49 טויט אין מאסן שיסעריי טעראר אטאקע אין ארלענדא פלארידא
א טעראריסט האט געשטורעמט א קאפע הויז שפעט מוצאי שבת אין ארלענדא, פלארידא און אפגעשאסן 49 מענטשן צום טויט און פארוואונדעט 53 אנדערע.
דער טעראריסט איז אידענטיפיצירט געווארן אלס 'אומאר מאטין' 29 יאר אלט. ער איז געבוירן אין ניו יארק און געוואוינט אין די לעצטערע יארן אין פלארידע.
דער טעראריסט מאטין איז אריין אין די ״פולס״ קאפע-הויז אין ארלאנדא, פלארידע אום 2:00 זונטאג פארטאגס און געעפנט פייער.
אזויפיל ווי 320 מענטשן האבן זיך געפונען אינעם קאפע-הויז בשעת מאטין איז אריינגעקומען און זיך גענומען שיסן, ער האט צוערשט געשאסן אינעווייניג, דערנאך ארויסגעגאנגען, וואו א פריוואטער וועכטער א אף דוטי פאליציי אפיציר האט זיך גענומען אויסטוישן פייער מיט אים, און דערנאך איז דער טעראריסט צוריק אריינגעגאנגען און ווייטער געשאסן.
ער האט אינעווייניג אינעם קאפע-הויז אויך פארכאפט צענדליגער מענטש אין א ביה"כ אלס משכונות און עס האט געדויערט 3 שעה פון ווען ער האט אנגעהויבן שיסן אום 2:00 ביז די פאליצייאישע ״סוואט״ אפיצירן האבן געשטורעמט דאס ארט און געשאסן מאטין צום טויט נאך א קורצע פייער אויסטויש.
דער טעראריסט מאטין האט געהאט מיט זיך א מיליטערישע סארט ״עי-אר-15״ רעוואלווער, א קליינע האנט ביקס און נאך אן אומאידענטיפיצירטע וואפן. די עף-בי-איי זאגט אז מאטין האט פאריגע וואך געקויפט 2 רעוואלווערס געהעריג לעגאל אין א פלארידע וואפנס געשעפט.
די עף-בי-איי זאגט אז מאטין איז געווען אונטער אויספארשונג אין יאר 2013 נאכדעם וואס ער האט געלאזט פאלן ראדיקאלע סטעיטמענטס פאר זיינע קאלעגע ארבעטער. אין יאר 2014 איז ער נאכאמאל געווען אונטער אויספארשונג איבער זיינע פארבינדונגען מיט אן אמעריקאנער על-קאידא זעלבסטמערדער. ביידע אויספארשונגען זענען פארשלאסן געווארן גאנץ שנעל.
מאטין׳ס פאטער, סאדיק מיר מאטין, אן אימיגראנט פון אפגאניסטאן, האט געזאגט אז מאטין איז אין די לעצטערע מאנאטן געווען שטארק אויפגעברויזט אויף די מאדערניזאציע פון אמעריקאנער קולטור. מאטין׳ס פאטער האט געבעטן דאס אמעריקאנער פאלק זאל אים מוחל זיין און געזאגט אז ער איז אין שאק פונקט ווי יעדן.
צוואנציג מינוט נאכ׳ן אנהייבן שיסן אינעם קאפע-הויז, האט דער טעראריסט אנגערופן 911 און געזאגט פאר די פאליציי אז ער פירט דורך די שיסעריי און ער שווערט טרייהייט פאר אייסיס און פאר׳ן אייסיס פירער אבו באקאר על באגדאדי.
ער האט גערופן 911 סך הכל 3 מאל, דאס ערשטע מאל האט ער גלייך אראפגעלייגט און די אנדערע צוויי מאל האט ער גערעט צום דיספעטשער פאר א קורצע צייט.
די עף-בי-איי זאגט אז מאטין האט עטליכע מאל אין לויף פון די שיסעריי אנגערופן 911, און גערעדט פארשידענע זאכן. צווישן אנדערן האט ער אויפגעברענגט די נעמען פון טאמערלאן צארנאיעוו און זשאהאר צארנאיעוו, די ברידער וועלכע האבן דורכגעפירט די באסטאן מאראטאן טעראר אטאקעס 3 יאר צוריק.
אייסיס האט זונטאג פארמיטאג ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכע זיי האבן גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר די טויטליכע אטאקע.
פרעזידענט אבאמא האט זונטאג אינמיטן טאג געגעבן א ספעציעלע רעדע פאר׳ן פאלק אין וועלכע ער האט דערקלערט אז די אטאקע איז געווען ״אן אקט פון טעראר און פיינטשאפט״. אבאמא האט געזאגט אז פון די אינפארמאציע וואס ער האט באקומען, איז די אטאקע גארנישט פארבינדן מיט אייסיס, נאר דער טעראריסט איז אליינס ראדיקאליזירט געווארן.
פרא-גאן-קאנטראל אקטיוויסטן האבן אנגעצייגט אויפן פאקט אז אויסער׳ן פאקט אז דא רעדט זיך פון א שוידערליכע טעראר אטאקע, איז די אטאקע אויך געווען די סאמע טויטליכסטע מאסן שיסעריי אין אמעריקאנער היסטאריע.
די אקטיוויסטן האבן אויך ארויסגעברענגט אז די אטאקע צייגט די וויכטיגקייט פון איינשטעלן שטרענגערע גאן קאנטראל געזעצן, נעמענדיג אין באטראכט דעם פאקט אז דער טעראריסט האט געקויפט זיינע וואפנס געהעריג אויפן לעגאלן מארקעט, טראץ וואס ער איז שוין געווארן אויסגעפארשט דורך די עף-בי-איי פאר מעגליכע טעראר פארבינדונגען.
דעמאקראטישע פרא-גאן-קאנטראל קאנגרעסלייט האבן מאנטאג זיך פארזאמלט אין קאנגרעס און געשריגן ״וואו איז דער ביל? וואו איז דער ביל?״, פארלאנגענדיג פון די רעפובליקאנער פירערשאפט אין קאנגרעס אויפצוברענגען א באלדיגע נייע געזעץ מיט שטרענגערע גאן קאנטראל.
דער רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט דאנעלד טראמפ האט געגעבן א רעדע היינט מאנטאג אין ניו העמפשיר, נוצנדיג א טעלעפּראמפּטער, וואו ער האט ארויסגעברענגט אז די טעראר אטאקע צייגט אז ער איז גערעכט מיט דעם וואס ער וויל איינשטעלן א פארבאט אויף מוסולמענער אריינצוקומען קיין אמעריקע.
טראמפ האט אויך געזאגט אז מוסולמענער גלויביגע אין אמעריקע זענען שולדיג פאר די ארלענדא טעראר אטאקע, וויבאלד זיי האבן פארפעלט צו דערציילן פאר די פעדעראלע באאמטע איבער ראדיקאלע פארשוינען אין זייערע קאמיוניטיס. ער האט אויפגעברענגט די סאן בערנארדינא אטאקעס אלס נאך א ביישפיל.
הילערי קלינטאן האט געגעבן א מער-טראדיציאנעלע רעדע, אין וועלכע זי האט אויסגעדרוקט טיפע טרויער איבער די אטאקע און מיטגעפיל מיט די פאמיליעס פון די אומגעקומענע און פארוואונדעטע. זי האט אטאקירט טראמפ׳ס ווילדע רעדע, אנדעם וואס זי האט דערמאנט זיין נאמען.
קרעדיט 'קול העולם-אידיש' מיט כמה צוגעלייגטע פרטים.