הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם הפאליטיק » וואלן אין קרית יואל ווילעדז"ש

וואלן אין קרית יואל ווילעדז"ש

27 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #546
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 8:00 am#1
וואלן אין קרית יואל ווילעדז"ש
שוין ווידער קומט פאר שטורעמישע בחירות אין קרית יואל ווילעדזש
איז דאס יעצטיגער וואל קאמפיין אויך ארום די אנעקסירונג אדער איז עס א באזינדערע וואל קאמפיין
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 9:58 am#2
וואלן אין קרית יואל ווילעדז"ש
די אנעקסעישא"ן איז נאכנישט אדורך געהעריג עס דארף נאך דורכגיין א קאורט פראצעדור
מסתמא ווער עס ווייזט שטערקערע גבורות ביי די וואוטס האט א שטארקערע איינפלוס
מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 6:09 pm#3
Re: וואלן אין קרית יואל ווילעדז"ש
בושה וחרפה !!

ווייזט מיר מיין חבר א קארטל וואס די מוסדות האבן אהיימגעשיקט מיט די קינדער
אז נאר!!! די קינדער וואס ברענגען א אינטערשריפט פון ביידע עלטערן אז זיי האבן געשטימט נאר!!! די קינדער גייען באקומען א ספעשל מתנה

זאגט מיר מיין חבר אז ער האט צוזאמגערופן אלע זיינע אכט קינדער און געזאגט שעפעלעך טייערע איך בין נישט גרייט צו גיין וועלן אויף אזא סארט מהלך [דער פריינד מיינע זאגט מיר אז גראדע האט ער יא געוואלט גיין שטימען] אבער היות איך וויל ענק זאלן אויך באקומען א מתנה גייטס שוין אלע אין קלייט און קויפט אייך איין וואס איר באגערט, בכדי נישט צו ווערן דיסקרימענירט פון די מוסדות.
מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 11:17 am#4
Re: וואלן אין קרית יואל ווילעדז"ש
למעשה האט ק''י אלייענס קאמפיין אויפגעטוהן אין זיי האבען צירוקגעברענגט זייער בלאק וואט אין אריינגברענגט א דריטעל פין די קרית יואלע שטימען
מיטוואך יוני 15, 2016 2:04 pm#6
Re: וואלן אין קרית יואל ווילעדז"ש
עס האט געדארפט פארקומען די רעגולער מעיאר און טראסטי וואלן למעשה איז עס פארגעקומען אויף א שטולע אופן כך שמעתי ואיני יודע אם הוא קראנט
דאנערשטאג יוני 16, 2016 11:58 am#10
Re: וואלן אין קרית יואל ווילעדז"ש
דעס איז מסתם אלס סיסטעם אויס

ווי זוי ארבעט טאקע די געזעץ ווען קיינער לויפט נישט ?
דאנערשטאג יוני 16, 2016 7:24 pm#11
Re: וואלן אין קרית יואל ווילעדז"ש
עס זעהט אויס זייער געשפאנט יעצט די לאגע צווישען די פראקציעס
דער הקריה פינעם ווילידזש איז זייער צוקאכט אויף די אלייענס
און מטעם דער אלייענס הערט מען גארנישט קיין אנטווארט
בלויז דאס אז זיי שיקן די עולם אין די מאסן קיין בלומינגראוו, דער הקריה קהילה וויל דערווייל נישט צושטעלן טראנספארטאציע פאר זייערע אנהענגער צו קענען טעגליך שיקן די קינדער אין בית חינוך לערנען
דארף מען ווארטן צו זעהן ווען זיי וועלן לאזן זייער ציבור גיין מופן אויף בלומינגראוו
פרייטאג יוני 17, 2016 4:52 pm#13
Re: וואלן אין קרית יואל ווילעדז"ש
מיין מיינונג האט געשריבן:וואלן?

אין די אלייענס אפטיילונג די קהילת ב"י איז יעצט דא וואלען צו מען זאל יא אקצעפטירען די פראגראמען וואס ב"י איז נארוואס געווארן עפראווד צו קענען געניסן פינעם קאלעדזש פראגראם
זונטאג יוני 19, 2016 4:16 pm#16
Re: וואלן אין קרית יואל ווילעדז"ש
אבער נישט ביי די על טהרת הקודשדיגע בני יואל

סאו חמלה ואמונה גייט שוין אויך נעמען ?
זונטאג יוני 19, 2016 4:48 pm#17
Re: וואלן אין קרית יואל ווילעדז"ש
חמלה ואמונה איז וועגן פובליק שולע געלט וואס איז א פראגראם פאר קראנקע

קאלעדזש פראגרעם איז אלץ געווען אין סאטמאר
בנ"י פלעגט נעמען דורך אנדערע מהלכים
זונטאג יוני 19, 2016 7:50 pm#18
Re: וואלן אין קרית יואל ווילעדז"ש
יעדע שורה וואס דו האסט געשריבען איז סתום

וואס מיינט פובליק שולע געלט ....... ?

