דומ"ץ ויוא"מ ד'סאטמאר מאנטיסעלא וביהמ"ד ויוא"מ ווימ"ס זצ"ל
די שבת קודש האט זיך אראפגעלאזט א שרעקליכע טרויער צווישן חסישישע אידן אין ווימ"ס ובפרט צווישן סאטמארע חסידים הערנדיג די שרעקליכע בשורה מיט די פלוצימע פטירה פון איינע פון די שענסטע סאטמארע אידן
ה"ה האי חסיד האי עניו ת"ח גדול גריס באוריתא תדירא שייף עייל שייף נפיק ולא מחזיק לנפשי' טיבותא
ר' ארי' לייבוש טייטלבוים זצ"ל מורה ודאין בקהילץ סאטמאר (מהר"א) ווימ"ס מנהיג רוחני דביהמ"ד ויואל משה ודומ"ץ בקרית ויואל משה דסאטמאר (איחוד קאנטרי) ובעל מכשיר דבתי מקולין סאטמאר (מהר"א) ווימ"ס
איך האב יעמט נישט קיין צייט מאריך צו זיין בשבחו הרם אבער לויט די שרעקליכע טרויער וואס מ'האט אנגעזען אויף יעדן סאטמארע איד און ווי אויך די מוראדיגע דיבורים און גוזמאות פון דברי שבח וואס איז געהערט געווארן ביי די לוי'ס זעהט מען אז מ'רעדט דא פון גאר א גרויסע איד
עטליכע פון די מספידים וואס האבן זיך באנוצט מיט גרויסע לשונות וואס מ'הערט געווענליך נישט פון זיי אזעלכע שטארקע דיבורים וואס ליגט מיר יעצט אין זכרון איז געהערט געווארן פון
מחותנו הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל
מחותנו אדמור מבארשטין
מחותנו אדמור תולדות צבי ספינקא
גיסו הרה"ג ר' זלמן לייב פילאפף
אחיו הר"ר יוסף מנעמפליץ
ואחיו הר"ר יחזקאל דומ"ץ סאטמאר-קליימער
און אויך אלע אנדערע
יעדנס הארץ איז צוגאנגען פון די אומבאשרייבליכע ביטערע בכיות פון זיין גרויסן שווער אדמור שינעוו מאנסי נעבעך אזוי טיף געקרעכצט מעומק לבבו נעבעך זייער א מיטגעמאכטע איד
און אזוי אויך זיינע קינדער און איידימער זענען געווען שרעקליך טיף צובראכן
און ווער רעדט נאך די מוראדיגע בכיות און געוויין פון סאטמאר רב (מהר"א) שליט"א מוראדיגע דיבורים
אלע האבן שטארק ארויסגעברענגט זיין גאר שטארקע התאמצות בתורה נאך מימי נעוריו זיין געוואלדיגע אמונה פשוטה עבודת השם בתמימות זעלטענע בעל מדות און ערליכקייט און יראת השם במלא מובן המלה זיין כח הוראה און געוואלדיגע אחריות און כשרות ועוד ועוד