דער קרעטשמע • מעלדונג

50 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

101 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 126 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #588
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג יולי 07, 2016 11:47 am#1
מוסד חכמת לב
וואס גייט פאר אין די הנהלת המוסד האט מען דארט גענימען רעגירונגס געלט אדער נישט.
זונטאג יולי 10, 2016 3:26 pm#3
Re: מוסד חכמת לב
שמועות גייען ארום אז עטליכע יאר איז געקומען געלט פינעם משרד החינוך פונקטליך ווי און ווער די געלטער זענען געקימען איז נישט באקאנט
דאנערשטאג יולי 21, 2016 3:10 pm#5
Re: מוסד חכמת לב
עס האט אלס געהייסען על טהרת הקודש מוסד
יעצט איז ווידער כת מהר"א די מושחתים שבהם פארמישט אז מען זאל לאזען די פירערשאפט וואס האט גענימען געלט אין די הנהגה

עס האבן אנגעהויבען פארקומען שטורעמישע פראטעסטן קעגן די הנהגת המוסד
וועט מען זעהן וואס די קומענדיגע שריט פין די חכמי ה'בלאט וועלן זיין צו ראטעווען זייער ליבלונג.
מאנטאג יולי 25, 2016 1:05 pm#7
Re: מוסד חכמת לב
ווידער קומען די באקאנטע גרופע שלעכטע מענטשן זיך אפרעכענען מיט זייער דם שונא מיט זייערע פאלשע מערכות לכבוד שמים ממרים עם ד'

רבני וועד משמרת חוצותיך זענען אראפגעפארן און געזיצן שעות דן זיין בכובד ראש וואס דארט איז פארגעגאנגען און זיי שטייען ווייטער אין קאנטאקט מיט די הנהלת המוסדות און הנהלת העדה החרידית צו זעהן את המעשה אשר יעשון

קומען די באקאנטע כת ליידיג גייערס און בונטעווען אלס נאר זיך נוקם צו זיין אין אזא איינעם וואס פרעגט זיי ווייניג וואס צו טאן

דעס אז מ'לייגט אריין פראנצאזישע קינדער אין אזעלכע מוסדות ווי מ'גייט זיי מחנך זיין לכפירה דעס איז בכלל נישט זייער פראבלעים אזא עולם השקר אז ס'לאט זיך נישט זאגען
מאנטאג יולי 25, 2016 5:10 pm#9
Re: מוסד חכמת לב
יא יא האט געשריבן:ווידער קומען די באקאנטע גרופע שלעכטע מענטשן זיך אפרעכענען מיט זייער דם שונא מיט זייערע פאלשע מערכות לכבוד שמים ממרים עם ד'

רבני וועד משמרת חוצותיך זענען אראפגעפארן און געזיצן שעות דן זיין בכובד ראש וואס דארט איז פארגעגאנגען און זיי שטייען ווייטער אין קאנטאקט מיט די הנהלת המוסדות און הנהלת העדה החרידית צו זעהן את המעשה אשר יעשון

קומען די באקאנטע כת ליידיג גייערס און בונטעווען אלס נאר זיך נוקם צו זיין אין אזא איינעם וואס פרעגט זיי ווייניג וואס צו טאן

העתקה כמעט מדוייקת פון קול סאטמאר ;) (אפשר האסטו עס נאר נאכגעהערט, אדער אפשר איז עס געדרוקט ערגעץ)
קוק, צוויי וואכן צוריק האסטו נאכנישט געהאט קיין אנונג וואס דארט גייט פאר, יעצט נאכן הערן דעם העצער (אדער ליינען ערגעץ) ווייסטו שוין אלע ״פאקטן״ און מיט א זיכערקייט.
אזא איש אמת אז עס לאזט זיך נישט גלייבן.
מאנטאג יולי 25, 2016 11:35 pm#12
Re: מוסד חכמת לב
מיין מיינונג האט געשריבן:
יא יא האט געשריבן:ווידער קומען די באקאנטע גרופע שלעכטע מענטשן זיך אפרעכענען מיט זייער דם שונא מיט זייערע פאלשע מערכות לכבוד שמים ממרים עם ד'

רבני וועד משמרת חוצותיך זענען אראפגעפארן און געזיצן שעות דן זיין בכובד ראש וואס דארט איז פארגעגאנגען און זיי שטייען ווייטער אין קאנטאקט מיט די הנהלת המוסדות און הנהלת העדה החרידית צו זעהן את המעשה אשר יעשון

קומען די באקאנטע כת ליידיג גייערס און בונטעווען אלס נאר זיך נוקם צו זיין אין אזא איינעם וואס פרעגט זיי ווייניג וואס צו טאן

העתקה כמעט מדוייקת פון קול סאטמאר ;) (אפשר האסטו עס נאר נאכגעהערט, אדער אפשר איז עס געדרוקט ערגעץ)
קוק, צוויי וואכן צוריק האסטו נאכנישט געהאט קיין אנונג וואס דארט גייט פאר, יעצט נאכן הערן דעם העצער (אדער ליינען ערגעץ) ווייסטו שוין אלע ״פאקטן״ און מיט א זיכערקייט.
אזא איש אמת אז עס לאזט זיך נישט גלייבן.


