הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם התענוג » יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לחיים!

יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לחיים!

23 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #589
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג יולי 10, 2016 11:41 pm#1
יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לחיים!
ברעיקינג!!! אין די דאזיגע מנוטן קומט אריין די נייעס אז מר. יאהאן וואס האט נישט לאנג צוריק אריינגעטראפט אין דער קרעטשמע האט זיך אפציעל 'באזעצט' אין דער קרעשמע און האט באקומען א נייע פין וואס שטייט אויף דעם "תושב הקרעטשמע" (גראדע איז עס אביסל צובראכן, אבער לאמיר נישט וועגן דעם צושטערן די גרויסע שמחה..)

עס איז געווארן צוגעגרייט א ברייטע לחיים אין די צענטער פון קרעטשמע ביי די רינדעכיגע טיש, (די טשילאר דארט איז שוין געפיקסט מ'דארף נאמאר מורא האבן.)

קומט אריין מאכט א לחיים! לויט די וואס זענען שוין דארט געווען גיבן איבער איז יאהאן אליין דארט און נעמט פערזענדליך אויף די געסט!

קומט אין די מאסן!

---
גייענדיג צום דרוק: קומט אריין א אלאמירנדע באריכט אז די מאטיאש הערינג לויפט אט אויס! קומט שנעל ווילאנג עס איז נאך דא מאטיאש הערינג!




100.PNG
א טיילווייזע בילד פונעם ריזן ציבור.
100.PNG (14 KiB) געזעהן געווארן 1810 מאל
מאנטאג יולי 11, 2016 2:24 pm#2
Re: יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לח
100 הודעות און איין מאל בלויז געדאנקט?

שלום עליך יאהאן מאך דיר באקוועים
מאנטאג יולי 11, 2016 8:48 pm#4
Re: יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לח
די זארגעדיגע שוויגער האט מסכים געווען זאלסט מופן צו דער קרעטשמע?

איך האב אביסל מורא פון דיר, ווער עס האט די מאה דער האט די דעה...
דינסטאג יולי 12, 2016 12:50 pm#5
Re: יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לח
בולעטין האט געשריבן:100 הודעות און איין מאל בלויז געדאנקט?

שלום עליך יאהאן מאך דיר באקוועים
33 מאל געווארן געדאנקט און בלויז 1 איז פון בולעטין?...
איך בין נישט מלומד מיט א לייק קנעפל דערווייל משום מקום שיצא משם...

וואס פאלט אייך ביי אז איך בין נישט באקוועם?...


איבערלעבער האט געשריבן:כל הכבוד ר' יאהאן, דו מוזט האבן אסאך מוט. בראווא.
אוואדאי אזוי! איך 'מיט' דו...

ש'כח פארן באגריסונג, אי"ה ביום שמחתכם ובמועדיכם נשיב לכם כגמולכם הטוב.


מיין מיינונג האט געשריבן:די זארגעדיגע שוויגער האט מסכים געווען זאלסט מופן צו דער קרעטשמע?

איך האב אביסל מורא פון דיר, ווער עס האט די מאה דער האט די דעה...
ניין, איך האב איר נישט פארציילט, די שוויגער וויל נישט איך זאל מופן צו אוט אוו טאון, זי טענה'ט די רענט דארט איז צו ביליג, און אויך קען זיך די געפילטע פיש אויסגיסן אויפן וועג.

