הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » קול צעקה גייט ארויס פון מאנסי

קול צעקה גייט ארויס פון מאנסי

23 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #543
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג אוגוסט 31, 2015 3:09 am#1
קול צעקה גייט ארויס פון מאנסי
ברוכים הבאים צום בית דין של מעלה, נאמען ביטע?
- בערקאוויטש

וואס האסטו געטאן אין דיין לעבן?
- איך בין געווען א גרויסער איש חינוך, כ'האב אנגעפירט א בארימטן מוסד און זיך איבערגעגעבן צו מחנך זיין קינדער על טהרת הקודש.
גוט, אריין אין גיהנום.

- וו-א-א-א-א-ס???!!! גיהנום? פאר אלעס וואס כ'האב געטאן קומט זיך מיר נישט גן עדן???
ס'קומט זיך דיר, אבער ס'איז נישטא דארט קיין פלאץ!

*

טייערע אידישע ברידער, די וואך פאנגט זיך אן סקול אין די בתי חינוך, און עטליכע הונדערט אידישע מיידלעך אין עיר התורה מאנסי זענען נישט אנגענומען געווארן אין קיין סקול! זיי בלייבן אין גאס! (דאס זעלבע קומט פאר אין עטליכע אנדערע שטעט אויך אבער אין מאנסי רעדט זיך עס פון א קאטאסטראפע ממש.)

שומו שמים! מיידלעך פון עכט נארמאלע און ערליכע שטיבער האבן נישט קיין סקול ואין פוצה פה ומצפצף. און ניין, מען רעדט נישט פון מיידלעך וועלכע האבן א שלעכטן רעקארד אדער וואס. טייל פון די מיידלעך דארפן ערשט יעצט אנהייבן צו גיין אין סקול, אבער זיי האבן נישט קיין סקול וואו צו גיין, ווייל זייערע עלטערן באלאנגען נישט צו קיין קהילות אדער אנדערע אזעלכע נארישע תירוצים.

מיט צוויי-דריי יאר צוריק האט זיך פארשפארט אַן ערליכע סקול אין מאנסי, צוליב געלט אישוס. עטליכע צענדליגער מיידלעך, עכט פרומע מיידלעך, זענען געבליבן אויפ'ן גאס פשוט ווייל יעדער מוסד האט געזאגט, פארוואס עפעס איז עס מיין פראבלעם? ס'איז יענעמ'ס פראבלעם. היי-יאר איז דא נאכאמאל א צרה, צוליב א סכסוך אין איין מוסד זענען פופציג מיידלעך אויף די גאס, עכט נארמאלע פרומע אידישע טעכטער. דער ענטפער פון יעדן מוסד איז, ס'איז נישט מיין פראבלעם, ס'איז יענעמ'ס. און די פופציג מיידלעך זענען בלויז א חלק פון דעם ברייטן פראבלעם.

רבותי, ווער נעמט אויף זיך די אחריות פון די הונדערטער אידישע מיידלעך וועלכע בלייבן אינדערהיים און וויינען מיט זודיגע טרערן, איבער זייער ביטערן שיקזאל, און קיינער מאכט זיך נישט וויסנדיג פון זיי?

ס'דארף באמערקט ווערן אז עטליכע מוסדות האבן א תירוץ אז זיי זענען ממש אנגעפולט און האבן נישט קיין פלאץ צוליב די ניי געקומענע איינוואוינער פון ברוקלין וועלכע האבן איבערגעפולט אלע קלאסן

וואו זענען די עסקנים? וואו זענען די מענטשן וואס שיקן אונז ארויס שטימען? וואו זענען די רבנים וועלכע זענען ביזי מיט'ן גרינדן ועד האישור'ס און מיט'ן מישן אין עקלדיגע שמוץ פון קהל'ישע סכסוכים? ווער דארף זיך זארגן פאר די אידישע טעכטער אויב נישט זיי?

וואו זענען די דעוועלאפערס וועלכע שארן גאלד א דאנק די וויליאמסבורגער און בארא פארקער וואס קומען אהער און זענען מייקר השער און טרייבן ארויף די פרייזן אז ס'זאל נישט בלייבן קיין עפארדעבל הייזער פאר די ארעמע מאנסיער אידן? זיי פאר'חזיר'ן די שטאט מיט טויזנטער דירות אויף שמאלע גאסן, וואס די שטאט קען נישט פארנעמען, אבער קענען נישט אראפגעבן אפאר דאלאר צו בויען בנינים פאר די מוסדות צו קענען ארייננעמען די קינדער פון די מאנסיער איינוואוינער?