טאקע א קושיא ? פאר צוויי וואכן צוריק נישט געוואוסט און יעצט ווייס איך שוין אייזערנע קשיא ממש אומפארשטענדליך ווי זוי ביסטו פון תוויי וואכן צוריק ביז היינט דערגאנגען דעם סוד ?................

איך האב מיך אביסל נאכדעפרעגט און דערגאנגען דעם קליינעם סוד אז ס'איז פון די זעלבע קליקע וואס ווער ס'שטייט אין זייער וועג ארף מען מסדר זיין און שוין

דאס בין איך דיר מודה אז די שורות זענען פון וואס כ'האב געהערט אויף קול סאטמאר היינט צופרי אבער דעס ווענדט נאך נישט אפ דעם פאקט מיין פריינט
דינסטאג יולי 26, 2016 8:20 am#13
Re: מוסד חכמת לב
עס איז א ווינדער אז דער רעדנער ווענדט נישט אפ קיין שום פאקט וואס עלטערן פין די מוסדות און מחנכות זענען מעיד אז עס זענען געווארן אפגעטון "דראסטישע" שינויים אין די מוסד די לעצטערע צייטען, און די הוכחות צייגען קלאר אז דא רעדט זיך פין א סיסטעמאטישע געלט נעמען פון א שיינע פאר יאר בידיעה ברורה
פארוואס די פירער פין אייער קהילה הרב @יא יא נעמען אזוי פערזענליך די מעשה אז מען מיינט זיי ווייסט מען נישט
אבער דאס איז ביז היינט געווען די וועג פין האנדלען ביי די מוסדות ווי מען איז געוואר געווארן אז עס איז פארגעקומען א מעילה ובגידה בצאן הקדשים האט מען גענצליך אפגעהאקט מיט די פירערשאפט
בנות רחל חיי עולם ועוד.
דינסטאג יולי 26, 2016 8:22 am#14
Re: מוסד חכמת לב
ווען נישט דא איז א סייט ווי מען היט זייער אויף פערזענליכע אידענטיטעיט פין מענטשן וואלט די ווענט פין קרעטשמע געשאקעלט מיט די ביטערע מציאות וואס האט זיך אפגעשפילט אין בית דין שטיבל ווען חצופים פין ענקערע מענטשן @יא יא
האבן זיך אויפגעפירט מיט חוצפה און העזה צום בית דין ווען מען האט דן געווען אויף די החלטה וואס צו טון ווייטער מיט די מוסד.
דינסטאג יולי 26, 2016 8:44 am#15
Re: מוסד חכמת לב
יא יא האט געשריבן:
מיין מיינונג האט געשריבן:העתקה כמעט מדוייקת פון קול סאטמאר ;) (אפשר האסטו עס נאר נאכגעהערט, אדער אפשר איז עס געדרוקט ערגעץ)
קוק, צוויי וואכן צוריק האסטו נאכנישט געהאט קיין אנונג וואס דארט גייט פאר, יעצט נאכן הערן דעם העצער (אדער ליינען ערגעץ) ווייסטו שוין אלע ״פאקטן״ און מיט א זיכערקייט.
אזא איש אמת אז עס לאזט זיך נישט גלייבן.

טאקע א קושיא ? פאר צוויי וואכן צוריק נישט געוואוסט און יעצט ווייס איך שוין אייזערנע קשיא ממש אומפארשטענדליך ווי זוי ביסטו פון תוויי וואכן צוריק ביז היינט דערגאנגען דעם סוד ?................

