הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

36 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #547
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 5:04 pm#1
נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
מיר טוען אנטפאנגן אלע באקרידיווידע פון אייוועלט, דא קענט איר שרייבן מיט א רואיג געמיט אלעס וואס איז נוגע די עיר הצדק קרית יואל.

יהא בואכם לברכה ולהרמת קרן הקרעטשמע!
פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 8:05 am#2
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
שכוח פארן עפענען דעם אשכול

וואלטיך נאר געוואלט וויסן צו עס איז אמאל פארהאן א פלאן צו טוישען דעם שווערן ריח ביים אריינקום פון קרית יואל אדער עס פארבלייבט שוין דארט פאר גוד
זונטאג נאוועמבער 22, 2015 5:41 pm#3
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
פיר אראנדזש קאונטי מוניציפאליטעיטן האבן געמאלדן א געריכט אנקלאגע קעגן סטעיט די.אי.סי. פארן ערלויבן קרית יואל ארויסשעפן 612,000 גאלאנען וואסער א טאג פון 2 קוועלער אין קארנוואל.
זונטאג נאוועמבער 22, 2015 7:05 pm#4
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
אין אנדערע נייעס:
די מאנטאג איז פארגעקומען א פובליק מיטינג אין טאון או מאנרא
איין צו פירן א נייע געזעץ אין טאון אז מען זאל מער נישט קענען בויען 2 דירות אויף א לאט (mother & daughter) נאר 1 דירה
די אויסטרעפער פון די געזעץ איז הארלי דאולס די טאון סופערווייזער

די געזעץ וויל ער מאכן אלץ א בונד מיט ק"י ווילידזש אז אידן זאלן נישט קענען גיין וואוינען אין טאון (גלילות ק"י) וועט יעדער מוזן & וועלן האבן אנעקסעישאן.

יוניידעט מאנרא האט פארפירט אקעגן דעם, טענהנדיג איז מען דיסקעמינירט אקעגן די וואס ווילן זיך ארויסציען, די טענער דארט איז געווען זייער אנגעהיצט ממילא האט ער עס געמוזט אפשטיפן אויף ענד דעסעמבער פאר נאך א מיטינג.

עולם הפוך ראיתי...
מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 12:13 pm#5
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
@מסודר, נישט קלאר פון ווי איר נעמט די אינפא.
עפ"י סברה קען מען זאגן פארקערט אויך, אז צוליב די שטארקע אנטי-קר"י כח ביי די וואלן, האט דער שכל'לאזער דאולס באשלאסן צו פארראטן קרית יואל מיינענדיג אז דאס וועט אים עפעס ברענגען.
אדער קאן זיין אז ער וויל פשוט עטוואס ריינוואשן זיין נאמען ביי די גוים אנערקענענדיג אז געווינען וועט ער שוין במילא נישט, און דעריבער ברויך ער שוין נישט צוקומען צו קר"י שטיצע.

אויבנאויף וועט דאס נאר שאטן פאר די ווילידזש אינטערעסן, און אויב דער ווילידזש זאל עס שטיצן איז דאס א שטארקער ריסק מצדם, אין פאל איינע אדער ביידע פון די אנעקסעישאנס גייען נישט אריבער.
איך גלויב אז אויב דער טאון באורד וועט באשטעטיגן די זאונינג ענדערונגען, דאן וועט זיין א דיסקרימינאציע סארט געריכט קלאגע אזוי ווי ס'איז געווען אין וואדבארי.
מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 3:01 pm#6
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
צוויי גרויסע דיינים ותלמידי חכמים מופלגים בעיר קרית יואל ברויכן רחמי שמים מרובים
הגה"צ מ'שארמאש
די דיין הרה"ג רבי יוסף הערש סופר

