הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » די מיסטעריעזע סוד פון דאנעלד טראמפ'ס שטוינענדע הצלחה

די מיסטעריעזע סוד פון דאנעלד טראמפ'ס שטוינענדע הצלחה

15 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #602
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 1:10 pm#1
די מיסטעריעזע סוד פון דאנעלד טראמפ'ס שטוינענדע הצלחה
וואס ליגט אונטער 'דאנעלד טראמפ'ס' הצלחה?
א פראגע וואס ווערט געפרעגט ביי אסאך מענטשן מיט גרויס ווינדער, אזא מענטש וואס האט נישט דאס מינימאלע פאליטיקל רעקארד, האט אזא מאס סוקסעס און שטיצע?, אסאך מיינונגען זענען שוין געזאגט געווארן צו דערגיין וואס ליגט אונטער זיין הצלחה, גרויסע פאליטיק ריזן האבן שוין געלאזט לופטערן שפעקולאציעס און טעאריעס וועלנדיג פארשטיין די מאדנע ערשיינונג.

ברענדינג
'דאס ערשטע וואס קומט אויפן געדאנק איז זיין עקספיריענס און גוטע פארשטאנד צו 'ברענדינג', וואס ברענגט אים צו די איצטיגע שטאנד, און איך שטום צו אז דאס איז א שטארקע פאקטאר וואס האט אים ארויסגעהויבן איבער די אנדערע קאנדידאטן אין די רעיס, זיין כוח פון ברענדינג האט ער געניצט אלע יארן צו ארויפארבייטן זיינע בעזנעסער, ער ניצט אלעמאל זיין נאמען 'טראמפ' פאר זיין מאמע ברענד וואס האט אונטער איר אסאך ביזנעסער, און אלעס ווערט גערופן מיט די 'טראמפ' נאמען, 'טראמפ טאוער', 'טראמפ עירליין', 'טראמפ וואסער', 'טראמפ געים', 'טראמפ וואדקע', 'טראמפ פלייש', 'טראמפ מארגעדש', 'טראמפ יונעווערסעטי' א.ד.ג. (אסאך דערפון א טאטאלע דורכפאל... ואכמ"ל)

יעצט לויפט ער פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, און דאס ווי אלעמאל גייט אויך מיט א 'ברענד', וואס איז 'טראמפ אנטי עסטעבלעשמענט'... ער גייט 'מאכן אמעריקא גרעיט אגעין', באפרייען די בירגער פון די אלטגעזעסענע פאליטיקאנטן וואס האלטן זיך העכער די פשוטע בירגער און זוכן נישט זייער וואוילזיין, וואס איז די צוועק אויף וואס די וויילער האבן זיי אריינגעוועלט.

דאס איז טאקע א שטארקע פאקטאר אין זיין אומגלויבליכע סוקסעס, אבער עס ליגט אין דעם אסאך טיפער און נאך א צאל סיבות וואס ברענגט צו זיין הצלחה.

פריקת עול
אלע יארן ביז איצט איז געווען א אנגענומענע זאך אז איינער וואס לויפט פאר פאבליק אפיס פירט זיך מיט 'פאליטיקל קארעקטנעס', דאס הייסט אז פאר ער טוט עפעס טראכט ער צוויי מאל אויב דאס איז 'פאליטיקל קארעקט', און אזוי אויך זיין וועג פון רעדן איז מיט פאליטיקל קארעקטנעס און ער זאגט נישט אלעס וואס קומט איהם אויפן צינג.

דאס האט זיך געטוישט ווען דאנעלד טראמפ האט געמאלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, טראמפ וועט זאגן אלעס וואס ער באגערט און וואס קומט אים נאר אויפן געדאנק, אן קיין שום אפהאלט ווייל עס איז נישט פאליטיקל קארעקט, ער האט שוין געזאגט זאכן וואס יעדע רעכט דענקענדע מענטש האט געהויבן אויגן ברעמען און אלע פאליטישע חכמים האבן פארגעזאגט אז דאס איז דער אנהויב פון זיין ענדע!.