איך האב מיך אביסל נאכדעפרעגט און דערגאנגען דעם קליינעם סוד אז ס'איז פון די זעלבע קליקע וואס ווער ס'שטייט אין זייער וועג ארף מען מסדר זיין און שוין

דאס בין איך דיר מודה אז די שורות זענען פון וואס כ'האב געהערט אויף קול סאטמאר היינט צופרי אבער דעס ווענדט נאך נישט אפ דעם פאקט מיין פריינט

אזויווי איך האב געזען אז איר האט פשוט נאכגעשריבן וואס דער העצער אויף קול סאטמאר ליינט פאר פון די צעטל וואס מען האט אים פארגעשריבן, און די לעצטע צוויי וואכן האט איר נישט געשריבן קיין שום זאך, איז מיר געווען א דבר פשוט אז איר נעמט אייער אינפארמאציע פון דארט, וואס ווי פארשטענדליך אז די האטליין וואס איז נישט עקסטרעם איינזייטיג צו איין צד נאר עס איז 'די צד אליינס' איז נישט קיין מקור פון מסקנות פאר איינער וואס ווייטאגט אזוי שטארק אויף די שקרנות פון די עולם השקר, און דאס האב איך געשריבן:
מיין מיינונג האט געשריבן:קוק, צוויי וואכן צוריק האסטו נאכנישט געהאט קיין אנונג וואס דארט גייט פאר, יעצט נאכן הערן דעם העצער (אדער ליינען ערגעץ) ווייסטו שוין אלע ״פאקטן״ און מיט א זיכערקייט.

אז איר זאגט אז איר האט זיך נאכגעפרעגט איז די מעשה אנדערש (אויב איר האט זיך נאכגעפרעגט ביידע צדדים, ווי פארשטענדליך).
דינסטאג יולי 26, 2016 1:40 pm#18
Re: מוסד חכמת לב
@ מיין מיינונג אזוי ווי איר זאגט איך האב מיך נאכגעפרעגט ביי איטליכע וואס דארט איז פארגעקומען איי איך האב עס נישט געשריבען, איז זייער פשוט איך וואלט יעצט אויך נישט געשריבען, אבער אזוי ווי איך זעי אז מ'הייבט אן מיט די אלטע וועג פון בלאף און שקר און געמאכטע קנאות און נאכדערצו בו בזמן וואס עס קומט פאר א בגידה נוראה אינעם ויואל משה דורך די רז"ל קאמפאני און דארט שווייגט מען און מ'פארשטייט און מ'פארענטפערט עס און דא גייט מען צוריק צום אלטן וועג פון זיך צומאכן די אויגן מיט א שלייער פון פאלשקייט און מכלומרשט ווייטאגט מען אויף ערליכקייט דעמאלט האב איך געאנטווארט

און היות איך האב פונקט געהאלטן נאכן הערן קול סאטמאר איז מיר געליגען זייערע אמתדיגע דיבורים איז דעס געליגען אין מין מח האב איך דאס געשריבען נישט ווייל מיין אינפאו קומט פון דארט

@עסקן קודם פארענטפער מיר ווי זוי סאטמארע אידן שטעלן אויף א קרן אריינצולייגן קינדער ביי די ציונים זיי מגדל צו זיין צו כפירה בד' און נאכדעם וועל איך דיר פארענטפערן דיין שקרנות איינס ביי איינס
דינסטאג יולי 26, 2016 2:16 pm#20
Re: מוסד חכמת לב
יא זיך נאכגעפרעגט ביי ביידע

די מעשה זאגן ביידע די זעלבע

די נפק"מ איז נאר וואס מ'דארף דא טון צו דעם

פון איין זייט שטייט משמרת חומותיך און פרובירן צו ראטעעוען און צולייגן צו די הנהלה אז אזאנס זאל מער ניט פאסירן גענוי אזוי ווי מ'האט פראבירט צו טון מיט חיי' עולם וואס @עסקן דערמאנט פריער און פון די אנדערע זייט שטייען די שלעכטע מענטשן און ווילן נאר צוברעכן
דינסטאג יולי 26, 2016 2:41 pm#22
Re: מוסד חכמת לב
יא יא האט געשריבן:@עסקן קודם פארענטפער מיר ווי זוי סאטמארע אידן שטעלן אויף א קרן אריינצולייגן קינדער ביי די ציונים זיי מגדל צו זיין צו כפירה בד' און נאכדעם וועל איך דיר פארענטפערן דיין שקרנות איינס ביי איינס

פרעגסט מוראדיגע קשיות
וואס האט עס אהער צו א מוסד וואס האט מועל געווען בהקדש?
ווי קימט די פראנצויזישע קינדער צום נידון יעצט צו מען האט מועל געווען צו נישט,
זאג נאר ביי בנות רחל וויאזוי האט מען גענדיגט די פרשה?
בית דין האט נישט געלאזט ממשיך זיין מי די אלטע הנהגה
דינסטאג יולי 26, 2016 2:45 pm#23
Re: מוסד חכמת לב
קודם ביסטו מודה צו חי' עולם סאו ביטע נעם עס אראפ פון דיין ליסט און וואס עס איז געווען מיט בנות רחל ווייס איך ניט אבער איך גלייב אז מ'האט קודם פראבירט מיט צו ארבעטן מיט זיין אזוי ווי ביי חי' עולם