נא להתפלל עבור יואל בן הענטשא
ואלטר יוסף צבי בן שרה
...
אויך איז שוין העכסט צייט פאר אלע צדדים וואס מאכן זיכער ביי די בחירות צו אנהיצן א פייער אין שטאט צו איינרוען
מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 3:55 pm#7
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
יום טוב האט געשריבן:@מסודר, נישט קלאר פון ווי איר נעמט די אינפא.
עפ"י סברה קען מען זאגן פארקערט אויך, אז צוליב די שטארקע אנטי-קר"י כח ביי די וואלן, האט דער שכל'לאזער דאולס באשלאסן צו פארראטן קרית יואל מיינענדיג אז דאס וועט אים עפעס ברענגען.
אדער קאן זיין אז ער וויל פשוט עטוואס ריינוואשן זיין נאמען ביי די גוים אנערקענענדיג אז געווינען וועט ער שוין במילא נישט, און דעריבער ברויך ער שוין נישט צוקומען צו קר"י שטיצע.

אויבנאויף וועט דאס נאר שאטן פאר די ווילידזש אינטערעסן, און אויב דער ווילידזש זאל עס שטיצן איז דאס א שטארקער ריסק מצדם, אין פאל איינע אדער ביידע פון די אנעקסעישאנס גייען נישט אריבער.
איך גלויב אז אויב דער טאון באורד וועט באשטעטיגן די זאונינג ענדערונגען, דאן וועט זיין א דיסקרימינאציע סארט געריכט קלאגע אזוי ווי ס'איז געווען אין וואדבארי.


ק/פ פון יוניידעט מאנרא
...
The meeting commenced after 9:30pm. Doles, a short time before, had projected an image on the giant movie screen over the Town Board's heads. It depicted a large, multi-family dwelling.
Doles began the meeting by bringing up local law number 4, whose public hearing will occur at the end of November. Local law number 4 will change the zoning of single family homes with accessory apartments to disallow accessory apartments. It also includes a provision to allow hotels.
Simply put, this new law is political vengeance against the alliance, as well as to any Town of Monroe homeowners who wish to have an elderly parent live with them at some point.
In addition, it's a benefit to the KJPE interests who own large parcels of land (the 507) who could now, if this law passes, build "hotels" on their property.
Doles began his propaganda speech by pointing to the image projected above him and stated that this is what we can expect to see ALL OVER MONROE if we don't pass his new law. It was a fear tactic, and it was working- a few people in the audience who are not accustomed to Doles' manipulations, became worried.

