Re: טעראר אין פראנקרייך
פראנקרייך – עס זעהט עפעס אויס ווי פראנקרייך איז געווארן דער הויפטשטאט פון אינטערנאציאנאלע טעראר אטאקעס. נעכטן דאנערשטאג נאכט האט א פרישע טעראר אטאקע אויפגעשוידערט די וועלט, ווען א טעראריסט האט אריינגעשמעטערט מיט א גרויסן טראק אין הונדערטער פארזאמלטע מענטשן אין די שטילע און שיינע שטאט ניעס, פראנקרייך. די אטאקע האט פאסירט ווען פילע זענען געווען פארזאמלט נעבן אן ארטיגע וואסער פאר א פייערווארקס פארשטעלונג אינעם טאג פון א נאציאנאלע חאגע אין פראנקרייך, און א דרייווער איז געקומען צו פליען מיט זיין טראק אין ריכטונג פון די פארזאמלטע.
דער טעראריסט האט ארויסגעשאסן קוילן פון זיין פענסטער און די פאליציי האבן פרובירט צוריקצושיסן. נאך געציילטע סעקונדעס, איז דער פארשוין ווייטער ווילד געפארן מיט'ן טראק, אריינקראכנדיג דירעקט אין די פארזאמלטע מאסן. לויט מענטשן וועלכע האבן צוגעקוקט צו די טראמאטישע סצענע, האט דער דרייווער געמאכט "זיג-זאג" באוועגונגען מיט'ן טראק, צו פארזיכערן אז ער קלאפט אראפ ווי מער מענטשן אינדערצייט וואס מענטשן זענען זיך צעלאפן אין די זייטן פונעם שאסיי.
לויט די פאליציי, איז דער פארשוין געפארן גאר ווילד מיטן טראק ביי 30 מייל פער שטונדע צווישן די פארזאמלטע. ער האט אזוי גאלאפירט ווילד מיטן טראק פאר מער ווי איין גאנצע מייל, ביזן קומען צו אן אפשטעל. צושויער האבן אראפגעגעבן שרעקעדיגע דעטאלן, זאגנדיג אז מענטשן זענען געפלויגן ווי שטיקער קארטאן, צוליב די ווילדקייט און קאלטבלוטיגקייט פונעם טראק דרייווער. אלעס אינאיינעם האלט דער ציפער אומגעקומענע, דאנערשטאג ביינאכט, ביי 80, אריינגערעכנט קינדער, און אמווייניגסטנס 18 זענען קריטיש פארוואונדעט.
די פאליציי האבן באוויזן אומצוברענגען דעם טראק דרייווער, וועלכער איז דערווייל נישט קלאר אידענטיפיצירט געווארן, אבער אומבאשטעטיגטע באריכטן צייגן אז ער איז געווען אן 31 יעריגער לאקאלער איינוואוינער מיט טוניזיער און פראנצויזישע בירגערשאפט. די פאליציי האבן געטראפן הויפענעס וואפנס, גראנאטן און אויפרייס מאטעריאל אינעם טראק און דערווייל ארבעטן די פאליציי צו דערגיין צי ער האט געהאט עפעס מיטהעלפער צו פלאנירן און דורכפירן די אטאקע. אייסיס האט דערווייל נישט גענומען פאראנטווארטליכקייט, אבער פרא-אייסיס פיגורן האבן אויסגעדרוקט פרייד און גערופן פאר נאכמער אטאקעס.
די פרישע טעראר אטאקע האט געברענגט פארדאמונגען פון איבער די וועלט, אריינגערעכנט פון פרעזידענט אבאמא, רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט דאנעלד טראמפ און דעמאקראטישער פרעזידענט קאנדידאט הילערי קלינטאן. פראנקרייך'ס פרעזידענט פראנסווא אלאנד האט געמאלדן אז די פראנצויזישע ארמיי וועט אריינגעשטעלט ווערן אין קראפט ארויסצוהעלפן די פאליציי אין גרויסע שטעט איבער'ן לאנד צו באשיצן די איינוואוינער. ער האט אויך געמאלדן אז די "סטעיט אוו עמורדזשענסי" וועלכע געבט מער לעגאלע מאכטן פאר די פאליציי, וועט פארלענגערט ווערן מיט נאך 3 מאנאטן. ס'האט געזאלט עקספּייערן אין 2 וואכן ארום.
-קה"א-