הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » אלעס ארום די סירישע פליטים

אלעס ארום די סירישע פליטים

5 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #548
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג נאוועמבער 22, 2015 2:03 pm#1
אלעס ארום די סירישע פליטים
ביז לעצטע וואך זענען די סירישע פליטים קריזיס געוועהן בסך הכל שמועות רחוקות, דייטשלאנד נעמט אריין א מיליאן פליטים (לכאורה אלטע שולד געפיעלן), אונגארן ווארפט זיי ארויס (אלטע פאשיסטן), מד"י פארהאקט די טיר (א קשיא אויף ביבי...), ענגלאנד שפאקולירט, ועוד, אבער אין די לעצטע פאר טעג קומט די טעמע אהיים צו אונז.

שווער דורך צו גיין אלע נייעסלך די לעצטע וואך אלעס ארום דעם קאכעדיגע נושא, בעיקר עלמיר זיך באציען צו די אידישע רעאקציע צו די קאנגרעס' פרישע גזירה כלפי סירישע אימיגראציע.

די עי די על האט שארף פארדאמט די באנהאנדלונג פון די רעפובליקאנע איבער די אימיגראציע קריזיס, אויפמישנדיג א טרויערדיגע בלעטעל אין היסטאריע, מיט שאקירנדע פאקטן איבער וויאזוי די אמעריקאנע באפעלקערונג האט זיך באנומען מיט די אידישע פליטים אנטלויפנדיג פונעם נאצישע נעגל.

אום 1938, 3 יאר נאך די טרויערדיגע באקאנטע נורמבערג געזעץ, בעת דייטשע ביגערשאפט פון אידישע ראסע איז אפיציעל אנולירט געווארן, איז דורכגעפירט געווארן אין אמערעקע א אנקעטע צו מען זאל אריינעמען די פליטים, און א שטוינדענדע 66% האט געהאלטן מען זאל פארקנאקן די טויערן! פארשטייט זיך דעמאלס האט די אמעריקאנע פאלק אויך גענוצט שרעק מיטלן צו בארוהיגן די ראסיסטישע געוויסן, דהיינו אז פון צווישן די פליטים קענען זיך אריינכאפן שפיאנען, אדער קאמיניסטן.

א יאר דערויף אום 1939, תיכף נאך די "קריסטלנאכט", ווען אידישע האב און גוטס איז וואנדיליזירט געווארן אין בערלין, 100 אידן זענען געהרגט געווארן, איז נאכאמאל פארגעקומען א אנקעטע, דעמאלס איז געגאנגן די פראגע אטיב מען זאל אריינעמען א טראנספארט פון 20,000 קינדער, 61% אמעריקאנע האבן געזאגט לא מיט א אלף.

אויסער די עי. די. על. און אנדערע מער ליבעראלי אידישע גרופעס, איז אויך די או. יו. ארויסגעקומן מיט א רוף צום אמעריקאנע גאווערמענט צו עפענען די טיר פאר די פארפלאגטע אין סיריע.
זונטאג נאוועמבער 22, 2015 3:32 pm#2
Re: אלעס ארום די סירישע פליטים
יתכן אז פארקנאקען גענצליך די טויערן איז קיין אפציע
אבער מען דארף פארט שטרענגער מאכן די פליטים אריינפלוס אין די מערב וועלט
מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 5:22 pm#4
Re: אלעס ארום די סירישע פליטים
הערליכע באריכט מסודר, ליינט זיך ווי א פראפסיאנאלע אנאליז אין די צייטונגען.
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 6:53 pm#5
Re: אלעס ארום די סירישע פליטים
צאל פליטים פון סיריע קומט היינט אן צו 10,000

די אבאמא אדמיניסטראציע האטט געמאלדן אז זי האט ערייכט איר ציל פארגרעסערן די צאל פלטים איבער די יאר צו 10,000 היינט ווען דער צען טויזענטסטער פליט וועט אנרירן דעם אמעריקאנער באדן. דער פליט איז באגריסט געווארן דורך די נאציאנאלע זיכערהייטס סעקערטערי סוזען רייס, וואס האט אין נאמען פונעם פרעזידענט זיי געוואונטשען אז זיי זאלן געפונען רואיגקייט און זיכערהייט אין די פאראייניגטע שטאטן.

די אדמיניסטראציע האט נישט פארעפנטליכט קיין דעטאלן איבער די אידענטיטעט פונעם פליט, און אזוי אויך ווי ער גייט זיך באזעצן, די אדמיניסטראציע האט אנגעצייכנט אז דאס איז בלויז א פראקציע פון די איבער 4.8 מיליאן מענטשן וואס זענען אנטלאפן פון סיריע, דאס קומט אויס איין פינפטעל פון א פראצענט, די סטעיטמענט אנערקענט אז עס איז בלויז א סימבאלישע אקט צו צייגן מיטגעפיל מיט די טראגעדיע אין סיריע, אבער פארט איז עס א פארדאפלונג פון 5 מאל פון די צאל פליטים וואס זענען אריינגעלאזט געווארן א יאר פריער.