I responded to Doles' nonsense by saying "It was your zoning board that allowed that multi family unit to be built".
The building he projected on the screen is on Raywood Drive in Monroe. It's part of the 507 acre annexation area and its inhabitants are Satmar. Doles was insinuating that his new local law must be supported by the public or else these homes will be all over Monroe.
These statements were lies.
Many members of the alliance have purchased single family homes in the Town of Monroe. Some have taken advantage of the accessory apartment allowance since most have large families. The alliance did not vote for Dan Burke a few weeks ago and Harley is losing a much needed ally on the Town Board. This is why he is passing this local law. No other reason. It's political vengeance, plain and simple.
I have no problem with the creation of a new comprehensive plan, a tightening of the zoning in areas of Monroe, and even a short moratorium while the zoning kinks are ironed out- but I reject any attempt to exact revenge on ANY group of people by enacting laws which are designed to hurt one group while helping another (the KJPE).
I began asking questions, as did a few others in the room such as: Didn't your zoning board approve that building? (Referring to the projected image), and how would this local law prevent buildings such as that one when the zoning board can grant variances? These questions were unraveling the Supervisor. He began shouting at me. He accused me of making deals, he told me I was "busted", he told me that buildings like the one projected above him were my fault, he stared at me, mocked me, taunted me to the point where even Gerry McQuade was urging him to stop. His face was twisted and strange- he looked like a man possessed.
I decided to leave- I didn't think I could take much more abuse, and as I got up to leave, Doles stopped speaking and said, "hang on, I want to watch", and he stared me down as I walked out of the theater.
The video of this entire encounter will be posted on this page later today.
The bottom line is this: Doles wishes for you to believe that United Monroe made a back room deal with the Alliance for votes. This didn't happen. No deal was made.
Harley simply can't believe that the promise of good government is enough to win over the hearts and minds of citizens, because he's never tried to do that.
So, you will see in the coming weeks, attempts by Doles to frighten you, to convince you that high density is coming your way unless this local law is passed which is simply not true.
Only a decent zoning board and a good code enforcement officer can prevent illegal or unsustainable development.
The zoning board members and code enforcement officer are appointed by the Town Board.
These synopsis' are a personal account and I fully recognize that inserted in them are my feelings and experiences- I also fully recognize that by being one of the leaders of this grassroots movement I am subject to scrutiny and am a likely target for our Town Supervisor, however, I am a mom, a volunteer, and frankly, Harley Doles' behavior last night towards me was very unsettling.
We all need to stick together- not splinter- and stay United. Help is on the way. We will all breathe a sigh of relief when Mike McGinn and Tony Cardone take their positions on this Town Board and restore sanity come January.
I can't wait.
Thanks to all who participated in the hearing last night- who show up- who support- who vote- who donate- who volunteer. You are United Monroe.
Emily Convers
מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 5:07 pm#8
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
דאולס זעט אויס צו זיין היבש דעספרעד.
איך וועל בלויז אננעמען די קאנספיראציע אז דער ווילידזש איז אינוואלווד, אויב כ'וועל זען אין די קומענדע פאר וואכן אז זיי נעמען איין א שטיל-שווייגעניש איבער די נושא.
סיי וויאזוי איז מאדנע ביז גאר אז יונייטעד מאנרא זאל זעך ארויסשטעלן קעגן איינצוימען די זאנינג.
מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 5:19 pm#9
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
נייעס האט געשריבן:צוויי גרויסע דיינים ותלמידי חכמים מופלגים בעיר קרית יואל ברויכן רחמי שמים מרובים
הגה"צ מ'שארמאש

דאס איז קאנפירמד ? געוואלד
מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 8:13 pm#10
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
לטובה האט געשריבן:
נייעס האט געשריבן:צוויי גרויסע דיינים ותלמידי חכמים מופלגים בעיר קרית יואל ברויכן רחמי שמים מרובים
הגה"צ מ'שארמאש

דאס איז קאנפירמד ? געוואלד

יא ליידער השתדלו והרבו תחינה
מען דארף מתפלל זיין פאר די ת"ח שבדור זאלן פארבלייבן מיט אונז

...
א דאנק אייך @מסודר און @יום טוב פאר אייערע באריכטן איבער די געפעכטן צווישן די גויאישע פיינט פון קר"י און די ווילידזש
מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 9:34 pm#11
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
די טאון אוו מאנרא האט אפגעדינגען אויף א 2 יעריגן טערמין א חלק פון די "עץ חיים" טעמפל פאר אפיס פלאץ פאר 100,000 דאללאר.
לויטן פלאן וועט די טאון קאורט אויך גיין אהין, און דער טאון וועט האבן א דין קדימה אפצוקויפן די געביידע ווען דער ליעס לויפט אויס.
דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 1:50 pm#13
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
אוי וויי וואס גייט פאר מיט ר' יואל ?
מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 2:35 pm#16
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
די דאקטורים געבן טריטמענט"ס

און אינז אידן וועלן מיט די תפילות ברענגן נאך אסאך לאנג און געזינטע יארן פאר די חולי ישראל
מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 3:44 pm#17
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
איך טראכט הויך, גייט זיך טאקע ענדיגן די שיסעריי פרשה גענוי ווי פרשת שטארק?
מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:00 pm#19
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
jdn באריכט עס כאילו עס וואלט געווען א המשך צו די טעראר אטאקעס איבער די וועלט
מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 6:29 pm#20
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
מיין מיינונג האט געשריבן:פרשת שטארק איז שוין געענדיגט?
פארוואס טראכט איר אין די דיירעקשן?

על ראשון ראשון.

