הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » נאך זעכציג יאר: ווידער א היימישער מיניסטאר

נאך זעכציג יאר: ווידער א היימישער מיניסטאר

10 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #542
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 8:54 am#1
נאך זעכציג יאר: ווידער א היימישער מיניסטאר
ס'קומט יעצט אריין די היסטארישע נייעס איבער די החלטה פון די מועצת גדולי התורה, וואס באפולמעכטיגט יאנקל ליצמאן צו ווערן א חבר הממשלה, דורך אננעמען דעם מיניסטארישען פאזיציע פון שר הבריאות.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 4:45 pm#3
Re: נאך זעכציג יאר: ווידער א היימישער מיניסטאר
קודם, וואס הייסט ווידער, עס איז שוין אמאל געווען אזא זאך?

צווייטענס, איך ווייס נישט פונקטליך וואס גייט דארט פאר, אבער עפעס בערך אזוי. די מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל (נישט פון היינט נאר פון עטליכע צענליגער יאר צוריק), האבן געהאט אפגע'פסק'נט אז א היימישער איד טאר נישט זיין א שר אין די ממשלה. איז ביז היינט האט מען זיך אן עצה געגעבן דערמיט, מיט דעם וואס דער תפקיד שר וואס האט געדארפט גיין צו אגודת ישראל האט דער ראש ממשלה געהאלטן פאר זיך און געשטעלט דעם אגודה דעפוטאט אלס סגן, אזוי ארום איז יענער טעכניש נישט געווען דער שר, אבער אין מציאות האט יענער אנגעפירט דעם מיניסטעריום במקום שר. לעצטענס עפעס איז די מדינה מיד געווארן פון אזא סעטטינג און זיי האבן געדרוקט אגודה אז אדער מוז מען אננעמען געהעריג א תפקיד שר אדער לאזן דעם מיניסטעריום פאר א צווייטן.

דאס איז די מעשה בערך, לויט ווי איך האב פארשטאנען, קען זיין איך האב נישט גוט פארשטאנען.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 7:05 pm#4
Re: נאך זעכציג יאר: ווידער א היימישער מיניסטאר
ביים ערשטען ממשלה איז אגודה געווען אינעווייניג און ר' איטשע מאיר לעווין איז געווען שר הסעד. נאך די צווייטע בחירות איז מען נישט אריין אין די קאעליציע וועגן דעם חוק גיוס בנות און מ'איז שוין געבליבען אין אפאזיציע ווילאנג די לינקע האבן געהערשט. תשל''ז איז געווען א מהפך און די רעכטע האבן צום ערשטען מאל פארמירט די רעגירונג. מנחם בעגין האט דענסמאל פארשטענדיקט מיט די פרומע איבער די רעליגיעזע נושאים און מ'איז אריין אין קאעליציע. דאן איז געווען די החלטה נישט צו נעמען קיין מיניסטעראלישע בענקלעך, וואס דעמאלס איז דאס געווען די הויפט אינסטרומענט פון לאנד פירערשאפט, בעיקר מיטן חשבון אז מיר זענען נישט אינטרעסירט צו פירן דאס לאנד, גיבט אונז מאכט אויף אונזערע ענינים און מיט די איבריגע טוט וואס איר ווילט.

וואס האט זיך יעצט געטוישט איז קודם כל: מ'האט שוין נישט די ברירה צו פארפיגען אויף סעקטאריאלישער ענינים אהן אנצונעמען די שר פאזיציע. צווייטענס: די ממשלה שפילט שוין היינט נישט מער איר אמאליגער ראלע, ס'דא אינערהאלב די רעגירונג א מצומצמ'דיגער קאבינעט וואס פון דארט שפילט זיך למעשה אלצדינג אפ. דריטענס: אגודה האט שוין היינט אן אינטערעסע אין די אלגעמיינע הנהגה מתרי טעמא; חדא: די רעליגיעזע נושאים זענען שוין נישט קיין זייטיגע זאך נאר פון די הויפט טעמעס אין לאנד. והשנית: בעת וואס אמאל איז די אלגעמיינע טובת המדינה והציבור געווען מער ווייניגער אייניג ביי אלע פארטייען, איז מען היינט איבער דעם אליין שטארק צעשפליטערט און די פרומע האבן אויך א צד דערין.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 8:27 pm#5
Re: נאך זעכציג יאר: ווידער א היימישער מיניסטאר
אין טעם א' זאגט איר אז זיין א שר שפילט א גרויסע ראלע, ווידעראום אין טעם ב' זאגט איר אז א מצומצם'דיגע קאבינעט איז די פאקטישע טוערס. וועלכע איז ריכטיג? (אדער אפשר זענען די שרים די קאבינעט?)

און פארוואס "שר הבריאות"?!
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 9:10 pm#6
Re: נאך זעכציג יאר: ווידער א היימישער מיניסטאר
דער "קבינט המדיני-בטחוני" ווי מ'רופט עס, באשטייט פון זיבען פראמינענטע מיניסטארן מתוך עשרים ושתים.

די צווייטע פראגע האב איך נישט פארשטאנען.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 9:35 pm#7
Re: נאך זעכציג יאר: ווידער א היימישער מיניסטאר
מיין צווייטע פראגע איז אויב זיי זענען מסכים צו האבן א שר צוליב דעם וואס דער טובת הכלל החרדי ווערט אינטערדרוקט, דאן פארוואס נעמען זיי פונקט "שר הבריאות"? איך געדענק נישט אז אין דעם הינזיכט זאלן די חרדישע עפעס ספעציעל ליידן.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 8:38 pm#8
Re: נאך זעכציג יאר: ווידער א היימישער מיניסטאר
די אנדערע אזוי גערופענער "רעליגיעזע" פאזיציעס זענען שוין פארכאפט פון ש''ס, ממילא נעמט מען וואס מ'קען.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 4:58 pm#9
Re: נאך זעכציג יאר: ווידער א היימישער מיניסטאר
זייער שיין געמסבירט איבערלעבער, א דאנק אייך.
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 4:52 pm#10
Re: נאך זעכציג יאר: ווידער א היימישער מיניסטאר
ליבאוויטש איז קעגן די מינוי
מינוי ליצמן.jpg
מינוי ליצמן.jpg (72.3 KiB) געזעהן געווארן 627 מאל