט די הענט אין די בעק מיט דרך ארץ.. גייט ער אים פעפער ספרעי'ן, וכך הוה! דער אינגערמאן האט ווייטער געשטעלט א ווידערשטאנד און ס'אויגן זיינע האבן אים נעבעך גאנץ שנעל אנגעהויבן צו ציפן פון די פעפער.‏
דער אינגערמאן איז ארעסטירט געווארן‏ מיט דריי קלאגעס.

איך האב למעשה ארויסגענומען אפאר אינטערסאנטע זאכן און באמערקט אויף די ווידיא וואס איז אנגעכאפט געווארן דורך א חבר זיינער, און צו דעם וויל איך צוקומען:

איינס, זאג נאר, מיסטער אפכאפער/פארשפרייטער‏, האסט גערעדט צו א לויער פאר דו האסט אזוי העראיש דעם ווידיא פארשפרייט? טראכסט נישט אז דעס קען דעם אינגערמאן שטארק שאטן סתם אזוי? דאס איז זיכער אז ער האט רעסיסטעדט ארעסט, צו ער איז גערעכט צו נישט איז א צווייטע זאך, וואס טוהסטו יעצט אויף מיטן פארשפרייטן אזא ווידיא??

והשנית, כ'הער דארט ווי דו שרייסט "וועם זאל איך רופן? דיין שווער? יודל ליכטענשטיין?" ניין!!!! מ'רופט א לויער ענדערשט רייט-א-וועי! וואס קען זיין שווער העלפן דא? אפשר רופסטו נעקסטיים זיין שוואגער וואס האט נארוואס בר מצוה געהאט? ער האט שוין א קראוס פען מיט א לעט-פענסל ארויסגעשטעקט פון זיין וועסטיל טאש.

און צום עולם דא, ס'איז זייער נישט בא'טעמ'ט צו ווערן ארעסטירט, קיינער וויל דאס נישט, און קיינער וואונטשט דאס נישט פאר קיינעם, באוט האלא! דא אין אמעריקע איז נישט ארץ ישראל, די פאליציי זענען נישט אזוי בארבארישע... און דער קרבן איז נישט אזוי פרידליך און אומשילדיג.... קען זיין אז דא איז ער טאקע ממש אומשילדיג! באוט רעסיסטן ארעסט האט נאך קקייייננעערר נישט אויסגעפירט און די נאכווייען זענען ערגער
מיטוואך יולי 16, 2014 4:04 pm#11
Re: אינגערמאן ארעסטירט אין וויליאמסבורג!
איך האב אריבערגעפירט די אשכול אין 'עולם ומלואו' היות ס'איז א נייעס געשעעניש.
מיטוואך יולי 16, 2014 4:05 pm#12
Re: אינגערמאן ארעסטירט אין וויליאמסבורג!
רבי געציל די האסט נארוואס זיך אפגערעדט אויף דער קליפ פארשפרייטער, און תוך כדי דיבור ביסטו עס ווייטער מפרסם.
דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:43 am#16
Re: אינגערמאן ארעסטירט אין וויליאמסבורג!
מ'קען הערן אויף קול מבשר ביי די אידישע ווינקל אפטיילונג צוויי אינטערוויו'ס, איינס מיטן קליפ כאפער, און איינס מיט ר' יודל ליכטענשטיין.

דער יונגערמאן האט נישט געדארפט דורכגיין סענטראל בוקינג ב"ה, ער האט בלויז באקומען א סאמענס, און א דעיט ווען ער דארף ערשיינען פאר א דזשארדזש.
דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:11 am#17
Re: אינגערמאן ארעסטירט אין וויליאמסבורג!
ישיע געציל האט געשריבן:דא האט איר די קליפ

יענער האט עס שוין אראפגענימען צוליב וואס ער וואלט נישט געוואלט אז מען זאל אים מפרסם זיין ברבים פאר טויזענטער אידען.