איינער זאגט דען אז מ'האט נישט מועל געווען בהקדש ? יעדער איז מודה דערצו דערפאר האט מען געטון די ריכטיגע שריט

און וועגן די פראנצויזישע קינדער וויל איך נאר ווייזן פארן עולם ווי שטארקסט דו ווייטאגסט אויף מעילה בהקדש
דינסטאג יולי 26, 2016 2:53 pm#24
Re: מוסד חכמת לב
חכמת לב איז אויפגעשטאנען נאך די מעילה בהקדש פין בנות רחל
דער זעלבער זאך דארף זיך איצט אפשפילען

די זאגסט אז יעדער זאגט ס'איז די זעלבע
דאס איז שקר
סיי אין בית דין סייא אויף די האטליין הערסטי ווי מען מאכט אוועק די בגידה, אז ס'נאר געווע א טעות דורך א צווייטן, נישט א דירעקטע מעילה מיט א כוונה תחילה.


ווי קומט אהער די פראנצויזישע קינדער? שרייב ואס די האלטסט אין יענער אשכול
l viewtopic.php?f=11&t=563 l
דינסטאג יולי 26, 2016 4:34 pm#25
Re: מוסד חכמת לב
מיין מיינונג האט געשריבן:די מעסיזש אויף קול סאטמאר פון זונטאג נאכמיטאג

פרישע מעסיזש אויף קול סאטמאר פון נעכטן מאנטאג

ביי וועלכן קנעפל אויף קול סאטמאר קומט מען אן דערצו?
דינסטאג יולי 26, 2016 8:24 pm#26
Re: מוסד חכמת לב
די תשובה אויף זיין שאלה איז גאר א איינפאכע; 1, 1, 0. אבער דאס אז דאס איז די תשובה איז גארנישט אזוי איינפאך... דערפאר טו איך אים ענטפערן הגם אדמיניסטראטאר האט געבעטן מען זאל איגנארירן זיינע תגובות.

קול סאטמאר איז די אפיציעלע האטליין פון ק"ק סאטמאר - חסידי מהר"א, און באשטייט היינט פון א ריזיגער האטליין מיט פיל אפטיילונגען. איך וועל נאר אויסשמועסן די וואס האבן שייכות מיט וואס איך וויל זאגן.
פון די אלע אפטיילונגען איז דא צוויי וואס זענען געשטעלט צו מעלדן נייעס. איינס איז די א.ד. 1, 1, 0. דאס איז "פאר קורצע נייעס בצל הקודש און בקרב קהילותינו הקדושות". די צווייטע קנעפל פון נייעס איז קנעפל 0 פון די אפטיילונג וואס רופט זיך "קול החרדים בארץ הקודש" (2, 2 פון די מעין מעניו).
און כשמם כן הם, 1, 1, 0 איז נייעס בצל הקודש און בקרב קהילות קדושות סאטמאר-מהר"א, און 2, 2, 0 איז נייעס פון די מערכות אין ארה"ק. לעצטנס (בעיקר זייט זיי האבן געמאכט אז מען זאל קענען אריבערמישן א נייעס ,נישט ווי פארדעם וואס מען האט נאר געקענט מישן מינוטן), צו פראמאוטן די נייערע אפטיילונגען אויף קול סאטמאר, לייגן זיי אויך אויף די נייעס בצל הקודש אפטיילונג שיעורים פון די חיזוק וידיעות אפטיילונג און ספרי חסידות (א פרשה פאר זיך וויאזוי דאס איז צושטאנד געקומען).

די מעסיזש פון זונטאג איז טאקע ארויפגעלייגט געווארן במקומה הראוי אויף 2, 2, 0, אבער ווי איר קענט הערן אויף די רעקארדינג איז עס נאכדעם אויך ארויפגעלייגט געווארן אויף די "נייעס בצל הקודש" אפטיילונג. די נעכטיגע מעסיזש איז שוין גלייך ארויפגעלייגט געווארן אויף די "נייעס בצל הקודש" אפטיילונג, און אויף די קול החרדים אפטיילונג ווערט עס נישט דערמאנט!

