הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » היכל ה'קרעטשמע » זעט אויס אז מיר ווערן פארט בעסער

זעט אויס אז מיר ווערן פארט בעסער

6 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #554
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך פעברואר 03, 2016 8:00 pm#1
זעט אויס אז מיר ווערן פארט בעסער
קומענדיג אין שול, איין טאג, באמערק איך אן אינטרעסאנטער ספעקטעקאל. שטייען צוויי אידן אין דערמיט און איינער שעלט דעם צווייטן טויטע קללות, בקולי קולות. אבער נישט סתם קללות נאר אזוינע ריכטיגע, פארצייטישע, נוסח רומעניע.
כ'על דא אראפברענגען אפאר דוגמאות לשבר את האוזן: ''רוצח גזלן! ימח שמך וזכרך! זאל דיר דער מלאך המות נאך היינט קומען נעמען! זאלסט פגר'ן און נישט קומען לקבורה!'' וכהנה וכהנה און דאס אלץ ברבים אינמיטן שול ובצעקות איומות.

אזוי מיטהאלטנדיג אביסל בתוך ההמולה, האב איך דערשמעקט על מה חרי האף הגדול הזה. די צוויי אידן אין דערמיט זענען דרייווערס פאר משולחים און איינער האט חושד געווען זיין חבר/שונא בן אומנותו, אז ער האט אים צוגענומען א קלייענט, וע''כ יצא בקצף.

דער עולם איז ארומגעשטאנען און זיך צוגעקוקט פארוואונדערט, אונטער די וואנצעס האט מען באהאלטן אזעלכע האלבע שמייכלעך, אביסל פון פארלעגנהייט און אביסל אויך מתוך הנאה פונעם טשיקאוון צירקוס.

ביי מיר אליין, אזוי באטראכטנדיג דעם אומאיינגענעמע סיטואציע, האט זיך אויך אריינגעכאפט עפעס א פרייד אין הארץ. ניין, נישט חלילה פונעם שרייער, זען ווי א מענטש איז זיך מתבזה ברבים און זיך אליין משפיל עד עפר, מאכט מיר נישט פרייליך. אבער איך האב זיך יא דערפרייט פונעם עולמ'ס רעאקציע.

איך האב זיך מתבונן געוועזן, אז אזא סצענע וואלט פאר הונדערט יאר און אפילו פאר פופציג יאר צוריק נישט געווען קיין אויסערגעווענליכער ערשיינונג, צו זען ווי איינער צולאזט זיך ברבים איז געווען אן אפטער פאסירונג וואס האט נישט געהויבן קיין אויגן ברעמען. היינט ב''ה אז מען זעט אזא אויפפירונג איז עס מאדנע און לאכעדיג.

אלזא, זעט אויס אז מיר ווערן פארט בעסער.
דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 9:21 pm#2
Re: זעט אויס אז מיר ווערן פארט בעסער
מענטשן זענען פיל מענטשליכער היינט ווי אמאל, סיי אין אויסזען, סיי אין אויפפירונג, אבער עס קומט מיט א פרייז.
דאס אויסמענטלונג פון די מענטשהייט האט געטוישט דעם גאנצן לעבנסשטייגער צו גיין לויט די באגריפן פון "עס פאסט יא" " עס פאסט נישט", און דערפאר זעט מען ווייניג אזוינע פאסירונגען ווי דאס וואס איר האט בייגעוואוינט או6 אונז דערציילט, ווייל א מענטש וועט זעך געווענליך איינהאלטן ווען ער איז צווישן פרעמדע מענטשן, ווייל "עס פאסט נישט".
אבער דאס איז ביי רוחניות אויך, פון איין זייט האט עס א מעלה אז מענטשן פירן זיך אין א באגריף בעסער, ווייל "עס פאסט נישט", אבער פון די אנדערע זייט זעט מען היינט כמעט נישט, למשל, אז א מענטש זאל אנשרייען איינעם פארן טון א איסור ברבים, אויך ווייל "עס פאסט נישט". און אזוי ווייטער.
און מען דארף האבן אבני צדק צו קענען ריכטיג אפמעסטן צו עס איז יצא שכרט בהפסידו אדער הפסידו בשכרו.
זונטאג פעברואר 07, 2016 3:08 pm#3
Re: זעט אויס אז מיר ווערן פארט בעסער
'פאסט זיך' איז אייביג געווען, נאר ביי אן איש בזוי איז דער סטאנדארט נידריגער.

דאס וואס דו שרייבסט וועגן יצא שכרו בהפסדו, דערמאנסטו מיר וואס כ'האב געהערט פון איינעם, קלאמפערשט בשם א גדול, אז דער ספר 'חפץ חיים' האט אנגעמאכט א חורבן, וויבאלד ס'קען צוריקהאלטן מענטשן פון מגנה זיין עוולות.

Sent from my GOA using Tapatalk
מיטוואך יולי 20, 2016 11:30 am#4
Re: זעט אויס אז מיר ווערן פארט בעסער
אמאל האט מען זיך אויסגעגעבן אויפן צווייטן מיטן פיסק
און היינט אז מ'וויל זיך אויסגעבן אויף איינעם באשמירט מען אים אויפן אינטערנעט

דאס מיינט אבער נאכנישט אז מיר ווערן בעסער
מיטוואך יולי 20, 2016 8:23 pm#5
Re: זעט אויס אז מיר ווערן פארט בעסער
איך רעד נישט פון די עבירה, נאר פון די ביליגקייט און שפלות פון זיך אליין מאכן ללעג ולקלס.