מיר האבן שוין געשמועסט, ווילאנג דו האסט מורא פון מיר שטייען מיר גוט...
מיטוואך יולי 20, 2016 10:30 am#6
Re: יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לח
איך האב אייך געוואלט געבן א לייק פאר די ערשטע תגובה אין דעם אשכול
אבער זעענדיג אז איר האלט נאך אלס ביים שטוינענדן נידריגן נומער פון בלויז 4 געשאנקענע לייקס
וועל איך זיך דערווייל צוריק האלטן פון געבן מיין לייק
מיטוואך יולי 20, 2016 11:59 am#7
Re: יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לח
מיר וועלן זיך נישט לאזן פון די מכם ומבכם ניקעס!
@מיין מיינונג אמת?
מיטוואך יולי 20, 2016 2:41 pm#8
Re: יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לח
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
מיטוואך יולי 20, 2016 10:18 pm#9
Re: יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לח
יאפ, קאנפורמד.
שלומיאל'ס קאפי פעיסט אפציע ארבייט ווייטער גוט, ברוך השם פאר דעם.
דאנערשטאג יולי 21, 2016 11:45 am#10
Re: יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לח
נישט אזוי גוט ווי דו מיינסט
(נאר אסאך בעסער)
דאנערשטאג יולי 21, 2016 1:02 pm#11
Re: יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לח
שלומי האסט שוין געמאכט א לחיים? די 'מענקא' אייער קיכל איז שוין אויסגעגאנגען, די פלענע איז נאך דא אפאר שטיקלעך, נעקסט טיים קום נישט אזוי שפעט.
דאנערשטאג יולי 21, 2016 1:12 pm#12
Re: יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לח
וועל איך אייך מגלה זיין א גרויסן סוד אז איך האב נאך געהאט פון די "מענקא"...

אלענפאלס לחיים לחיים יאהאן!
אייער אנוועזענהייט איז אונז באמת א כבוד און א פראכט
כמותך ירבו בקרעטשמתיינו

מיר שעצן שטארק אייערע תוכן'פולע רייכע תגובות
דאנערשטאג יולי 21, 2016 1:15 pm#13
Re: יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לח
שלומיאל האט געשריבן:איך האב אייך געוואלט געבן א לייק פאר די ערשטע תגובה אין דעם אשכול
אבער זעענדיג אז איר האלט נאך אלס ביים שטוינענדן נידריגן נומער פון בלויז 4 געשאנקענע לייקס
וועל איך זיך דערווייל צוריק האלטן פון געבן מיין לייק

אזוי ווי איר האט יעצט געשאנקען אייער פינפטע לייק (צופעליג פאר מיר טאקע) האבן מיר אייך אויך געשאנקען פון די גוטע סחורה.
דאנערשטאג יולי 21, 2016 1:16 pm#14
Re: יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לח
אה! לחיים טובים ולשלום אי"ה ביי אייך אויף סימכעס.

ש'כח פארן קומען און מיטהאלטן די סימכע.

(אקעי איך זעה ס'לוינט זיך צו שמירן...)
דאנערשטאג יולי 21, 2016 1:18 pm#15
Re: יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לח
אוודאי לוינט צו שמירן
(אינאיינוועגס שמיר איך שוין אויכעט)
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 2:25 pm#16
Re: יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לח
ווער שרייט דארט? הא? אה! ער שרייט מזל טוב, גוט. ס'קומט זיך טאקע א מזל טוב פאר יאהאן נאכן גרייכן די 500 תגובות מארק וואס האט אים אוטאמאטיש געקרוינט מיטן טיטל עמוד הקרעטשמע.

קומט אריין לחיים'ן!!!
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 2:46 pm#17
Re: יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לח
איז עס אינטערעסאנט צו זיצן אין קרעטשמע אליין?
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 2:54 pm#18
Re: יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לח
ניין, אבער איך האף און איך ארבייט שווער (יא!) אז עס זאל ווערט אקטיוו און שטיין אין פלאץ פון די אנדערע אקטיווע פארומס.
איך האב נאך א היפש ביסל געדולד אין ריזערוו... (ס'מיינט נישט אז עס וועט נישט אויסלויפן, אבער...)
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 3:22 pm#19
Re: יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לח
יאהאן האט געשריבן:ניין, אבער איך האף און איך ארבייט שווער (יא!) אז עס זאל ווערט אקטיוו און שטיין אין פלאץ פון די אנדערע אקטיווע פארומס.
איך האב נאך א היפש ביסל געדולד אין ריזערוו... (ס'מיינט נישט אז עס וועט נישט אויסלויפן, אבער...)

