הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » היכל ה'קרעטשמע » צולייגן אויף שטיקלעך וועלטליכע זאכן !

צולייגן אויף שטיקלעך וועלטליכע זאכן !

8 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #574
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג יוני 07, 2016 12:26 am#1
צולייגן אויף שטיקלעך וועלטליכע זאכן !
די ערשטע זאך וואס מען גייט דא צונעמען איז די זאך וואס ווערט אנגעריפן דענטיסט ! ווי יעדער ווייסט איז אז יעדע מענטש האט ציין וואס מען דארף גיט רייניגן ווייל אויב נישט איז דא זייער אימבאקוועמליכעקייטן !
דינסטאג יוני 07, 2016 12:36 am#2
Re: צולייגן אויף שטיקלעך וועלטליכע זאכן !
מען בעט אז יעדער זאל צולייגן וואס מען האט צוזאגן אויף דע טאפיק יישר כח !
דינסטאג יוני 07, 2016 12:46 am#3
Re: צולייגן אויף שטיקלעך וועלטליכע זאכן !
זיי ביטע בעסער מסביר וואס די טאפיק איז.
דינסטאג יוני 07, 2016 11:04 pm#4
Re: צולייגן אויף שטיקלעך וועלטליכע זאכן !
יעצט גייט מען דא ביישרייבן א טשעקאפ אפונטמענט : מען קימט אריין צו די דענטיסט שטויסט מען זיך אן מיט אסאך שרעקעדיגע זאכן די ערשטע זאך זעהט מען די דענטיסט טשער וואס עס ציעט זיך פון דעם ווייערס מען זעהט דריללערס מיט אסאך שרעקעדיגע טאללס עס זעהט אויס זייער שרעקעדיג ע
דינסטאג יוני 07, 2016 11:07 pm#5
Re: צולייגן אויף שטיקלעך וועלטליכע זאכן !
ענדליך די נורס קימט אריין אין זי זאגט אז מען גייט יעצט מאכן די עקסערעי זי טיט אן עפעס א גראבע ביב אין זי שטיפט צו א זאך צו די מויל אין ער שטיפט אריין עפעס אין די מויל אין מען פילט אז מען גייט זיך טשאקען אין ברעכן
דינסטאג יוני 07, 2016 11:43 pm#6
Re: צולייגן אויף שטיקלעך וועלטליכע זאכן !
דערנאך נעמט זי ארויס אזא המממ.... אזא קענדי-רעפער און רופט אויס מיט א באפעלערישע טון 'אופען יור מאוטה!' (עפן דיין מויל) ואני בעני נישט וויסענדיג וואס די קומענדיגע מנוט וועט ברענגען, פאלג ווי א מייז אויפן מייז-טרעפ און איך מאך פתיחת פה.
כ'קוק מיט הכנעה צום קוואדער-א-שעה באצאלטע מיסיס און פרעג אההה אהההא? (אזוי איז גוט? בלע"ז) און זי ענפערט צום ענין "דשאסט רילעקס".
דאן שטיפט זי אריין די א.ד. קענדי רעפער אין מיין שפייאכץ אנגעפילטע מויל און רופט ווידער אויס מיט אירע תשעה קבין "בייט".
אויף דעם האב איך געווארט! יעצט איז מיין טשאנס פאר נקמה... איך גיב א בייס מיט א צוויי טאן-פער-בייט כוח, אבער צום מיין באדויער איז איר פינגער פלינקערהייט נעלם געווארן פון צווישן מיינע הונגעריגע ציין...
פרייטאג יוני 17, 2016 6:56 pm#8
Re: צולייגן אויף שטיקלעך וועלטליכע זאכן !
יא די מיסיס דענטיסט וויל עפעס צולייגן, אה, זי איז דא! אוי וויי זי ברענגט נאך איין קענדי רעפער אוי סימיר גוט...
אההה זי מיינט אפי' נישט מיר אה! באכאשעם!