אויף ר׳ מלכיאל האט איר דאס געשריבן
אזויפיל האט ר' מלכיאל פראבירט צו טון דאס וואס זיין טאטע זצ"ל האט געטון און זיי פראבירט אריינצולייגן אין חנוך עצמאי
און אויף מהרז"ל דאס
קומען די לינקע רעליגיעזע צייונים מיט די אגודה רבנים צוזאם און שרייען ניין גיי יא קיין א"י
און דאס איז באמת ריין ציונות און צו דעם האט זיך רז"ל צוגעשטעלט
איך האב פארשטאנען פון דעם אז איר האט פארשטאנען מפי השמועה אז ר׳ מלכיאל זארגט זיך פאר די חינוך, און מהרז"ל האט זיך צוגעשטעלט צו די וואס שרייען אז די צרפתים זאלן ארויפגיין. וויאזוי דען האב איך געזאלט טייטשן אייערע ווערטער? עכ"פ איר זאגט אז כ׳האב אייך שלעכט פארשטאנען
אויף מיין שאלה האב איך נישט באקומען קיין תשובה. נישט קיין יא און נישט קיין ניין. איר האט שיין געשריבן אז דער רבי האט געוואלט אלע אידן זאלן זיך אפקערן פון יענע דרכים, אבער צי ער האט געהאלטן אז די מוסדות אינטער די חינוך עצמאי זענען "די זעלבע" ווי די פרייע רעגירונג׳ס מוסדות האט איר מיר נישט געענטפערט.
יא יא האט געשריבן:פאר די עולים וואלט ער זעלבסט זיכער "נישט געהאלפן" אזעלכע וואס לייגן "לכתחלה" אין חנוך עצמאי חוץ אויב ער איז געווען אחד בלב ואחד בפה
ווען עס איז דא א הו"א אז עולים זאלן אנקומען צו ריינע מוסדות איז דאס אז זיי לייגן זיי "לכתחילה" אין די חינוך עצמאי מוסדות א פראבלעם. מיר רעדן דאך פון אידן וואס "זענען ציונים", זיי ווייסן נישט פון קיין טהרת הקודש צו זאגן, און זיי לייגן אין חינוך עצמאי מוסדות וועט זיי נאר אפראטעווען פון פארפאלנגיין. איר ווייסט וואס די סיבאלן " > < " מיינען? "לכתחילה אין חינוך עצמאי" איז א וואפן ווען מען רעדט פון אונגארישע אידן וואס מיט אביסל אויפקלערונג וואס ציונות והנגררים אחריה איז האלט מען זיי אפ פון אריינפאלן ביי זיי, דאן איז עס סאטמאר > חינוך עצמאי, דאס זיי אריינלייגן אין חינוך עצמאי מוסדות איז א פארלוסט קעגן וואס עס קען ווען זיין מיט זיי. יעצט האנדלט מען אבער מיט א גענצליך אנדערע פאלק, עס איז א פראגע פון אדער חינוך עצמאי אדער גיין פארפאלן, חינוך על טהרת הקודש איז נישט אין באטראכט, אויף דעם ווילן מיר וויסן צי וואלט דער רבי אויך געהאלטן אז מען דארף העלפן אז זיי זאלן אנקומען כאטש אין ח"ע אבי נישט אין פרייע מוסדות.
אויף דעם זאגט איר
יא יא האט געשריבן:יעצט צוריק צום נושא ס'איז קלאר ווי דער טאג אז רבינו וואלט זיך נישט צוגעשטעלט און לכוארה לויט ווי מ'זעהיט ערגעץ אנדערש אין אזא פאל וואלט ער זיך אקעגן געשטעלט די פעולות וואס די אגודה טוען דא
א נביא בין איך נישט... איך וויל וויסן וואו מען זעט א פאל וואס דער רבי האט געהאלטן אז אידן וואס זענען ארויף זאל מען "ענדערש זיי לאזן הפקר" ווי איידער צו חינוך עצמאי, דאס אז ער וואלט געזאגט "גייט נישט ארויף" קומט נישט אריין דא.