וואס איך מיין ארויסצוברענגען, אז קול סאטמאר זאגט מיר אז דאס איז סטריקטלי "נייעס בקרב קהילותינו הקודש", גארנישט מיט די "חרדים בארץ הקודש"...
דינסטאג יולי 26, 2016 10:26 pm#27
Re: מוסד חכמת לב
יאפ זיך נאכגעפרעגט אביסל און יא ביי בנות רחל האט מען אויך קודם פראבירט צו פארהאנדלען אזוי ווי ביי חי' עולם און הערשט נאכדעם וואס מ'האט געזען ווי זיי זענען עזי פנים וקשי עורף האט מען זיך אפגעטיילט און ביי חי' עולם האט מען קודם א נאמען געגעבן חי' עולם המקורית און דערנאך האט מען עס קורא שם געווען מוסדות רמ"א ע"ש דעם דעמאלדיגן ירושלימע רב דער מפורסםדיגע רב ר' משה ארי' פריינד זצ"ל

@עסקן דעס אז מיר זאלן זיין בעמק השוה פונקטליך וואס דארט איז געווען צו ס'איז געווען א שגגה אדער קרוב לשגגה אדער שגגה קרוב למזיד אדער מזיד קרוב לשגגה דעס איז דקותדיג וואס אויף דעם וועלן מיר זיך נישט פארגלייכן

אבער דאס איז איין זאך זיכער אז די הנהלת המוסדות זאגן קלאר אז זיי זענען גרייט צו טון וואס מ'וועט פארלאנגען אז די זאך זאל נאכאמאל ניט קענען פאסירן אויב אזוי וואס איז דער געשריי און וואס איז דער פארגלייך צו די אנדערע וואס איז די פראטעסטן אויף די תלמידות וואס איז די חורבנות וואס מ'מאכט אויף די מוסד וואס איז די ווילדעריי און די ווילדע שטיק ככל הגוים ווי די שחורים טוען יעצט דאס איז טאקע דער אמאליגע וועג ?

נאר וואס דען היינו טעמא דקברים ביי בית שמש היינו טעמא און היינו טעמא פארוואס מ'שווייגט ווען מ'דארף אמתדיג שרייען אויף די בגידה נוראה פון גיין נאך געלט מגדל זיין קינדער לכפירה ולהעברת הדת די זעלבע שווייגעניש וואס מ'נעמט איין ווען א אזוי גערופענע רב שטעלט זיך פאוסטען א בילד וואס א אמאליגע חסידישע איד איז געשטאנען ווייט אוועק און אנטלאפן ווי פון פייער מי יתננו ירחי קדם ווען אונזערע זיידעס האבן זיך באהאלטן פון בילדער און געשריגען אויף די פארטאגעפערס און דא שטעלט מען זיך אויס פאר א פיקטשער איך מיין שומו שמים ווי האלט מען דא און מ'שווייגט אלס פאר איין סיבה הידועה
דאנערשטאג יולי 28, 2016 11:43 am#28
Re: מוסד חכמת לב
יא יא האט געשריבן:ביי בנות רחל האט מען אויך קודם פראבירט צו פארהאנדלען אזוי ווי ביי חי' עולם און הערשט נאכדעם וואס מ'האט געזען ווי זיי זענען עזי פנים וקשי עורף האט מען זיך אפגעטיילט און ביי חי' עולם האט מען קודם א נאמען געגעבן חי' עולם המקורית און דערנאך האט מען עס קורא שם געווען מוסדות רמ"א ע"ש דעם דעמאלדיגן ירושלימע רב דער מפורסםדיגע רב ר' משה ארי' פריינד זצ"ל
וואס מען האט אלץ געטון דא ביז אהער ווייסטו? עס האט זיך נישט היצטערט אויפגעוועקט די מעשה ווען קרן הצלה האט בעפאר פסח העעל"ט געסטאפט די תמיכה, עס ציעט זיך שוין א וויילע דאס האנדלען
בנוסף לזה "געפינט זיך נאך די מוסד אינטערן משרד החינוך מען האט נאך אצינד נישט אפגעשטעלט די רעגירונג פאנדינג"

@עסקן דעס אז מיר זאלן זיין בעמק השוה פונקטליך וואס דארט איז געווען צו ס'איז געווען א שגגה אדער קרוב לשגגה אדער שגגה קרוב למזיד אדער מזיד קרוב לשגגה דעס איז דקותדיג וואס אויף דעם וועלן מיר זיך נישט פארגלייכן
פארוואס איז עס אזוי דקות'דיג? דער רעדנער וואס קול סאטמאר האט ארויפגעלייגט די וואך צו געבן א דרשת השקפה זאגט עפעס אויך אז ס'איז צו דקות'דיג ווייסעך נישט פארוואס
אבער דאס איז איין זאך זיכער אז די הנהלת המוסדות זאגן קלאר אז זיי זענען גרייט צו טון וואס מ'וועט פארלאנגען אז די זאך זאל נאכאמאל ניט קענען פאסירן
הער אויס די געוואלדטאטען און קולות וואס איז אלץ פארגעקומען פין די צד ההנהלה און אירע העלפער פון חו"ל וועסטי הערן קלאר וואס דארט האט זיך אפגעשפילט,די פארוואלטונג קען יעדע רגע אפשטעלן די רעגירונג פאנדינג