אנגעהויבן מיטן אטאקירן 'דשאן מעקעין' וואס איז געווען געפאנגען 5 יאר ביי די שונא פארן באשיצן זיין היים לאנד און האט אפגעזאגט פרייהייט ווילאנג אלע זיינע קאלעגעס ווערן באפרייט מיט אים, זאגנדיג אויף אים אז ער איז נישט קיין העלד ווייל ער איז געווארן געכאפט.
און ווען ער האט ארויסגעגעבן די פריוואטע סעלפאון נומער פון 'לינדזי גרעהעם' פאר א גרופע שטיצער ביי א קאמפיין ראלי.
אזוי אויך ווען ער האט אויסגערימט דער רוסישער פרעזידענט 'פוטין', און אראפגעריסן א געוועזענע אמעריקאנער פרעזידענט.
דאס רעדן גאר שימציג אזוי אפט ווי זיין קאפ קראצט אים... און ספעציפיש ביים אטאקירן א פרוי ריפארטער מיט זייער א מיסע אויסדריק,
און אזוי אויך חוזק געמאכט פון א דיסעיבעלד מענטש א.א.וו.

אבער אין פאקט שטייען מיר היינט מיט דער דאזיגע פארשוין אלץ דער ערוועלטער נאמעני פון די ריפאבליקאנע פארטיי.

יעצט וועט איר פרעגן ווי אזוי העלפט דאס אים צו באקומען אזוי פיל שטיצע? אויף דעם איז די תירוץ זייער פשוט, דער אמעריקאנער קולטור באשטייט פון פריקת עול, צו טון וואס מען וויל און קיינער זאגט דיר נישט וואס איז ריכטיג און וואס נישט, אן קיין שום גדרים.

איין גדר איז יא געווען ביז איצט אין די אמעריקאנער גאס, דאס איז געווען 'פאליטיקל קארעקטנעס' וואס איז א אפהאלט צו זאגן און טון וואס מען וויל, וואס יעדע פאליטישן האט געוויסט אז ער דארף זיך פירן 'קארעקט' אויב וויל ער נישט ווערן פארשריגן, אויף דעם איז 'דאנעלד טראמפ' געקומען פאר די אמעריקאנער קולטור צו הילף, ווען ער האט געוויזן אז די באגרעניצונג פון פאליטיקל קארעקטנעס איז אויך עפעס וואס גייט ווערן עלימינירט ווען ער וועט ווערן דער 'קאמענדער אין טשיפ'.

דאס צווישן אנדערע איז וואס גיבט צושטייער צו זיין הצלחה, ווייל דער אמעריקאנער גוי לעכצט נאך פרייהייט אן קיין אפהאלט און דאנעלד טראמפ שטעלט זיי עס צו, און דאס זעט זיך אן מיט די סארט אומגעלערנטע אינגע מענטשן אן קיין קאלידש דעגרי פון וואס ער האט א גרויסע מערהייט אלס זיינע שטיצער.

א סעלעברעטי
ווי באקאנט איז אין די היינטיגע וועלט דא מענטשן וואס זענען זייער פאפולער און באוויסט, זיי האבן גאר אסאך 'פאלאוערס' און שטיצער וואס לויפן זיי נאך, דאס ווערט אנגערופן א 'סעלעברעטי', און כדי צו 'קוואליפיצירן' צו ווערן א 'סעלעברעטי' דארף מען נישט האבן קיין שום טאלאנט אדער ספעשעלטי, נאר איין זאך, האלטן פון זיך און און זיין שטאלץ און פאמפן פון זיך, וואס ברענגט זיי ארויף צו א סטאטוס פון א 'סעלעברעטי' און מענטשן פאנגען אן זיי צו 'פאלאוען' און האבן אינטערעסע אין זיי.

אט דאס האט דאנעלד טראמפ, ער האלט פון זיך און פאמפט פון זיך אויף א פארנעם וואס גאר ווייניג מענטשן קענען באווייזן... ער וועט טון אלעס אין די וועלט אז זיין נאמען זאל ווערן געזען און געדענקט אויף וועלעכע פלאץ אימער, וואס האט אים געמאכט אין די אמעריקאנער גאס פאר א סעלעברעטי, דאס ברענגט אים גאר אסאך פאלאוערס און שטיצער, און ווען עס קומט א געלעגנהייט פאר איינע פון זיינע שטיצער צו ארויסווייזן זיין שטיצע צו אים, וועט ער עס טון מיט דאס גרעסטע מאס חשק מער ווי די שטיצער פון די אנדערע קאנדידאטן.

דאס זעט זיך אן שטארק אויף זיינע טוויטער פאלאוערס און רעיטינגס אויף די אנליין אנקעטעס וואס ווייזן אז דאנעלד טראמפ געווינט יעדע דיבאטע נאך פאר עס קומט פאר... און אזוי אויך ביי זיינע אויסנאם ריזיגע ראליס מיט שווערע טויזענטע מענטשן וואס גייען אין פייער און וואסער פאר אים.

