Re: פאעזיע
געצל האט דערציילט,
אז ברוך האט געהערט,
ווי שעפסל האט געזעהן,
אז זרוך האט געקלערט!
מוז זיין עס איז א פאקט,
אנדערש קען נישט זיין,
איז עס נישט א ראי'?
רעכן עס אליין.
----
א גוט מארגן,
ס'איז א נייע טאג,
מיר טרעפן זיך צוזאם
נאכאמאל,
פארברענגען און שמועסן,
די לעצטע נייעס,
וואס האב איך פארפאסט,
ווען נישט געווען אין שול?
האסטו געהערט?
האסטו געזעהן?
וואו בוסטו געווען-
ווען ס'איז געשעהן?
ער האט עס מיר געזאגט,
איך ווייס עס קלאר,
גלייב מיר נאר,
ס'איז אמת און וואר.
-האסטו געהערט?
א שידוך ווערט!
-ס'איז באשערט.
-כ'וואלט נישט געקלערט!
-פון בני ברק,
זיי הייבן פעק!
-מאפן אוועק?
-אזא שרעק!
ווייל...
געצל האט דערציילט,
אז ברוך האט געהערט,
ווי שעפסל האט געזעהן,
אז זרוך האט געקלערט!
מוז זיין עס איז א פאקט,
אנדערש קען נישט זיין,
איז עס נישט א ראי'?
רעכן עס אליין...
-געהערט האב איך א שמועה,
משי רעדט נישט צו יהושיע!
-זיך צוקריגט איבער א שטות.
-קום מאכן שלום, ריגעלע רוגז!
-עס הערשט אן איבערקערעניש,
אלעס דארטן פליט!
-באפארן זיך פשוט נישט
- ווער? משפחת פריעד?
יא!
געצל האט דערציילט,
אז ברוך האט געהערט,
ווי שעפסל האט געזעהן,
אז זרוך האט געקלערט!
מוז זיין עס איז א פאקט,
אנדערש קען נישט זיין,
איז עס נישט א ראי'?
רעכן עס אליין.
עס איז נישט ריכטיג מיטצוטיילן,
געשעהנישן, פלענער, וואס טוהן פאסירן,
זיי ווערן אלע אויפגעבלאזן,
שנעלער ווי מען קען זיי אויספירן.
טראכט אריין איין מינוט,
זענען דיינע מחשבות גוט?
איך קען א לעבן גרינג צושטערן,
איך וועל היטן מיין צינג ווייל אנדערע הערן!
איז כאטש-
געצל האט דערציילט,
אז ברוך האט געהערט,
ווי שעפסל האט געזעהן,
אז זרוך האט געקלערט!
מוז נישט זיין ס'איז א פאקט,
אנדערש קען יא זיין,
עס איז נישט א ראי!'
רעכן עס אריין.
נצור לשונך מרע ושפתיך מדבר מרמה!