הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » טערקיי אין כאאס! די מיליטער פראבירט צו פארכאפן די מאכט.

טערקיי אין כאאס! די מיליטער פראבירט צו פארכאפן די מאכט.

22 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #594
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג יולי 15, 2016 4:51 pm#1
טערקיי אין כאאס! די מיליטער פראבירט צו פארכאפן די מאכט.
טערקיי, באריכטן גיבן אן איבער א פוטש וואס די מיליטער נעמט אונטער קעגן די אמטירנדע רעגירונג.

די מיליטער האט איבערגענומען קאנטראל אויף די ברידשעס און גרויסע אינפאסטראקטור אין לאנד, לויט די מיליטער איז די רעגירונג מער נישט אין קאנטראל.

פאליציי אפיצירן לאיאל צו די רעגירונג ווערט געזען געקייטלט און ארעסטירט.

טאנקען און מיליטערישע טראקס שטייען ביי סטראטעגישע און וויכטיגע ערטער.
פרייטאג יולי 15, 2016 4:52 pm#2
Re: טערקיי אין כאאס! די מיליטער פראבירט צו פארכאפן די מאכט.
אפציעלע סטעיטמענט פון די מיליטער:
“To regain our constitutional, democratic & human rights, we are now officially controlling the country

די פאליציי הויפטקוואטיר אין איסטאמבול אינטערגעצינדן, פאליציי אפיצירן פארכאפט אלס משכונות, דורך די מיליטער.

די רעגירונג זאגט אז די פרעזידענג ערדאגאן געפינט זיך אין א פארזיכערט ארט.

שווערע פייער אויסטוישן ווערן געהערט אין איסטאנבול צווישן די מיליטער און רעגירונג לאיאלע פאליציי.

נידריג פליענדע F-16 ווערן געזען און געהערט איבערן לאנד.
פרייטאג יולי 15, 2016 5:28 pm#4
Re: טערקיי אין כאאס! די מיליטער פראבירט צו פארכאפן די מאכט.
טוויטער פעיסבוק און יו-טוב ארבייטן נישט אין טערקיי איצט.
געוויסע נייעס געביידע פולקאם איבערגענומען דורכן מיליטער.


כאאס!
18.jpg
18.jpg (32 KiB) געזעהן געווארן 1076 מאל
bnh.PNG
bnh.PNG (239.81 KiB) געזעהן געווארן 1076 מאל




מיין מיינונג האט געשריבן:די מידיע דרוקט זייער אויף די ווארט 'attempted'.

אין א פארצווייפלטע פריוו צו האלטן די מוט...
זונטאג יולי 17, 2016 12:56 pm#6
Re: טערקיי אין כאאס! די מיליטער פראבירט צו פארכאפן די מאכט.
יאפ! עס איז דורכגעפאלן.

א אנגעצויגנקייט איז געווען צווישן טערקיי און גריכלאנד ווען א קבוצה אויפשטענדלער האבן געכאפט א מיליטערישע העליקאפטער און אפגעצויגן קיין גריכלאנד און טערקיי האט נאכנאנד פארלאנגט אז די העליקאפטער זאל ווערן צוריקגעקערט מיט די חברה צוזאם, דערוויל איז נאר די העליקאפטער געווארן צוריקגעקערט און טערקיי ברויזט און פארלאנגט אז די פארשוינען זאלן אויך ווערן אויסגעליפערט צו זיי.
זונטאג יולי 17, 2016 12:58 pm#7
Re: טערקיי אין כאאס! די מיליטער פראבירט צו פארכאפן די מאכט.
טערקיי – די וועלט האט פרייטאג זיך צוגעקוקט מיט א פארהאלטענעם אטעם צו די שנעל-גאלאפירנדע אנטוויקלונגען אין טערקיי, ווען עס האט אויסגעזען ווי די דארטיגע אמטירנדע רעגירונג, אונטער פרעזידענט ראסיפ ערדואן, ווערט ארויסגעשטויסן פון אמט דורך א מאכטפולע פּוטש אונטערגענומען דורך די מיליטערישע הויפטן אין לאנד. די דראמא האט אנגעהאלטן פאר גאנצע זעקס שעה, ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער פּוטש פארזוך איז בלויז געווען אן אונטערנעמונג דורך א קליינע גרופע זעלנער און קאמאנדירן אינערהאלב די טערקישע מיליטער.