פון וואנעט נעמט זיך די רשעות פון די געציילטע מוסדות'ן וואס האבן יא פלאץ אבער נעמען אויך נישט אריין קיין מיידלעך, מחמת זארג אז זיי וועלן באקומען א שלעכטן נאמען ווייל זיי נעמען יא, ווען אנדערע נעמען נישט?

ווען א צעבראכענער טאטע רופט א רב און באקלאגט זיך אז זיין טאכטער האט נישט קיין סקול איז דער ענטפער, "וואס קען איך טאן? גיי צו יענעם און יענעם עסקן. ער העלפט עלטערן וואס קענען נישט טרעפן קיין סקולס פאר זייערע קינדער. "אזוי?! דו ביסט א רב אין שטאט, דו פארלאנגסט אז יעדע אישו וואס קומט פאר אין שטאט זאל געברענגט ווערן פאר דיר, אבער ווען ס'איז דא א קריזיס צו וואס ס'פארלאנגט זיך א רב מיט קוראזש, ווארפסטו עס ארויף אויף א גוטהארציגן עסקן וואס נעבעך די הייסע טרערן פון די צעבראכענע עלטערן האבן אים צוגעטרעטן צום הארץ און דעריבער פארשווענדעט ער טעג און נעכט צו העלפן אידישע קינדער און ער באקומט נישט באצאלט קיין פעני דערפאר?

מאנסיער אידן, וואס שלאפן מיר?

גייט כאפט א בליק וואס ס'טוט זיך יעדע נאכט ביי די הענגאוט פלעצער, וואו ס'פארברענגען יונגען מיט מוידן צוזאמען. די יונגען גייען נאך מיט קאפלעך, די מיידלעך גייען שוין מיט הויזן און זיי רעדן אידיש, מאמע לשון. אינגאנצן מיט עטליכע יאר צוריק זענען עס נאך געווען געציילטע קינדער. יעצט האלט עס שוין ביי צענדליגער.

יא, צענדליגער מיידלעך זענען ארויס לתרבות רעה וויבאלד זיי האבן נישט געהאט קיין סקולס און זייער צאל וואקסט

און אונזערע רבנים שלאפן! און אונזערע דעוואלפערס שיקן אונז ארויס וואוטן אז זיי זאלן קענען ברענגען נאך וויליאמסבורגער און בארא פארקער אידן קיין מאנסי!

אויב איינער פרובירט אנרופן א דעוועלאפער און זיך אויסוויינען צו אים איבער דעם ביטערן מצב איז א שאד זיין מי. די דעוועלאפערס האבן שוין צוויי יאר צוריק אויפגעהערט אויפהייבן 845 עריע קאוד נאמבערס, ווייל זיי ווילן נישט דיעלן מיט די ארעמע מאנסיער שנארערס וועלכע קראצן צוזאם א דאלאר צו א דאלאר כדי צו קענען קויפן א הויז, ווען די 718 אידן אפפערן באלד 50 אלפים מער כדי אז דער דעוועלאפער זאל אוועקלייגן די דירה פאר אים און עס נישט געבן פאר אן אנדערן איד. און אז ער קען באצאלן 50 אלפים עקסטערע פאר א דירה האט ער נישט קיין פראבלעם צו באצאלן נאך 10 אדער 20 טויזנט דאלאר פאר'ן מוסד צו אננעמען זיינע קינדער אנשטאט די מאנסיער קינדער.
מאנטאג אוגוסט 31, 2015 11:27 pm#2
Re: קול צעקה גייט ארויס פון מאנסי
הארצרייסענד צו הערן אזעלכע זאכן.

איך וויל פשוט פארשטיין, איז נישט בעסער צו שיקן די בריוו צו אלע רבנים/דעוועלאפערס/עסקנים/מנהלי מוסדות און פארשפרייטן קאפיעס אין די בתי מדרשים? פון פארפירן אין א וועבסייט גלייב איך נישט אז עפעס וועט ווערן.