דער אמאליגע וועג ?
עס איז לאכעדיג צו הערן וויאזוי מען שרייט "אמאליגע" וועג ווען מען קומט אפיציעל געבן תמיכה און עידוד אפילו נאך בעפאר די מושב בית דין פינעם ערשטן זיצונג פאר די הנהלה וואס האט גענימען די רעגירונג שטיצע

נאר וואס דען היינו טעמא דקברים ביי בית שמש היינו טעמא און היינו טעמא ....
ווען מען איז דן אויף א נושא פין יא שטיצען געלט נעמער'ס צו נישט קומט נישט אהער היינו טעמא והיינו טעמא, זיי דן די נושא זעלבסט און פארקריכט נישט אלץ צוריק צו קינדישע לשיטתי'ס און לטעמי'ס

דאנערשטאג יולי 28, 2016 2:03 pm#29
Re: מוסד חכמת לב
זייער א אינטערסאנטער בריוו איז ערשינען פין די צד הנתבעים [חכמת לב] איבער די פארווייטיגטע פרשה
עטליכע רבנים וואס זענען אפיציעל פון די וואס שטייען אינטער חכמת לב און שטיצען די הנהגה פינעם מוסד און האבן זיך אנגעשטרענגט אראפצופארען קיין ארץ ישראל צו ראטעווען די הנהגת המוסד
זיי זעלבסט שרייבען א בריוו אין א צורה פין א בית דין וגביית עדות אז זייער צד איז ריין
עס קוקט אויס ווי ראובן און שמעון קומען לדין מברר צו זיין ווער עס האט רעכט אויף א שטיקל קרקע
און צד ראובן שטעלט ארויס א בריוו אויסגעשטעלט צו צד ראובן אז אינז צד ראובן האבן מברר געווען די מעשה און מיר טוען קלארשטעלן פאר צד ראובן אז נאך אלע פארשונגען אין די קעיס איז צד ראובן הינדערט פראצענטיג גערעכט
די ליצנות פין אזא נוסח איז איבעריג צו מסביר'ן
א חוץ מזה שטעלט עס אהער א הודאת בעל דין אז נאכן אמפערן און שרייען עטליכע וואכן אין בית דין קען מען בסך הכל נאר אליינס ארויסגעבן א בירור אויף די סכסוך
עס איז זייער א קאמישער מכתב



דא ליינט די מכתב הבית דין צדק
דבר.jpg
דבר.jpg (32.23 KiB) געזעהן געווארן 900 מאל
דאנערשטאג יולי 28, 2016 3:56 pm#32
Re: מוסד חכמת לב
ס'איז טאקע אזוי ? אז זיי נעמען נאך יעצט געלט ? און ווי זענען די רבנים ? זיי לאזן עס צו ?
אינטערסאנט ביים מיטינג אין עדה האט קיינער נישט אויפגעברענגט אז ער נעמט נאך אלס
פרייטאג יולי 29, 2016 2:27 pm#34
Re: מוסד חכמת לב
קודם א יישר כח פאר @מיין מיינונג פאר'ן ברענגען א בעסערע רעזילושען

הרב עסקן איך פארשטיי נישט דיין פראבלעים קודם כל אפילו ס'זאל זיין אין פארום פון א בי"ד ווי דו זוכסט דא מעקש צו זיין , זעי איך נישט קיין פראבלעים אז זיי אליין זענען גובה עדות כבר קבלו לנו כבר מהבי"ד הגדול בווימ"ס אז ווען ס'קומט צו קהל דארף מען גיין צו אייגענע דיינים .........

צווייטנס זיי שרייבן נישט אז זיי זענען געקומען דא בתורת בי"ד זיי האבן פלעין געטון ווי מ'דארף צו טאן געהערט א שרעקליכע מעל און געקומען דורך טון דעם ענין צו זעהן אויב עס איז אמת און דא שרייבן זיי וואס זיי זענען דערגאנגען נו וואס איז שלעכט דערמיט ?