די דראמא האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען פרייטאג אכט אזייגער ביינאכט לאקאלע צייט, ווען די זעלנער וואס האבן געפירט דעם פוטש האבן אריינמארשירט מיט טאנקען צום הויפטשטאט אנקארא און צו די שטאט איסטאנבול, וואו זיי האבן בלאקירט די צענטראלע בריק וועלכע ציהט זיך אריבער די באספאראס טייך. זיי האבן דאן אנגעהויבן דורכפירן אומקאנטראלירטע שיסערייען אויף ציווילע לענגאויס די גאסן.

די רעבעלישע טרופן האבן דאן געקידנעפט די העכסט-ראנגיקע מיליטערישע קאמאנדירן און שטאב איינגעשטעלטע אינערהאלב די טערקישע מיליטער, און האבן דורכגעפירט א באמבארדירונג אטאקע אויף די סאמע גרעסטע פאליציי סטאנציע אין טערקיי וויבאלד זיי האבן געוואוסט אז די פאליצייאישע פירער זענען זייער שטארק געטריי צו פרעזידענט ערדואן. די פוטש פירער האבן אויסגעוועלט די פאסיגסטע צייט דורכצופירן זייערע אקציעס, וויבאלד ערדואן זעלבסט האט זיך נישט געפונען אין איסטאנבול, נאר איז געווען אין שטאט בארום אויף וואקאציע.

די פּוטש פירער האבן אויך געוואוסט די גענויע שטאפלען וויאזוי א פושט דארף צוגיין, און נאכדעם וואס זיי האבן געהאט פארכאפט קאנטראל פון אלע וויכטיגע מיליטערישע פאזיציעס און געביידעס, האבן זיי אויסגעשאלטערט די רעגירונג-קאנטראלירטע נייעס סטאנציעס, נישט וועלנדיג געבן קיין שום געלעגנהייט פאר ערדואן און זיינע שטיצער צו פארשפרייטן מעסעדזשעס קעגן דעם פוטש. ערדואן האט באוויזן צו געבן א קורצע אינטערוויו דורך זיין סמארטפאון פאר "סי ען ען טערקיי", וואס די פוטש זעלנער האבן טאקע שפעטער געשטורעמט די סטודיאס פון "סי ען ען טערקיי" און פארשיקט אלע איינגעשטעלטע.

למעשה האט זיך די מערהייט פון די טערקישע מיליטער מאביליזירט אפצושטעלן דעם פּוטש פארזוך. ערדואן'ס קורצע אינטערוויו, אין וועלכע ער האט גערופן צו די טערקישע בירגער זיך נישט צו לאזן פונעם פוטש און מ'זאל ארויסקומען אין די גאסן צו בלאקירן די מיליטערישע פוטש פירער, האט געווירקט זייער שנעל, און מאסן זענען טאקע ארויסגעקומען, זיך אראפגעלייגט פארנט פון די מיליטערישע טאנקען און דערקלערט זייער טרייהייט פאר ערדואן.

נאך 6 שטונדן פון דראמא, האט דער פוטש פארזוך אנגעהויבן צוזאמצופאלן. די נייעס איז אריינגעקומען אז פרעזידענט ערדואן וועט אט אט לאנדן אין איסטאנבול און צוריקנעמען קאנטראל פון די רעגירונג. די פוטש פירער האבן פארט נאך געהאט עטליכע העליקאפטערס אונטער זייער קאנטראל, און זעענדיג אז די סיטואציע אנטוויקלט זיך נישט לויט זייער פלאן, האבן זיי באלד אנגעהויבן באמבארדירן פילע מיליטערישע געביידעס און אויך דעם טערקישן פארלאמענט געביידע.

ווען ס'איז שוין געווען כמעט שבת פארטאגס לאקאלע זייגער, האט ערדואן געלאנדעט אינעם איסטאנבול לופטפעלד, וואו מאסן טערקישע בירגער האבן אים אפגעווארט מיט אפלאדיסמענטן און הילכיגע פריידיגע צווישנרופן. די מיליטער און פאליציי האבן באלד אונטערגענומען א סעריע אפעראציעס צוריקצובאקומען קאנטראל פון די מיליטערישע געביידעס וואו די פוטש פירער האבן זיך געהאט באריקאדירט, און אויף שבת אינדערפרי האט ערדואן דערקלערט אז ער איז צוריק פולקאם אין קאנטראל.