איך וועל נישט זאגן אז די עלטערן זאלן אליינס עפענען א מוסד ווייל עס איז נישט רעאליסטיש לדעתי, סיי זיי ווייל נישט יעדער איז פעאיג דערצו, און סיי ווייל די מוסד וועט האבן א יענע נאמען...
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 11:54 am#3
Re: קול צעקה גייט ארויס פון מאנסי
מאנסי איז אין א פראבלעם
עס טוט זיך אן אנלויפעניש פון מענטשן דארט וואס לויפן ארויס פון די סיטי לעבן און די מוסדות האבן באמת פראבלעימען מיט אסאך משפחות

טהור'ל זייט מוחל קומט אריבער אין מיין עסקנות אפיס וועסטו זיך איבערצייגן וויפיל משפחות האבן געדארפט באקומען התראות פון היימישע מוסדות אז זייערע קינדער גייען נישט קענען בלייבן אין די מוסד כל זמן זיי פירן א לעבן וואס איז נוגד צו די הוראות וואס אנדערע קינדער אין די מוסד לעבן יא מיט דעם

מאנסי איז אין א בעד-שעפ

סקווירא-קרית יואל האט כאטש א הנהגה און מער ווייניגער פאסן די מענטשן אריין ערגעצווי אינעם סיסטעם
מאנסי איז ממש א עירוב פון אלע מיני סארט מענטשן
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 1:52 pm#4
Re: קול צעקה גייט ארויס פון מאנסי
עסקן טייערער, איך ווייס נישט פונקטליך וואס אייער טעמע פון עסקנות איז, אבער אויב איז עס מוסדות, דאן ווייסטו זייער גוט, אז דאס מאל עכ"פ, איז נישט דאס דער פראבלעם. איך ווייס דוקא זייער גוט פון דעם פראבלעם פון וואס דו רעדסט, איך אליין בין אויך א שטיקל עסקן (אן א אפיס) און איך האבן שוין זיך מטפל געווען מיט אזעלכע עניינים מער ווי איין מאל. אבער דאס מאל איז נישט דאס דער פראבלעם.

מאנסי האט טאקע נישט קיין הנהגה? דאן פארוואס שטעלסטו אן א פנים אז יא. קום ארויס און שריי הויעך אז מאנסי האט נישט קיין הנהגה, און דעריבער איז קיינער נישט מחוייב זיך צוצושטעלן צו גארנישט. קיינער זאל נישט קיין וואוטן פאר וועמען "די עסקנים" הייסן ווילאנג זיי וועלן זיך נישט צושטעלן צו "עפעס" א סארט הנהגה. נישט אז לעבאוויטש מיט אשרי זאלן קענען זיין פוסעים על ראשי עם קודש בגאוה ובוז און זיי זענען דאך די שיינע אידן.

אויב קענסטו ארויפצווינגען אויפן עולם וועד האישורס וכדו', דאן נעמט זיך צוזאם און זייט מטכס עצה וויאזוי מען קען זעהן אז עס זאל טאקע יא זיין מוסדות אין שטאט. אויב קענט איר נישט, דאן זאגט עס הויעך. נישט זייט מוחה דארט ווי איר ווילט און שטעלט אן א פנים ווי איר טראגט די שטאט דאגות אבער ווען עס איז צו שווער דאן זאגט מען עס איז נישט מיין דאגה, נישטא קיין הנהגה וגו' וכו'
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 3:39 pm#5
Re: קול צעקה גייט ארויס פון מאנסי
טהור עיניים האט געשריבן:
מאנסי האט טאקע נישט קיין הנהגה?
די זעלבע הנהגה וואס בארא פארק און אנדערע שטעט האבן עס איז גארנישט אנדערש, די חילוק איז נאר אז לעצטענס איז דא מוראדיגע פארפלייצונג פון אומ'הנהגהדיגע ציבורים וואס מופן אריין וואס נעמט אוועק די סטאביליטעט
דאן פארוואס שטעלסטו אן א פנים אז יא. קום ארויס און שריי הויעך אז מאנסי האט נישט קיין הנהגה, און דעריבער איז קיינער נישט מחוייב זיך צוצושטעלן צו גארנישט. קיינער זאל נישט קיין וואוטן פאר וועמען "די עסקנים" הייסן ווילאנג זיי וועלן זיך נישט צושטעלן צו "עפעס" א סארט הנהגה. נישט אז לעבאוויטש מיט אשרי זאלן קענען זיין פוסעים על ראשי עם קודש בגאוה ובוז און זיי זענען דאך די שיינע אידן.
הזכרת נשמות איז נישט געמאכט פאר סתם א וואכן טאג נאכדערצו אין א היימישע קרעטשמע