אגב שרייבן זיי אז ס'איז זיי נתברר געווארן אז ס'איז נישט אנגעקומען קיין געלט לקופת המוסדות און דו זאגסט אז ס'קומט נאך אלס געלט
זונטאג יולי 31, 2016 3:40 pm#36
Re: מוסד חכמת לב
כדרכו בקודש געכאפט ביים ווארט

פארום ]ון א בי"ד מיין איך צו זאגן אז ס'איז געווען תובעים און נתבעים
זונטאג יולי 31, 2016 3:56 pm#37
Re: מוסד חכמת לב
דער ארץ ישראל'דיגער אויף קול חברי העדה החרדית איז אויך ביזי אז זיי האבן געמאכט די צעטל מיט א צורה פון א בי"ד'ס בריוו וואס דערציילט די קאנקלוזשנס פון זייער גביית עדות. און ווייל איך האב געזעהן אז דער שרייבט אויך אז עס איז א בי"ד, האב איך עס געברענגט אז מען זאל זען אז מען דארף נישט זיין א קעגנער פון זיי צו זאגן אז עס איז געמאכט בצורת א בריוו פון א בי"ד.

אינגאנצן נישט געמיינט אייך, ווען איך האב געשריבן די תגובה האט עס נישט געהאט די קוואוט, איך האב עס נאר שפעטער צוגעלייגט אז מען זאל פארשטיין וואס איך ווייז.
זונטאג יולי 31, 2016 3:57 pm#38
Re: מוסד חכמת לב
יא יא האט געשריבן:זיי האבן פלעין געטון ווי מ'דארף צו טאן געהערט א שרעקליכע מעל און געקומען דורך טון דעם ענין צו זעהן אויב עס איז אמת און דא שרייבן זיי וואס זיי זענען דערגאנגען נו וואס איז שלעכט דערמיט ?

זיי זענען א חלק פין די נידון אין בית דין, זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל צו העלפן די צד הנתבעים זיך ריינוואשען פין די סומאטוכע איבער געלט נעמען
ווי קען די זעלבער צד שרייבן בתור בי"ד וגביית עדות פאר זייער צד אז לפי זייער בירור זענען די צד הנתבעים גערעכט
עס האט נישט קיין זינען.
זונטאג יולי 31, 2016 4:03 pm#39
Re: מוסד חכמת לב
איך האלט נאך אינמיטן לערנען די בריוו. זיי שרייבן א בריוו פאר דער מנהל המוסד און דערציילן אים וואס עס איז די מוסד'ס היסטאריע... עס דערמאנט מיר פון די קונטרסים פון דער דאראגער רב (הרהגה"צ ר' אברהם לויפער שליט"א, יאריך ימים על ממלכתו, וינהל עדתו הגדולה לקבל פני משיח צדקינו, במהרה דידן, אמן) וואס זענען "אדרעסירט" צו אדמו"ר מהר"א מסאטמאר :D

פארראכטן די תגובה עפ"י בקשת א ניק חשוב אין אישי אראפצונעמען דברי זלזול
זונטאג יולי 31, 2016 4:06 pm#40
Re: מוסד חכמת לב
@ עסקן לויט ווי אזוי איך פארשטיי מיינסטו צו זאגן אז ר' הירצקא צוויבל מיט ר' בנציון זענען א חלק פון די נדון מיינסטו טאקע דאס ?

טאמער יא האט איר א גרויסן טעות (נישט די ערשטע) זיי זענען געקומען קיין א"י מאכן סדר און פאהאלטן אלתר קויפמאן נאר איידער מ'איז עס געגאנגען דעם שריט האט מען נאכגעקוקט אויף די תלנות וואס דאס איז און אויף וואס מ'שרייט און אויב ס'איז אמת בכלל

איך וויל דיר פרעגן א זייטיגע קושיא פארוואס אויב מ'נעמט נאך געלט פון די משרד , פארוואס קומט נישט בי"ד ארויס מיט א צעטיל און הייסן פאר די עלטערן זאלן ארויסנעמען זייערע קינדער פון די מוסד פארוואס זענען זיי נישט מפרסם אז דא נעמט מען נאך געלט ?

@מין מיינונג הסליחה אתך
זונטאג יולי 31, 2016 4:44 pm#41
Re: מוסד חכמת לב
@יא יא קוקסט אויס צו נאאיוו אז די פרעגסט אין די דירעקציע
עס פעלט אויס א תגובה פין צען בלעטער דיר פשוט צו ערקלערן די א' ב' דא, עוד חזון למועד אי"ה.
זונטאג יולי 31, 2016 4:59 pm#43
Re: מוסד חכמת לב
יולי 07 האב איך נאך נישט געהאט קלאר די זאך, יעצט באלד 3 וואכען שפעטער איז די בילד קלאר
זונטאג יולי 31, 2016 5:46 pm#44
Re: מוסד חכמת לב
חכמת לב.jpg
חכמת לב.jpg (58.76 KiB) געזעהן געווארן 801 מאל