האפ ענד טשעינדש!
א גאר שטארקע פאקטאר וואס העלפט טראמפ צוציען צו זיך אזא שטארקע שטיצע איז די מצב אין אמעריקע, איז נישט עפעס אנדערשט פון "האפ ענד טשעינדש!".

די עקאנעמי איז נישט דאס בעסטע אין לאנד, פולע ארבייטסלאזע מענטשן זוכן דשאבס צו מפרנס זיין זייער שטוב, אנדערע האפן צו באקומען א בעסער באצאלטע דשאב וואס וועט דעקן די לעבנס קאסטן, אבער אן ערפאלג, די עקנאמיע ווערט טאקע בעסער און גיבט ארויס מער דשאבס ווי די פארגאנגענהייט אבער איז נאכנישט געניג צו באפרידיגן די שנעל וואקסנדע באפעלקערונג וואס פארמערט די צאל מענטש וואס לאזן זיך ארויס זיכן א דשאב.

אין די זעלבע צייט ווערט אמעריקע'ס איינפלוס איבער די וועלט שטארק באגרעניצט דורך פרישע אויפגייענדע מאכטן מיט שטארקע און שטאלצע פירער וואס לייגן דער אמעריקאנער שטאלץ אין שאטן, אין קאנטראסט צו די אמאליגע אמעריקע וואס אלע וועלט לענדער האבן געציטערט פאר איר און איר באהאנדלט מיט ריספעקט.

שטארקע לענדער פארברייטערן און פארשטערקערן זייער מיליטער אין די צייט ווען אמעריקע פארקלענערט איר דיפענס מעגליכקייטן, בעת ווען אויפן וועלט ארענע גייט פאר אסאך פאסירונגען וואס שטעלט אמעריקע אין געפאר פון אטאקירער, אייסיס הייבט זיך די קאפ און באדראעט אמעריקע'ס זיכערהייט, צפון קאריע סטראשעט מיט נוקליערע וואפן, טשיינע און רוסלאנד זענען נישט אמעריקע'ס בוזעם פריינט, און אנשטאט פארמערן און פארשטארקערן די מיליטער צו קענען אפפשלאגן סיי וואס פארא אטאקע שלא תבא טוען די אמעריקאנע פירער גענוי דאס פארקערטע, און צוגאב צו נאך אסאך פראבלעמען וואס פלאגט אמעריקע.

שטעלט זיך אויף אזא איינער ווי דאנעלד טראמפ וואס האט אונטער זיך א גלענצענדע רעקארד פון אויפארבייטן ביזנעסער אויף א שטארקע פארנעם מיט א גוטע סוקסעס ראטע און פראקלעמירט אז די ענדע צו אמעריקע'ס פראבלעמען איז שוין ענדליך אנגעקומען און אויב ווערט ער דער אמעריקאנער פירער וועלן זיך אלע פראבלעמען טרעפן אין די היסטאריע ביכער איינמאל פאר אלעמאל, און דאס -אויף וויפיל די עולם גלייבט אים- ברענגט עס אז זיי זאלן אים שטיצן צו איבערנעמען די ווייסע הויז און ברענגען 'האופ און טשעינדש' אויף וואס אמעריקע ווארט שוין אכט יאר...

די מידיע ביי אים אין בוזעם טאש
אין די היינטיגע וועלט פון 'סאושעל מידיע' האט די אמאליגע מידיע פארלוירן איר שטארקייט וואס זי פלעגט אמאל פארמאגן, ביז היינט ווען די מידיע האט עפעס באריכטעט איז עס גלייך געווארן ווי א אנגענומענע פאקט ומינה לא תזיע, דאס האט זיך אפגעשוואכט עס האט זיך אנגעהויבן מיט סאושעל מידיע ווי טוויטער, פעיסבוק א.ד.ג. וואס נעמט אוועק פון די מעגליכקייט פון די מידיע צו האלטן דעם דעת הקהל צו זיך.

פון די אנדערע זייט ווערן קליינע מינדערוויכטיגע נייעסער פארשפרייט פון איין עק וועלט צום אנדערן אין א אויגן בליק, און נאך ביפאר די נייעס האט זיך געהעריג אנטוויקלט איז עס שוין פארשפרייט איבעראל דורך די סאושעל מידיע, און די מידיע ווייסט גלייך דערפין און אינטרעסירט זיך דערין און באריכטעט עס אין די נייעס.