אויב קענסטו ארויפצווינגען אויפן עולם וועד האישורס וכדו',
וועד האישור'ס האט מיט יעדע פריוואטע מוסד פאר זיך נישט בכלליות מיט די שטאט

מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 9:12 pm#6
Re: קול צעקה גייט ארויס פון מאנסי
טענו בחיטים והודו בזכר קדשו.

עס זענען יעצט דא אין מאנסי צענדליגער מיידלעך וואס האבן נישט קיין סקול. מארגן הייבט זיך אן סקול, טויזענטער מיידלעך גייען גיין אין סקול און א קליין טייל גייט בלייבן אין דערהיים און לאזן הייסע טרערן אז זיי האבן נישט קיין סקול. עס האט גארנישט צוטון מיט אומ'הנהגה'דיגע ציבור. מען רעדט דא פון מענטשן וועלכע וואוינען דא צענדליגער יארן. טייל זענען אזעלכע וואס האבן געהאט די קינדער אין בת מלך און צוליב דעם מחלוקה זיך געטראפן אינדרויסן, אסאך פון די האבן שוין קינדער אין אנדערע מוסדות, אבער די וואס האבן געלערנט אן בת מלך ווערן נישט אנגענומען.

טייל זענען אזעלכע וואס דארפן יעצט אנהייבן שיקן די קינדער אין סקול, און עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס זיי אפצוזאגן נאר פלעין אז עס איז נישט דא קיין פלאץ.

איך קען איינעם אזא איד וואס הייבט יעצט אן שיקן זיינע קינדער אין סקול, זיין טאטע איז אמאל געווען א בעל בית'ישער איד און געהאט אלע קינדער אין בית רחל, טייל פון זיי לערנען נאך אלץ דארט, אבער היינט האט שוין דער טאטע נישט קיין געלט, יעצט אז זיין זוהן דארף אנהייבן שיקן די קינדער אין סקול, נעמט מען זיי נישט אן: עס איז נישט דא קיין פלאץ.

נונו, אבער דער אויבן אין גן עדן וועט נישט זיין קיין פלאץ פאר זיי.
מיטוואך אקטאבער 14, 2015 12:44 am#9
Re: קול צעקה גייט ארויס פון מאנסי
נישט געוויסט, עס נעכטן באקומען.

היינט טוען זיי מער נישט אזוי, אדער די מוסדות טוען שוין מער נישט אזוי?...
דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 9:41 am#10
Re: קול צעקה גייט ארויס פון מאנסי
וואס איז געבליבן למעשה אין מאנסי? האט מען פארזארגט די קינדער צו זענען זיי נאך אלץ אויפן גאס?
מיטוואך פעברואר 17, 2016 11:48 am#13
Re: קול צעקה גייט ארויס פון מאנסי
I heard that there are some mosdos that accept anyone, but some people don't want to send there because they want to be considered besser.
Is it true? Which mosdos are they?
זונטאג מערץ 06, 2016 11:36 pm#14
Re: קול צעקה גייט ארויס פון מאנסי
value האט געשריבן:I heard that there are some mosdos that accept anyone, but some people don't want to send there because they want to be considered besser.
Is it true? Which mosdos are they?


רוב קינדער זענען געווארן מסודר. עס איז דא א סקול וואס הייסט בנות דרך ישראל וואס נעמט אן יעדן חסיד'ישן משפחה. אפגעזעהן צו דער טאטע טראגט א ביבער הוט אדער א קנייטש הוט, אפילו אויב דער טאטע פיצט זיך אביסל די בארד און אפילו אויב די מאמע דרייווט. אויך אויב זיי האבן נישט געלט און אויך אויב זיי זענען נישט אנשים מכובדים וואס גייען ברענגען כבוד פאר די סקול. יעדן ערליכן איד וואס פירט א אידישע שטוב און וויל האבן ערליכע קינדער נעמט מען דארט אן.