יאהאן איך באווינדער דיין געלאסענקייט.
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 10:38 pm#20
Re: יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לח
שר, ש'כח פאר די קאמפלימענט, איך ווארט זיך צו טרעפן מיט דיר דא אין קרעמל אפטער.
זונטאג אוגוסט 28, 2016 12:40 pm#21
Re: יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לח
BeeTee האט געשריבן:איז עס אינטערעסאנט צו זיצן אין קרעטשמע אליין?

ער איז נישט ממש אליינס, עס זענען דא אפאר אידעלעך דא...
"מיין מיינונג" איז אז דו פרעגסט דאס ווייל האסט נאכנישט פארברענגט דא גענוג אין א צי, מיין עקספיריענס איז אז דאס זיין אין קרעטשמע מיט איר ענגע צאל מיטגלידער האט א מורא׳דיגע געשמאק, עס איז פיל אינטערעסאנטער דאס שמועסן ווען דער שמועס איז צווישן אפאר ניקס ווי ווען עס איז אין א קאמערשעל פלאץ מיט הונדערטער צוהערער.
פאר ארטיקלען (און פאעזיע ;) ) איז עס טאקע א חסרון, ווייל די פידבעק איז סאך ווייניגער קעגן וואס מען באקומט אין די אנדערע פארומס, אבער פאר די טאג טעגליכע פארברענגען אין קרעטשמע איז עס א מעלה.

לעצטע פאר וואכן האב איך נישט געהאט קיין סאך צייט צו זיין דא (און איך האב נאך אסאך צו ליינען, א זעלטנהייט ביי מיר. אמאל פלעג איך דא זיין יעדע פאר מינוט, אז זייגער, אין א פריוו צו פארשיקן דעם איינציג פארבליבענער אין קרעטשמע, האט מיך געפרעגט אמאל אין אישי דורך איינע פון זיינע נייע ניקס וויאזוי איך קען דאס אנהאלטן אין אזא ליידיגע ארט ;) ), אפילו יאהאן׳ס אנאליז אויף טראמפ האב איך נאך נישט געליינט... איך האף אז פון די וואך וועל איך קענען דא זיין מער און צוריק פארברענגען מיט געשמאק.

און איך וועל דיר זאגן נאך מער, אין די צייטן וואס מען האט געשמועסט פאר אפאר טאג אין א צי, האב איך נישט געפילט קיין דראנג פאר מער פידבעק פון וויפיל די קרעטשמע קען צושטעלן (דאס אז נישט יעדער וואס האט געליינט האט רעאגירט אדער געלייקט האט מיר יא געשטערט), אפילו ביי לאנגע תגובות, עס פילט זיך ווי נאכן געבן א דרשה ביי א משפחה שבע ברכות וואס מען ערווארטעט נישט דעם נעקסטן טאג אז יעדער אין ביה"מ זאל דיר קאמפלימענטירן... איך האב דאס אויך געזאגט פאר גרויזאמער ווען איך האב געשמועסט מיט אים אין אימעיל.

טעמו וראו כי טוב


און א מזל טוב אפגעבן
פאר יאהאן זאל לעבן

פינף הונדערט תגובות
געשריבן בידים רחמניות

דערבארעמט אויף אונז
באוויזן דעם קונץ
זונטאג אוגוסט 28, 2016 4:08 pm#22
Re: יאהאן האט זיך "באזעצט" אין קרעטשמע! קומט אריין מאכט א לח
מיינונג זאגט זאכליכע דיבורים,
האסט נאכנישט געליינט מיין ארטיקל איבער טראמפ? ריעלי? אר יו סיריעס? דאַדאַ!

און פאר איך פארגעס, טענקיו פארן אריינקומען לחייעמען.