Re: שוויגער
דאס איז א שטארקע פראבלעם וואס אסאך אידן זענען אנגעשלאסן אין דעם.
עס קומט הויפטזעכליך פון די געפיל וואס די מאמע האט אז זי האט מער נישט די קאנטראל אויף איר קינד וואס זי האט געהאט אלס מיידל ווען זי האט געהאט פולע בעלות אויף איר טאכטער, און כדי צו בארוהיגן די געפיל פראבירן מאנכע שוויגער-סארט מאמעס זיך צו לאזן הערן פון צייט צו צייט מיט דיעות און באמערקונגען זאגאר בדרך קריטיק אז איך האב נאך א ווארט אויף דיר.
עצה: איגנאר, יא איגנאר, וואס? האסט נישט געהערט, וועל איך זאגן נאכאמאל, איגנאר איר! אקעי איך מיין נישט אז מ'זאל זיך נישט מאכן וויסנדיג ווען זי זאגט עפעס אבער זיך נישט צופיל צוטון מאכן דערפון, שאקל צו מיטן קאפ בדרך הכנעה (וויכטיג) און טו ווייטער וואס דו האלטסט פאר ריכטיג, נאטורליך וועט זי די קומענדיגע מאל פרעגן הלמאי דו מאכסט זיך נישט וויסנדיג וואס איך האב 'באפוילן', אויף דעם דארף זיין די תירוץ 'אמת' מיט א שאקל מיטן קאפ... ותו לא מידי!
מיט די צייט וועט זי זעהן אז עס איז נישט קיין עסק מיט די קינד צו שפילן בעלעבאת און וועט פראבירן ביי א צווייטן קינד.
אנהויב איז עס שווער אבער סוף הכבוד לבא עס לוינט די אינוועסטמענט!
נ.ב. מיט כיבוד אם איז עס נישט קיין פראבלעם ווייל ע"פ ש"ע קען א מאמע נישט הייסן א קינד צו טון עפעס וואס האט מיטן קינדס פריוואטע לעבען און האט מיט די מאמע נישט קיין שייכות.