[קרעדיט: געמעקטע אשכול פון אייוועלט]
זונטאג יולי 31, 2016 9:10 pm#45
Re: מוסד חכמת לב
נו עמדו ואשמעה אונז אלע גרייט מיר זיך צו אונז נייג מיר צו דעם אויער ווי אזוי עסקן גייט אונז ערקלערן די א' ב' דא
זונטאג יולי 31, 2016 10:22 pm#46
Re: מוסד חכמת לב
@יא יא אז די פרעגסט דיר יא נאך ביי די צד פין חכמת לב, און די קומסט מיט קלארע באריכטן,
ביטע זייט פותר די ערשיינונג פין מאכן א וויי געשריי, ווי כאילו מען איז ברוגז אויף דעם אינש דלא מעלי וואס איז באגאנגען א פארברעך קעגן די מוסד,
ווי די בי"ד הנ"ל ערקלערט אינעם מכתב און ווי דער הנהגה זעלבסט האט אין די ערשטע טעג ארומגעשיקט וויינען צו יעדן אז מען האט אים רח"ל אויסגעשפילט,
ווידעראום מצד השני גייט די הנהגה נאך אן עמטליך מיט זיצונגען און באראטונגען מיטן אינש דלא מעלי בנוגע די עתיד המוסד.
זונטאג יולי 31, 2016 11:23 pm#47
Re: מוסד חכמת לב
ר' איד איך ווארט יעצט צו הערן פון דיר די גאנצע פרשה מיסודו די א' ב' פון די זאך ביז דערווייל האב איך מיך נישט וואס נאכצופרעגן מיין גאנצע מיינונג דערווייל איז סוספענדירט יעצט שטיי איך מיט א אנגעגרייטע בענקל אויב איך וועל מיד ווערן........ דו זאלסט מיר אויס'קלארן' די גאנצע אמת פון די גאנצע צייט
זונטאג יולי 31, 2016 11:48 pm#48
Re: מוסד חכמת לב
ווען איך האב דיר געשריבען וועגן די א' ב' פין די זאך האט עס נישט דירעקט מיט די חכמת לב סקאנדאל
די האסט געפרעגט שאלות בנוגע בד"ץ בעיה"ק האב איך דיר געזאגט אז ווען די ביסט באקאנט דארט מיט די א' ב' וואס טיט זיך אפ, וואלסטי נישט אזויפיל געפרעגט,
די עצם פרשה זאגסטי דערווייל גיט נאך די ווערסיע פינעם הנהגת המוסד.
מאנטאג אוגוסט 01, 2016 12:45 pm#49
Re: מוסד חכמת לב
דאס האב איך דיר פריערט געשריבען

@ עסקן לויט ווי אזוי איך פארשטיי מיינסטו צו זאגן אז ר' הירצקא צוויבל מיט ר' בנציון זענען א חלק פון די נדון מיינסטו טאקע דאס ?

טאמער יא האט איר א גרויסן טעות (נישט די ערשטע) זיי זענען געקומען קיין א"י מאכן סדר און פאהאלטן אלתר קויפמאן נאר איידער מ'איז עס געגאנגען דעם שריט האט מען נאכגעקוקט אויף די תלנות וואס דאס איז און אויף וואס מ'שרייט און אויב ס'איז אמת בכלל


וואס שטימט נישט דא בנוגע די עצם פרשה פון די מוסד ?

אפשר געסטו קודם א קורצע ערקלערונג בנוגע די בד"ץ איך בין זעהר נייגעריג
מאנטאג אוגוסט 01, 2016 3:46 pm#50
Re: מוסד חכמת לב
יא יא האט געשריבן:פארוואס קומט נישט בי"ד ארויס מיט א צעטיל און הייסן פאר די עלטערן זאלן ארויסנעמען זייערע קינדער פון די מוסד פארוואס זענען זיי נישט מפרסם אז דא נעמט מען נאך געלט ?

@יא יא האסט דאס געפרעגט, און מען קען נאך אסאך שאלות צולייגען צו דיין ליסטע
אויף דעם האט נאכגעפאלגט דאס:
עסקן האט געשריבן:@יא יא קוקסט אויס צו נאאיוו אז די פרעגסט אין די דירעקציע
עס פעלט אויס א תגובה פין צען בלעטער דיר פשוט צו ערקלערן די א' ב' דא, עוד חזון למועד אי"ה.


און אמת'ן וואלט איך יא אנגעהויבען צוביסלעך צו שרייבן נאר וואס פעלט מיר דאס אויס דא צו טון סתם פארברענגען צייט, איך הער אז עס וועט גאר אין די נאנט ערשיינען א לענגערע באריכט וואס וועט דיר אלע פראגן קלארשטעלן סא וועל מיר עס לאזען אויף דעם.
בלאט: 1 2 3