אבער עס זענען דא מענטשן וועלכע וועלן בשום אופן נישט אריינלייגן דארט ווייל זיי ווילן א "בעסערע" סקול. און כדאי אז די סקול ווי זיי ווילן לייגן זאל טאקע אויסקוקן בעסער וועלן זיי פאבריצירן מעשיות אויף די סקול ווי זיי ווילן נישט לייגן...
מאנטאג מערץ 07, 2016 6:11 pm#15
Re: קול צעקה גייט ארויס פון מאנסי
וויאזוי זענען טאקע רוב קינדער מסודר געווארן, דורכ'ן שיקן צו דרך בנות ישראל, אדער דורך אנדערע אופנים?
פרייטאג מערץ 11, 2016 7:53 am#16
Re: קול צעקה גייט ארויס פון מאנסי
ווי איינער. טייל האבן געשיקט אהין, טייל האבן מצליח געווען אריינצושטופן ערגעץ אנדערש (צו דורך באצאלן צו דורך אנדערע וועגן), און עטליכע זענען געבליבן נישט-מסודר.
זונטאג מערץ 13, 2016 11:55 am#17
Re: קול צעקה גייט ארויס פון מאנסי
די עטליכע וואס זענען געבליבן נישט מסודר, האט מען נישט אנגענומען אין בנות דרך ישראל? אדער זיי האבן נישט געוואלט אהינשיקן, אפילו מיטן חשבון פון בלייבן אינדערהיים?
זונטאג מערץ 13, 2016 2:23 pm#20
Re: קול צעקה גייט ארויס פון מאנסי
און אז מען רעדט שוין, בנות דרך ישראל וואקסט קע"ה ווי אויף הייוון, אויף קומענדיגע יאר גייען זיי שוין צוטיילן קלאסן.
זונטאג מערץ 13, 2016 9:17 pm#21
Re: קול צעקה גייט ארויס פון מאנסי
ר' טהור, איך פרעג פאר א סיבה. פאריגע האט זיך געטון אין אייוועלט א שערוריה במאנסי וועגן אט די פראבלעם. איר האט דאן געשריבן א לענגערע תגובה ווי נאכן מצדיק זיין די געשריי קעגן די רשעות פון די מנהלי המוסדות, האט איר פארט אידענדיציפירט אלס די הויפט שולדיגע, טאקע אט די עלטערן וואס וועלן בשו"א נישט שיקן די קינדער אין אזא מוסד ווי בנות דרך ישראל. איז אויף וועם גייט היי יאר ארויס די קול צעקה?
מאנטאג מערץ 14, 2016 1:53 am#22
Re: קול צעקה גייט ארויס פון מאנסי
איר פרעגט זייער גוט, און די קול צעקה דארף גיין אויף ביידע. אבער די חילוק איז, אז די עלטערן זענען דאך די "פשוט'ע" אידן, די וועלכע פארשטייען דאך נישט אזוי גוט, און די מוסדות שפילן דעם געים אז איך בין בעסער פון יענעם, וויל דאך דער פשוט'ער איד שיקן זיין קינד אין א בעסערע מוסד.

משא"כ דער מנהל המוסד, דו ביסט דאך פון די פני, דו ביסט דאך דער ת"ח, דער תורה איד, ווי קומט דאס צו דיר אז דו זאלסט נישט אננעמען קינדער אין דיין מוסד, פלעין פאר כבוד און גאוה, און צו דעם נאך מיט א ליגנט אז עס איז נישט דא קיין פלאץ בשעת ווען דו האסט נאך גענוג און נאך פלאץ.
דינסטאג מערץ 15, 2016 10:25 am#23
Re: קול צעקה גייט ארויס פון מאנסי
אוודאי איז דער מנהל מוסד ווערד מ'זאל אים שימפן, אבער וואס האסטו דערפון? ער לאכט דיך אויס מיט אלע באקן.
שריי אבער צום פשוט'ן איד: וואס געסטו זיך איבער בידים צו די וואס האבן דיר אין באד, ס'איז בידך זיך אליינס צו ראטעווען להנאתך ולטובתך.