קרעדיט ק"ש
פרייטאג יולי 18, 2014 11:42 am#21
Re: אינגערמאן ארעסטירט אין וויליאמסבורג!
ומודה ועוזב ירוחם, גוט האסטו געטאן ישיע געציל, איך גלייב אז קיינער וואלט נישט געוואלט זיין אין פובליק אין אזא סוטיאציע.
זונטאג יולי 20, 2014 1:02 pm#23
Re: אינגערמאן ארעסטירט אין וויליאמסבורג!
און אז די גאנצע וועלט וועט סייווי טון נאך אומרעכטן ווערט נאכנישט בארעכטיגט רויט צו מאכן א איד, איך גלייב אז געלעגער וואלט עס אויך נישט געגליכען ווען מען טוט עס מיט אים.
זונטאג יולי 20, 2014 7:41 pm#24
Re: אינגערמאן ארעסטירט אין וויליאמסבורג!
למעשה האט ער עס ארויסגעגעבן און יעצט שרייט ער אז ער ציט צוריק. זאג איך אים ס'איז צו שפעט
דינסטאג מאי 12, 2015 5:25 pm#27
וויליאמסבורג: אימפעריאל זאל אין פלאמען
די בנין אויף בעדפארד פון די אימפעריאל זאל די בית חינוך לבנות קלויזענבורג איז איינגעהילט אין פלאמען
דינסטאג מאי 12, 2015 5:30 pm#28
Re: וויליאמסבורג: אימפעריאל זאל אין פלאמען
די זאל איז נישט געווען אין פלאמען

ס'האט געברענט אויפן דאך, און ס'איז שוין לאנג פארלאשן
מאנטאג אוגוסט 31, 2015 10:13 pm#30
Re: וויליאמסבורגע נייעס
געווען דא א מעלדונג פון שומרים איבער א פארלוירענע בחור.
אראפגענומען נאך די אויפריכטיגע בקשה פון ידידינו הניק החשוב "עסקן".
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 11:50 am#32
Re: וויליאמסבורגע נייעס
פארוואס דארף דא בלייבן א צייכן אויף אייביג פון דעם חשובן בחור אז ער איז געווען פארלוירען
פליז נעם עס אראפ
זונטאג יולי 17, 2016 1:10 pm#33
Re: וויליאמסבורגע נייעס
איינער אומגעקומען און 3 פארוואונדעט געווארן ווען א שיכור׳ער פאליציי אפיציר איז ארויפגעפארן אויף א סיידוואלק אויף בעדפארד עוועניו ביי נארט 8 אין וויליאמסבורג. דער אפיציר איז ארעסטירט געווארן און ווערט אנגעקלאגט פארן דרייוון בשעת'ן זיין אנגעטרינקען און פאר מארד.
מיטוואך יולי 27, 2016 1:28 pm#34
Re: וויליאמסבורגע נייעס
די סאמע ערשטע ״עפּל״ געשעפט אין ברוקלין וועט זיך עפענען אין וויליאמסבורג. דער געשעפט, ביים ווינקל פון בעדפארד עוועניו און נארט-3 סטריט, וועט זיך עפענען די וואך שבת פרשת פנחס.
פרייטאג יולי 29, 2016 4:05 pm#35
Re: וויליאמסבורגע נייעס
א רויבעריי האט פאסירט אין וויליאמסבורג ביי א לאקאלע אידישע אקאונטינג אפיס.
א יונגערמאן (מו"ה חיים אלעזר הירשפעלד נ"י) איז פארוואונדעט געווארן ביי די רויבעריי נאכדעם וואס דער רויבער האט אים געהאקט אין קאפ און גע'טעיזער'ט מיט א טעיזער גאן, ער האט אויך צוגעבינדן א סעקרעטארין בשעת די רויבעריי, דער רויבער האט אפגעטראגן מיט טויזנט דאלער.
דער יונגערמאן איז אפגעירט געווארן צום בעלוויא שפיטאל פון וואו ער איז באפרייט געווארן נאך א קורצע צייט.

די ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט פארשט די אינצידענט, און זיכן די פארברעכער.
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 2:12 pm#36
Re: וויליאמסבורגע נייעס
דאנאט ליקער האט ארויסגעבויט די סטאר אויף די הופער סטץ סיידוואק. (אפשר צו מאכן פלאז פאר ארמאן וויינען...)
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:13 pm#37
Re: וויליאמסבורגע נייעס
פאליציי פארשט אויס א אינצידענט אין וועלכע א היימישע 30 יעריגע פרוי איז אטאקירט געווארן אין הארץ פון וויליאמסבורג, אויף בעדפארד עוועניו. די אינצידענט האט פאסירט דאנערשטאג נאכט, און דער באנדיט האט איר געשלאגן אן צו פארלאנגען געלט אדער זאגן סיי וואס, און איז באלד אנטלאפן. די פאליציי ארבעט יעצט אינאיינעם מיט די שומרים צו לייזן דעם פאל און קוקט איבער סורוועילענס קאמערעס אין די געגענט און פארשט אויב עס האנדלט זיך פון א האסן-פאברעך.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 11:33 pm#38
Re: וויליאמסבורגע נייעס
א שאקירנדע באריכט קומט אריין צום קרעטשמע נוס רום: ר' בערי קליין'ס רעסטאראנט איז געווארן פארשפארט דורך די שטאטישע העלט דיפארטמענט!
א פראטעסט וועט ארויס גיין פון קליינ'ס קאר. ראדני...
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:05 pm#40
Re: וויליאמסבורגע נייעס
איך ווייס נישט, כ'האף נישט פאר גוד... מיט די העלט דעפארטמענט קען עס פאסירן.
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 12:00 pm#41
Re: וויליאמסבורגע נייעס
רשעים וואס זיי זענען
מ'דארף זיי עוקר מן השורש זיין

כ'בין זיכער אז זיי וועלן האבן וויסטע מפלה גאר אינגיכן
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 10:29 pm#42
Re: וויליאמסבורגע נייעס
פארשוין ארעסטירט איבער אויסגעשטרעקטן ביקס אין וויליאמסבורג

וויליאמסבורג – מיט שרעק האט מען נעכטן מיטוואך ביינאכט געהערט איבער א פארשוין וועלכער האט זיך געדרייט מיט אן אויסגעשטרעקטן רעוואלווער אין וויליאמסבורג, אבער בחסדי ה' האבן די פאליציי באוויזן יענעם צו ארעסטירן. די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן ווען עמיצער האט אלארמירט די חברה שומרים אין וויליאמסבורג דינסטאג אז ער האט געזען א פארשוין ארויסקומען פון א קאר מיט א רעוואלווער אין די הענט, ביים ווינקל פון בעדפארד עוועניו קארנער ראסס סטריט.

די שומרים האבן זיך פארבינדן מיט די לאקאלע פאליציי פריסינקט, וועלכע האבן באלד געעפנט אן אויספארשונג מיט'ן ציהל צו ארעסטירן דעם פארשוין. די פאליציי האבן געלייגט א האנט אויף סורוועילענס ווידעא פונעם ווינקל וואו דער איד האט דערציילט אז ער האט געזען א פארשוין מיט א גאן, און עס האט זיך טאקע אזוי ארויסגעשטעלט. נאך אינטענסיווע דעטעקטיוו ארבעט, האבן די פאליציי באוויזן צו דערגיין אז יענער גוי וואוינט אין איינס פון די פראדזשעקט געביידעס אין וויליאמסבורג, און נעכטן מיטוואך פארנאכטס האבן זיי אים אפגעווארט אינדרויסן און ארעסטירט.

ער ווערט אויסגעפארשט דורך די לאקאלע דעטעקטיווס, און די וויליאמסבורגער אידנטום אטעמט אפ מיט רואיגקייט, אז אדאנק די שנעלע ארבעט פון חברה שומרים און די קאאפעראציע צווישן שומרים און די פאליציי, האט מען באוויזן צו ארעסטירן דעם געפארפולן פארשוין, ברענגענדיג אן ענדע צום שרעק.

בילד
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:00 pm#45
Re: וויליאמסבורגע נייעס
פאליציי פארשט אויס קאפל-גניבה אלס האסן פארברעכן, אויטאריטעטן פארשן אויס די אינצידענט אין וועלכע צוויי פארברעכער האבן זיך אינזדעקעוועט אויף דריי קליינע אידישע קינדער, און האבן אראפגעכאפט זייערע קאפלעך ביי די אריינגאנג צו זייער בניין אויף קליימער סט. און אראפגעווארפן איין קאפל און דאן אנטלאפן מיט די אנדערע. די פאליציי האט געבעטן די הילף פונעם ציבור צו העלפן כאפן די פארברעכער, און אזוי אויך האט שומרים פארעפנטליכט אז ווער עס האט אינפארמאציע זאל זיי אריינרופן.