1) יא.
2) קיין שום שפירן איז נישט פארהאנן, און א יעדע נייעס זייטל זאגט זיך זיין ווערסיע, די רעקארד רעדט פון א רויבעריי, אנדערע רעדן פון א אראבער, קר"י באאמטע רעדן פון א יוניידעט מאנרא אגענט, וואטסאפ רעדט פון אנדערע סקאנדאלן.
מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 6:42 pm#21
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
נישטא קיין קעמרעס?

מסודר האט געשריבן:קר"י באאמטע רעדן פון א יוניידעט מאנרא אגענט,

באמת?! :?


וויאזוי ווייסט איר אז די שטארק קעיס איז געענדיגט?
מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 7:41 pm#22
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
מיין מיינונג האט געשריבן:נישטא קיין קעמרעס?

מסודר האט געשריבן:קר"י באאמטע רעדן פון א יוניידעט מאנרא אגענט,

באמת?! :?


אנטשולדיגט פארן זאגן 'באאמטע', באט יו געט די פוינט.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 9:56 am#23
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
Matthew Bauman, 25-years-old has been arrested in connection with the shooting on 18-year-old yeshiva student Aron Weiss
ווארשיינליך אן איינוואוינער בשכינות וועלכער האט בדווקא געצילט א איד. מאכט נישט קיין סענס א רויבעריי.
m http://propertydata.orangecountygov.com ... 0070000000 m
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 10:58 am#24
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
פון סטעיט פאליס:
State Police in Monroe announce the arrest of Matthew Bauman, age 25 of Harriman, NY following an investigation into the shooting of a Hasidic man on
November 24th near the Quick Shop Deli on River Road in the Village of Harriman. The investigation revealed that Bauman had stolen a firearm from a family member and planned on using it to commit a robbery at the deli in order to acquire money to fund his drug addiction. The victim, Aron Weiss age 18 of Kiryas Joel, was in the area of the deli using his cell phone when he was accosted by Bauman. Bauman attempted to take money from Weiss but was unsuccessful. As Weiss was fleeing, he was shot one time in the upper shoulder by Bauman. Bauman was charged with Assault in the First Degree, Attempted Robbery in the Second Degree and Criminal Possession of a Weapon in the Second Degree (all felony charges). Bauman was arraigned at the Village of Harriman Court and remanded to Orange County Jail without bail. The State Police were assisted in this investigation by the Village of Harriman Police Department and the Orange County District Attorney's Office.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 12:59 pm#25
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
ניתי בחור ונחזי, דער בחור לעבט נאך ב"ה, האט אים דער גוי געבעטן געלט?
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 1:46 pm#26
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
די פאלגנדע פאקטן באווייזט אז דאס איז ווארשיינליך געווען א 'העיט-קריים' און גארנישט מער:
- דאס שפרינגען פון די פאליציי אזוי שנעל צום קאנקלושן אז דאס איז געווען א רויבעריי.
- א געשולטע רויבעריי/האלד-אפ ווערט געווענליך פלאנירט אויף עמיצן וואס מען טראכט אז ער האט יעצט גרויס געלט מיט זיך. אונטער 'נארמאלע' אומשטענדן וואלט דאס פארקומען אויף א שטיל פלאץ נעבן א באנק, אדער אין א רעזידענשל עריע ווי עס איז נישט פאראן סורוועיליענס, און זיכער נישט ביי א שאפינג צענטער עראונד די קארנער פון ווי דער פארברעכער וואוינט.
עס לאזט זיך גלייבן אז דאס איז געווען א ספאנטעניע'ס אקט פון רציחה אנצושרעקן די אידן וועלכע ריקן זיך אריין אין די עריע. ער וועט דאס קיינמאל נישט מודה זיין ווייל דאס וועט אים ברענגען נאך 20 יאר טורמע. און די וואודבארי פאליציי/שעריפס אפיס זענען גרייט מיטצושפילן מיטן קאווער-אפ.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 2:50 pm#27
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
די וואס האבן געגעבן א יד פאר די גויים ארום זיך צו שטארקן דארפן זיך בארעכענען ווי זיי האלטן אויף די וועלט
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 3:18 pm#28
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
איך גיי נישט זאגן אז די לעצטיגע רדיפות איז דירעקט פארבינדן מיט די אנטי-קר"י העצעריי די לעצטע פאר יאר, עס איז אבער א מציאות אז מען הערט היינט פאסירונגען וואס איז נישט געשען אמאל, און מען הערט טעגליך בילבולים אויף קר"י וואס אין פרידנס צייטן וואלט דאס פארדאמט געווארן אלס אנטיסעמיטיש.
די לעצטיגע איבערפעלער און שיסערייען זענען אלע געווען דורך מאנרא וואודבארי גראדואירטע, און אויב זיי הערן זייערע אויפגערייצטע עלטערן און ארומיגע רעדן פון האסידים מיט אזא העץ, ווי גלייך מיר נעמען אוועק זייער לופט און ביסן פון מויל, דאן מה יעשה הבן שלא יחטא.
לעצטנס האט זיך עמיצער אפגערעדט אויפן יונייטעד מאנרא בלאג אז נאכן זיך העצן אינדערהיים פאר א לענגערן זמן קעגן קר"י האט זי אינטערגעהערט ווי אירע טינעידזש קינדער רעדן איבער איבערמאכן דעם האלאוקאסט! פארשטייט זיך אז יונייטעד מאנרא האט גלייך געענטפערט תמוואטע'דיג אז this isn't what we all about , באט יו געט טו די פוינט.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 4:04 pm#29
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
מיר שטערט נישט אז ענק זענען מחליט אז עס איז זיכער נישט געווען קיין רויבעריי פראבע, אבער מיט איין תנאי, געדענקט כאטש אז עס איז דא אזא אפציע...