אלעס אינאיינעם האט די דורכגעפאלענע פּוטש געקאסט 265 לעבנס, אריינגערעכנט 161 ציווילע, פאליציי און איין פארלאמענט מיטגליד, און 104 זעלנער וואס האבן אנטיילגענומען אין די דורכגעפאלענע פּוטש פארזוך. 1,440 זענען פארוואונדעט געווארן. אזויפיל ווי 2,800 זעלנער און קאמאנדירן וועלכע האבן פלאנירט און אנטיילגענומען אינעם פּוטש זענען היינט איבערן טאג ארעסטירט געווארן. 2,745 ריכטער איבער טערקיי זענען ארויסגעווארפן געווארן פון זייערע פאזיציעס.

פרעזידענט ערדואן זאגט אז דער קלעריק פעטולא גולאן, וועלכער וואוינט אין פענסילוועניע, איז שולדיג אויפן פּוטש פארזוך. ער האט פארלאנגט אז די אמעריקאנער רעגירונג זאל דעפארטירן גולאן קיין טערקיי. גולאן האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט לייקענענדיג אז ער איז געשטאנען אונטערן פּוטש. אויך האט די טערקישע רעגירונג ארויסגעגעבן א באשולדיגונג אז די אמעריקאנער מיליטער האט געשפילט א ראלע אין די דורכגעפאלענע פּוטש. א הויכראנגיקער טערקישער רעגירונג באאמטער האט געזאגט אז די מיליטערישע פליגערס וואס די פּוטש פירער האבן געפירט, האט עטליכע מאל אין לויף פון די דראמא געלאנדעט אין די אמעריקאנער אינסירליק באזע אין טערקיי צו קריגן פרישע ברענשטאף. די אבאמא אדמיניסטראציע האט געלייקנט די באשולדיגונגען און פארדאמט די קאנספיראציעס.

-קה"א-
זונטאג יולי 17, 2016 1:25 pm#9
Re: טערקיי אין כאאס! די מיליטער פראבירט צו פארכאפן די מאכט.
די מידיע איז די גאנצע צייט געווען אויף די זייט פון דער פרעזידענט.
זונטאג יולי 17, 2016 1:33 pm#11
Re: טערקיי אין כאאס! די מיליטער פראבירט צו פארכאפן די מאכט.
יע יע. זיי האבן פראבירט צו האלטן דעם דעת הקהל אז ער בלייבט עווענטועל פרעזידענט.
זונטאג יולי 17, 2016 11:06 pm#12
Re: טערקיי אין כאאס! די מיליטער פראבירט צו פארכאפן די מאכט.
העליקאפטער וואס ווערן געגלייבט צו זיין פון די אויפשטענדלער, באווייזן זיך פון צייט צו צייט אין די לופט רוימען אין טערקיי, די טערקישע רעגירונג האט זיי געגעבן א אלטומאטום אז זיי זאלן לאנדן און זיך אונטערגעבן און אז נישט וועט א מיסל זיי העלפן מאכן א עמערדשענסי לאנדונג...
מאנטאג יולי 18, 2016 10:04 am#13
Re: טערקיי אין כאאס! די מיליטער פראבירט צו פארכאפן די מאכט.
דער גאנצער פוטש לאזט איבער עפּעס אן אומבאלומפערטער נאך טעם.
ס'דא צופיל פראגע צייכענס, ערדוגאן האט זיך עס שטארק געלוינט.
מאנטאג יולי 18, 2016 10:18 am#15
Re: טערקיי אין כאאס! די מיליטער פראבירט צו פארכאפן די מאכט.
נעכטן האט מען געהערט פון א סעריע אינצידענטן לענגאויס טערקיי, וואו פילע זעלנער וועלכע האבן געשטיצט דעם דורכגעפאלענעם פוטש קעגן פרעזידענט ערדואן האבן זיך אויסבאהאלטן און האבן נאך פרובירט דורכצופירן אטאקעס. עטליכע פון זיי האבן זיך אויסבאהאלטן אינעם סאביהא לופטפעלד, אבער די מיליטער האט באוויזן אומשעדליך צו מאכן די גרופע זעלנער. שפעט נאכמיטאג נעכטן האט מען געהערט אז עטליכע העליקאפטערס האבן זיך באוויזן אין די הימלען העכער איסטאנבול, וואס די העליקאפטערס זענען געפירט געווארן דורך די פארבליבענע פוטש שטיצער. די טערקישע רעגירונג האט געגעבן אן אולטימאטום פאר די העליקאפטערס צו לאנדן אדער צו ווערן אראפגעשאסן.
א קוואל אינערהאלב די טערקישע רעגירונג האט נעכטן אויפגעדעקט דראמאטישע דעטאלן פון די שטונדן פונעם פוטש, זאגנדיג אז אין לויף פונעם פּוטש פארזוך, האבן די פּוטש זעלנער געהאט 2 עף-16 פליגערס וועלכע זענען געפלויגן אין דער לופטן און האבן געצילט מיסילס אראפצושיסן דעם פליגער פון טערקישן פרעזידענט ערדואן. למעשה האבן זיי געלאזט ערדואן׳ס פליגער פארן ווייטער און לאנדן אין איסטאנבול. עס איז דערווייל א מיסטעריע פארוואס די זעלנער האבן למעשה זיך צוריקגעהאלטן פון אראפשיסן ערדואן׳ס פליגער.
באזונדער זענען נעכטן פרישע טויזנטער זעלנער ארעסטירט געווארן פאר באשולדיגונגען אז זיי האבן געשפילט א ראלע אינעם פוטש, און אלעס אינאיינעם זענען שוין דא זעקס טויזנט אונטער ארעסט. אין איסטאנבול זעלבסט האט פרעזידענט ערדואן פארארדענט אריינצושטעלן אקטיווע צוויי טויזנט זעלנער, מיטן ציהל אנצוהאלטן קאנטראל, ארדענונג און געזעצליכקייט אין דער שטאט.
ק'ה
מאנטאג יולי 18, 2016 12:17 pm#16
Re: טערקיי אין כאאס! די מיליטער פראבירט צו פארכאפן די מאכט.
אינסירליק באזע צוריק אין באנוץ

