Re: זייער אינטערעסאנטע ערציילונגען ארויסגענומען פון גליונות
איינמאל איז געווען א מעשה, עס איז געווען אינמיטן די קאלטע טעג פון ווינטער, די הייצונג אין די געביידע פון די ישיבה ומתיבתא האט געארבעט מיט א שטארקקייט און אנגעהייצט דעם גאנצן געביידע. עס איז אבער געווען איין שטוב וואס איז אייביג געבליבן קאלט, דאס איז געווען זייער אינטערעסאנט ווייל די הייצונג האט דאך גוט געארבעט אין אלע שטובער, פונקט די איין שטוב איז אלץ געבליבן קאלט.
מען האט גערופן א "מומחה" וואס זאל דאס אינטערזוכן, אפשר וועט ער אויסגעפונען די געהיימעניס אונטער די מיסטעריע.
יענער איז געקומען און געזען אז די הייצונג ארבעט טאקע זייער גוט אויך אין די איינע שטוב, נאר ארום די די פענסטער פון די שטוב זענען געווען אסאך שפאלטענעס פון וואו די ווינט האט אריינגעבלאזן א שטארקע קעלט וואס די הייצונג קען נישט איבערקומען. מען האט דאן פארראכטן און צוגעמאכט אלע שפאלטן און לעכער, און זייט דעמאלטס איז דער שטוב שוין אויך גוט אנגעהייצט געווארן.(1)
ביי איינע פון די צדיקי הדור פלעגט אלץ ביי די צייט פון קבלת קהל אנקומען א צודרייטער וואס האט זיך דערקלערט אלס "משיח". דער צדיק פלעגט איהם אלץ אויפנעמען מיט ליבשאפט און אפילו געבעטן זיין ברכה... ווען דער עולם איז אריינגעגאנגען איינציגווייז פלעגט "משיח" גיין צו יעדער וואס האט געווארט אריינצוגיין און זיך פארגעשטעלט אלס דער וואס טיילט די ברכות, און דערפאר נאר געלאזט אריינגיין אויב מען איז געקומען בעטן א עצה. מיט די צייט האט מען זיך שוין דערלערנט אז מען איז נישט געקומען בעטן א ברכה, נאר געקומען הערן א עצה...
דער [ארגינעלער-] שרייבער פון די שורות איז דארט געווען איין טאג ווען מיטאמאל האט אנגעהויבן צו ווערן א איבערקערעניש, "משיח" האט געשריגן אויף עמיצער מיט קולי קולות אויף א פארשוין וואס האט זיך באוויזן אינעם צדיק'ס ווארט זאל, און פון קולות איז עס אריבער צו גלעזער וואסער וואס זענען געשפריצט געווארן פון איינעם אויפן צווייטן.
איך בין דערגאנגען אז דער צווייטער איז אויך "משיח", און דאס האט אנגעצינדן דער ערשטער'ס גרימצארן.
אזוי אינמיטן מלחמת גוג ומגוג האט פלוצלינג אריינגעוואנדערט א דריטער גייסטיש-צורידערטער צו וועמען'ס אנקום דער צדיק האט זיך זייער געפריידט און תיכף ומיד איהם ענטפאנגען מיט פריידיגע ווערטער: "פון הימל האט מען דיר געשיקט פונקט אין צייט! דא זענען דא צוויי וואס טענה'ן אז זיי זענען משיח און קיינער קען נישט בארוהיגן די שטורעם, דו וועסט זיכער קענען מאכן סדר!!!"
דער דריטער האט אריינגענומען ביידע אין א זייטיגע צימער, און אין א מינוט איז די שטילקייט צוריקגעברענגט געווארן צום פלאץ. די דעטאלן פון די פארהאנדלונגען זענען אומבאקאנט.(2)
(1) גליון "גליון היכל הקודש".
(2) גליון "טיב הקהילה".