נייעס האט געשריבן:די וואס האבן געגעבן א יד פאר די גויים ארום זיך צו שטארקן דארפן זיך בארעכענען ווי זיי האלטן אויף די וועלט

די וואס רייצן זיך מיט די גוים ארום דארפן זיך בארעכענען ווי זיי האלטן אויף די וועלט.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 7:25 pm#30
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
איך האלט נישט פון זיך רייצן מיט די גוים. אבער צוזעענדיג ווי די יונייטעד מאנרא טאטעס פאטשן זיך די בייכער אכשר דרא ווי גוט ס'איז זיי געלונגען אויפצופלאמען דעם אווערנעסס פונעם גאנצן ארום קעגן דעם קר"י אימפעקט, און אנערקענענדיג אז דער קרית יואל פראגע האט פאלש און אומנייטיג איבערגענומען די טאג טעגליכע לעבנס-זארגן ביי אומוויסנדע גוים, בין איך שוין מסופק צו זיך רייצן מיט די גוים אדער נישט, וועט נאך עפעס אויסמאכן איין וועג אדער די אנדערע.
בדרך אגב, דאס אז ס'איז געווען א שיסעריי שטעלט זיך נישט אויס צו זיין ביי זיי אזא זארג פאר די וואוילזיין פונעם טאון ווי דאס אז קר"י עקזיסטירט, דאס באווייזט אז ס'נישט קיין נפקא מינא וואס מ'טראכט אדער וועלכע סיטואציע מען נעמט אן, וועלן אלס זיין אזעלכע וועלכע וועלן איבערצייגן די רעשט פונעם טאון אז קרית יואל איז זייער עיקר זארג אין לעבן.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 8:14 pm#31
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
אבער אז שטימען פאר די זעלבע קאנדידאט ווי די אנגערייצטע גוים מאכט שנאת ישראל איז קיין ספק נישט, ריכטיג?
אפשר מאלט איר מיר אראפ א בלו-פרינט וויאזוי דאס ארבעט?

