הויפט זייט » שלום עליכם » פרינציפן און תקנות ה'קרעטשמע » אפהאנדלונגען איבער תקנות און רעכטען.

אפהאנדלונגען איבער תקנות און רעכטען.

11 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג יוני 26, 2014 12:21 am#1
Re: אפהאנדלונגען איבער תקנות און רעכטען.
קודם פותחין בכבוד ה'קרעטשמע תחילה, אז מען געט בכלל א רעכט פאר'ן ברייטען ציבור צו נעמען די מייק אין די האנט אין אריינרעדן איבער די תקנות ויסודות המקום, איך וואלט נאר איין נקודה געוואלט קלארשטעלן, דאס וואס איז מבואר דא l viewtopic.php?f=5&t=3 l אז מנהלים און אחראים קענען זיך נישט סתם אבי צופירען די הענט, וואלט איך געוואלט וויסען צו עס די אחראים ומנהלים וואס גייען פארלעצן די תקנות, גייען די ניק'ס קענען האבען א וועג צו פאדערן זייערע רעכטן? אדער דער אחראי וועט נישט אויסשטיין קיין טרייעל.
דאנערשטאג יוני 26, 2014 12:27 am#2
Re: אפהאנדלונגען איבער תקנות און רעכטען.
טאמער מען האט טענות אויף א מנהל אדער אחראי קען מען עס שרייבען אין דעם פארום, און מען וועט עס באהאנדלען בעזרת ה'
זונטאג מערץ 08, 2015 4:37 pm#3
Re: אפהאנדלונגען איבער תקנות און רעכטען.
אין די תקנות שטייט אז מען זאל נישט ק/פ ארטיקלען פון אנדערע פארום'ס, עס רעדט זיך טאקע נאר פון פארום'ס, איך וויל אבער בעטן אז מען זאל נישט מעתיק זיין אויך פון פלעינע סייטס, עס איז אומאפעטיטליך צו ליינען ובפרט ווען עס איז נישט אידיש.

אויב איר ווילט נישט איבערשרייבן, ביטע לייגט כאטש א קורצע הקדמה וואס די מדובר איז.

א דאנק, דאס איז "מיין מיינונג".
מאנטאג מערץ 09, 2015 9:51 am#6
Re: אפהאנדלונגען איבער תקנות און רעכטען.
אפילו טאמער נעמט מען ארויס בלויז איין ווארט, ווישט עס אויך אפ די פאקט פון זיין א 'קש' ארטיקל.

ובערת הרע...
דאנערשטאג מערץ 12, 2015 1:23 pm#7
כשרות ה'קרעטשמע
ס'איז דא געוויסע נושאים איבער די חרדי'שע וועלט וואס איז דא חילוקי דעות, סיי קלייניקייטן און סיי גרויסע זאכן.
לדעתי, דארף די קרעטשמע זיין אויסגעהאלטן צום ליינען. ממילא, אפי' דו שרייבער וואס האלט פון איין צד, זאל חלילה וחס נישט ארונטער רייסן די צד שכנגד, נאר העכסטנס שרייבן אז דער און דער האלט אנדערש. אוודאי איז בעסער ווען מ'שרייבט נישט איינזייטיג, אבער דאס גלייב איך אז ס'איז פיהל פיהל שווערער.

ממילא טייערע חברים! ווען איר שרייבט פון א נושא וואס איז דא חילוקי דעות, שרייבט רואיג, נישט חלילה וחס אראפברענגן די ניווא פונם קרעטשמע.

מיט דאנק פון פאראויס, טעכנעלאגיע.

נב, אפי' איך בין ענדערש א טעכנעלאגיסט, נאכאלץ מיין איך אז איך מעג אריינרעדן...
דאנערשטאג מערץ 12, 2015 4:33 pm#8
Re: אפהאנדלונגען איבער תקנות און רעכטען.
א טעכנעלאגישער בעל מכשיר ! אשרינו!
דאנערשטאג מערץ 12, 2015 6:23 pm#9
אפהאנדלונגען איבער תקנות און רעכטען.
איך בין נישט קיין בעל מכשיר, איך וויל נישט נעמען די אחריות פון דעם פלאץ.
איך קען מיר חלילה נישט אונטער נעמען אז דא גייט מען נישט שרייבן אומאויסגעהאלטענע רייד.

איך קען מיר בסך הכל אונטער נעמען אז ווען איך זעה עפעס וואס איז אומריכטיג, זאל מען טוהן וואס מ'האט צו טוהן דערמיט.
ווי אויך אז ווען איך זעה ספעלינג טעותים, (ליידער איז די קרעטשמע פול דערמיט) וועל איך עס פאררעכטן.

מ'דארף מיר נאר געבן די ווי אזוי הייסט עס, די שליסלן...
דאנערשטאג מערץ 12, 2015 8:50 pm#10
Re: אפהאנדלונגען איבער תקנות און רעכטען.
א דאנק Yiddish פארן לייגן כאטש א קורצע הקדמה בעפאר אייער קוואוט.
די קוואוט זעלבסט האב איך נישט געליינט ווייל די איזראעלישע בחירות אינטערעסירט מיר ווייניגער ווי די אפריקאנע, אבער א דאנק קומט זיך דיר.
דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:17 am#11
Re: אפהאנדלונגען איבער תקנות און רעכטען.
זייגער האט געשריבן:אפילו טאמער נעמט מען ארויס בלויז איין ווארט, ווישט עס אויך אפ די פאקט פון זיין א 'קש' ארטיקל.

ובערת הרע...


גוט געזאגט