און וואס האט פובליק שולע געלט מיט קראנקע הייסט אז נאר קראנקע איז די פראבלעים ?

און מיט וואס איז קאלעזש פראגרעם אנדערש ווי פובליק שולע געלט ?

און פארוואס האט בנ"י ביז יעצט גענומען מיט אנדערע מהלכים פארוואס האבן זיי נישט געקענט נעמען געהעריג אויב ס'איז נישט די טרפהנע פובליק שולע געלט פאר קראנקע נאר די כשרע קאלעזש פראגרעם ?
מאנטאג יוני 20, 2016 8:28 pm#19
Re: וואלן אין קרית יואל ווילעדז"ש
ב"י איז ביז היינט געשטערט געווארען דורך פארשידענע גורמים און סיבות פון צו קענען פונקציאנירען אלס א זעלבסטשטענדיגער קאלעדז"ש, ממש לעצטענס זענען זיי געווארן באשטעטיגט צו פונקציאנירען אלס א קאלעדז"ש

פובליק סקו"ל פראגראמען האט מיט די ווילידז"ש, און דערוויל איז נאר די מהרא קהילה אין טייטעל צו קענען געניסן פינעם פובליק סקול פראגראם פאר די שוואכע קינדער.
מאנטאג יוני 20, 2016 9:36 pm#20
Re: וואלן אין קרית יואל ווילעדז"ש
אויף דיין ערשטע שורה: פארוואס שרייבסטו נישט קלאר? דא איז די פאליטיק פארום

אויף דיין צווייטע שורה: איר מאכט זיך תם'יש?! בני יואל איז פשוט נישט ענטייטעלט געניסן פון די פובליק שולע פראגראמען... און די תשעה באב מחאות זענען אויסצודרוקן די ווייטאג אז מען איז ליידער נישט ענטייטעלד?... גוט...
מאנטאג יוני 20, 2016 10:10 pm#21
Re: וואלן אין קרית יואל ווילעדז"ש
ב"י איז קעגן דאס געניסן פון פובליק סקול פראגראמען
נאר יא יא האט עס אוועקגעשטעלט כאילו די פובליק שולע פראגראמען איז יעדמ'ס רעכט צו געניסען דערפון.
דינסטאג יוני 21, 2016 12:06 pm#22
Re: וואלן אין קרית יואל ווילעדז"ש
ס'הייסט די גאנצע מחלוקה מיט אלע יהרג ואל יעבורס חרמים קניוים איז נאר געווען ווייל ב"י האט נישט געקענט געניסען וואוו שאקינג
דאנערשטאג יוני 23, 2016 10:03 am#23
ב"י פראגראמען
ב"י און ויוא"מ פארמאגן היינט די אינגלעך און מיידלעך צוזאמען בערך 20-22 קלאסן פער יארגאנג בלי עין הרע זייערע באס טרענספארטאציע איז ערלויבט צו געניסן פון גרענד''ס דורך די פובליק סקול פאנד''ס מען נעמט עס נישט טראץ מען איז ערלויבט נישט אלעס וואס מען קען זיך ערלויבען נעמט מען למעשה..

..
לדוגמא יעדער קען זיך ערלויבען צו רופן א משפיע פון "גור" צו מעורר זיין לתיקון המעשים און תשובה
ווי מהרא'ס קהילה טוט יעצט ווען מען ריפט צוזאם די ציבור בעת ווען די קהילה גייט דורך שווערע זמנים, און לעבט אינטער שרעק ווען אזויפיל פון די פני הקהילה זענען נעבעך טראגיש פארשניטען געווארן פין די וועלט
אבער נישט יעדער ערלויבט זיך אזעלכע'ס, [קוק אין במדבר דף ק"י ווי דער מייסד פון קהילה הק' סאטמאר בספרו הק' דב"י רעדט וועגן רופן אידן לעורר על תיקון המעשים]
דאנערשטאג יוני 23, 2016 4:02 pm#24
Re: וואלן אין קרית יואל ווילעדז"ש
יאפ און היינט איז דאנערשטאג און ס'איז פארוואלקנט
דינסטאג יולי 12, 2016 1:45 pm#25
Re: וואלן אין קרית יואל ווילעדז"ש
עפעס רודערט זיך אין מאנסי אין די שולע פון ר' יחזקאל גאלד דאס האט אויך צו טון מיט די זעבע אישו ווי די בני יואל וואלען ?
דינסטאג יולי 12, 2016 2:11 pm#27
Re: וואלן אין קרית יואל ווילעדז"ש
די שולע הייסט תורת אמך געפנט דורך אפאר עסקנים און איבערגעגבן די הנהגה רוחניות פאר ר' יחזקאל למעשה רייסט מען זיך דארט היינט און ר' יחזקאלס קינדער האבן גערופען פאליס יא די זעלבע ר' יחזקאל וואס זעהט נאר יענעמס עבירות

די אישו ווייס איך נישט פונקטליך