עס מאכט טאקע נישט שנאת ישראל אבער עס געבט זיי שטארקקייט און מוט ביז איינער האט באקומען קוראזש צו שיסן א קרית יואל'ער. בלא בלא בלא
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 8:56 pm#32
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
מיין מיינונג האט געשריבן:אבער אז שטימען פאר די זעלבע קאנדידאט ווי די אנגערייצטע גוים מאכט שנאת ישראל איז קיין ספק נישט, ריכטיג?


געבן שטימעס און POWER פאר מענטשן וואס העצן און גיסן שנאה אויף אידן מאכט שטארקער די כח פון די גויים אין אלע אספעקטן, ובתוכם אז זייערע באהעלטענישען טוען זיך אפמאלען און געוואלדטאטען וואס זענען א סכנה פאר די געזעלשאפט,
די שמאלע און קליינקעפיגע מחליטים וואס ציען מסקנות צו געבן א האנט פאר די גויים זאלן מאכן באצייטענס א קאלקולאציע אין וועלכע ריכטונג זיי שפאנען.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 9:15 pm#33
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
נייעס האט געשריבן:געבן שטימעס און POWER פאר מענטשן וואס העצן און גיסן שנאה אויף אידן מאכט שטארקער די כח פון די גויים אין אלע אספעקטן, ובתוכם אז זייערע באהעלטענישען טוען זיך אפמאלען און געוואלדטאטען וואס זענען א סכנה פאר די געזעלשאפט,

איך האב געבעטן א בלו-פרינט האסטו מיר געשאנקען איינס, אבער וויבאלד איך בין נישט קיין ארכיטעקט קען איך איר נישט אויסליינען, מיי בעד...

אנטשולדיגט מיר, אבער אנשטאט זאגן עפעס האט איר גענומען "הויכע ווערטער" און זיי אפגעשריבן אויף א וועג פון א פאראגראף, אבער שטיין שטייט דא גארנישט. אנדערע רופן דאס אן "געמאלן וואסער".

נייעס האט געשריבן:געבן שטימעס און POWER פאר מענטשן וואס העצן און גיסן שנאה אויף אידן מאכט שטארקער די כח פון די גויים אין אלע אספעקטן,
נייעס האט געשריבן:ובתוכם אז זייערע באהעלטענישען טוען זיך אפמאלען
נייעס האט געשריבן:און געוואלדטאטען וואס זענען א סכנה פאר די געזעלשאפט,

ביטע...
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 9:45 am#34
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
איך האב בלויז גערעדט קלפי יונייטעד מאנרא און זייערע גויאישע פריינד.
דער וואדבערי אסעמבלימאן האט זיך לעצטנס אויסגעדריקט אז ביזן יונייטעד מאנרא אויפקום איז ער געווען א קול קורא במדבר. קיין איין פאליטישאן האט נישט געוואלט נעמען קיין אפענע שטעלונג קעגן קר"י. באקעמפן די קר"י געברויכן איז געווען א ראדיקאלע אונטערנעמונג וואס מ'האט געדארפט האבן קוראזש דערצו. קיינער האט נישט געוואלט זיין אנטי-האסידיק.
מיט יונייטעד מאנרא האט זיך דאס אלעס געטוישט.
די לעגיטימאציע לויטעט אז "איך בין קעגן דיין עקזיסטענץ נישט ווייל איך גלייך דיך נישט, נאר ווייל איך גלייך נישט סיי וואס דו טוסט..."
זונטאג אקטאבער 23, 2016 2:57 am#35
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
א בנין פלאקערט אין קרית יואל, אויף 3 פאקש
א קליפ פון די העלישע פלאמען m https://mobile.twitter.com/YiddishFeed/ ... 40/video/1 m

השם ימלא חסרונם
מיטוואך אקטאבער 26, 2016 2:19 pm#36
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
אפשר לייגט איר איבער די קליפ אויף א וועג אז די וואס האבן נישט צוטריט צו טוויטער זאלען עס קענען קוקן
א דאנק אייך
..
שרעקעדיגער נייעס באריכט
האבן די אידן געהאט אינשורענס?