טערקיי – די אמעריקאנער לופט באמבארדירונגען קעגן אייסיס, וועלכע זענען פארשטייטערט געווארן פרייטאג און שבת אלס רעזולטאט פונעם דורכגעפאלענעם פוטש אין טערקיי, האבן זיך נעכטן פריש אנגעהויבן מיט א שטארקקייט. די טערקישע רעגירונג האט פארשלאסן די לופט טעריטאריע און באזונדער האט זי נישט ערלויבט קיין שום אמעריקאנער קאמפס דזשעטס זיך צו הייבן פונעם אינסירליק באזע, פון וואו אמעריקע פירט דאס מערסטע לופט אפעראציעס קעגן אייסיס. נעכטן האט זיך אבער די טערקישע רעגירונג געבראכן און די אמעריקאנער לופט אפעראציעס פון די באזע האבן זיך צוריק אנגעהויבן.
מאנטאג יולי 18, 2016 12:19 pm#17
Re: טערקיי אין כאאס! די מיליטער פראבירט צו פארכאפן די מאכט.
בולעטין האט געשריבן:פארוואס האט זיך עס געלוינט

ווייל יעצט האט זיך זיין סטאטוס אלס דער לעגעטימע 'דאמאקראטישע' ערוויילטער פרעזידענט געשטארקט, נאכדעם וואס ער איז דער 'באקריוודעטער' אין די פוטש פארזיך.
מאנטאג יולי 18, 2016 12:59 pm#18
Re: טערקיי אין כאאס! די מיליטער פראבירט צו פארכאפן די מאכט.
דאנקע שעינע מר. יאהאן פאר די באנזש נייעס וואס דו בראכסט צו אונז קעסענעם
מאנטאג יולי 18, 2016 4:49 pm#19
Re: טערקיי אין כאאס! די מיליטער פראבירט צו פארכאפן די מאכט.
יאהאן האט געשריבן:
בולעטין האט געשריבן:פארוואס האט זיך עס געלוינט

ווייל יעצט האט זיך זיין סטאטוס אלס דער לעגעטימע 'דאמאקראטישע' ערוויילטער פרעזידענט געשטארקט, נאכדעם וואס ער איז דער 'באקריוודעטער' אין די פוטש פארזיך.

נאכמער, יעצט קען ער אויסראטן יעדער וואס שטייט אים אין וועג.
מאנטאג יולי 18, 2016 5:30 pm#20
Re: טערקיי אין כאאס! די מיליטער פראבירט צו פארכאפן די מאכט.
אויסראטן? נישט ממש, טערקיי האט געציילטע יאר צוריק ארויסגענומען 'טויט שטראף' פון אירע געזעצליכע שטראפן זיך צו געפעלן פון די מערב וועלט.
פייניגן און אונטערדריקן? דאס יא, און נאך ווי!
מאנטאג יולי 18, 2016 5:33 pm#21
Re: טערקיי אין כאאס! די מיליטער פראבירט צו פארכאפן די מאכט.
וויל ער איז דאך יעצט צוריק איינשטעלן.
די שופטים וואס זאלן אים שטערן לעגאל, האט ער שוין אויפגעזאגט.