און דא קומט דאנעלד טראמפ'ס גאר שטארקע פארשטאנד צו די מידיע אריין, דער מענטש ארבייט שוין מיט אלע סארטן מידיע קוועלער יארן לאנג און ער פארשטייט צו זיי זייער גוט, ער ווייסט וואס צו זאגן וואס וועט ברענגען מידיע דעקונג וואס וועט אים בענעפיטירן, פון די אנדערע זייט ווייסט ער ווען צו סטאפן (וואס האסטו געזאגט???) אז עס זאל אים נישט שאטן מער ווי בענעפיטירן.

דאס און אלע אויבנדערמאנטע פאקטארן ברענגט אונז צו די ספעקטאקל ווי דער קריאזע מאדנער פארשוין מיטן נאמען דאנעלד טראמפ איז דער אפציעלע ריפאבליקאנער נאמעני, מיט א מעגליכקייט גאר צו ווערן דער 45'ער אמעריקאנער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 2:26 pm#2
Re: די מיסטעריעזע סוד פון דאנעלד טראמפ'ס שטוינענדע הצלחה
וואו זעהסטו טראמפ'ס הצלחה?
איז טאקע די מידיע ביי אים אין בוזעם טאש?

מיסיס קלינטאן שטייט העכער פון אים נאציאנאל מיט 7 פוינטס אין עוורידזש
אין די טראמפ לאגער לייגט מען אן די שולד אויף די קלינטאן ליעד צוליב די בייעסד מידיע קעגן טראמפ
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 3:15 pm#3
Re: די מיסטעריעזע סוד פון דאנעלד טראמפ'ס שטוינענדע הצלחה
שלומי ווען האסטו אנגעהויבן מיטהאלטן פאליטישע נייעס, היינט אדער נעכטן?
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 1:02 pm#5
Re: די מיסטעריעזע סוד פון דאנעלד טראמפ'ס שטוינענדע הצלחה
יאהאן ביזט גערעכט אז ער פארשטייט וויאזוי צו ניצען מידיע פאר ביזנעס און מסתמא יעצט וועט ער אויך איינקעשן די פובליסיטי אין זיינע געשעפטן
אבער מהיכי תיתי אז ער ווייסט ווי צי ניצען די מידיע פובליסיטי פאר פרעזידענטליכע געברויך
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 2:00 pm#6
Re: די מיסטעריעזע סוד פון דאנעלד טראמפ'ס שטוינענדע הצלחה
דאס האט מען שטארק אנגעזעהן אין די פריימערי, ווען אימער עס איז געווען עפעס א נייעס וואס האט נישט אינקלאדעט דעם נאמען 'דאנעלד טראמפ' האט גלייך נאכגעפאלגט א מעלדונג/סטעיטמענט/אויסדריק וואס האט פארזיכערט אז די הויפט נייעס גייט אריבער צו 'דאנעלד טראמפ', און אזוי האט ער געהאלטן די נייעס צו זיך וואס האט איהם גאר שטארק ארויסגעהאלפן שטיין וואו ער איז יעצט, נעמליך די אויסדערוועלטער נעמעני פון די ריפאבליקאנער.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 2:02 pm#7
Re: די מיסטעריעזע סוד פון דאנעלד טראמפ'ס שטוינענדע הצלחה
דעמאלטס איז עס געווען ווי עמיצער זיכט צו בויען זיין ביזנעס

יעצט האלט מען ביי ריעל ביזנעס וועמען צו זעצן אויפען טראן למעשה ארבעט נישט ווי ביי בינעס פובליסעטי.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 2:13 pm#8
Re: די מיסטעריעזע סוד פון דאנעלד טראמפ'ס שטוינענדע הצלחה
אין הכי טאקע, מיין פאונט איז ווי אזוי ער איז אנגעקומען ביז דא צו זיין די אפציעלער נאמעני פון ריפאבליקענס.

און למעשה יעצט האט ער טאקע נישט די מאס הצלחה אקעגן הילערי ווי ביי די פריימערי אקעגן זיינע קעגנער, וויל אויף די שטאפל ארבייט עס נישט אזוי גוט, מענטשן קוקן אן די אלגעמיינע וואלן מיט מער א 'ערנסטע בליק'.

ער דארף נאך טרעפן די ריכטיגע וועג צו גיין פאראויס, לויט ווי עס קוקט אויס דערווייל לאזט ער אפ די וועג פון ביז איצט און פראבירט צו גיין מער מיט א 'פרעזידענטליכע' גאנג, ווי עס זעט זיך אן פון זיין נעכטיגע ספיעטש איבער די אקאנעמי און די פאקט אז ער האט עס געזאגט פון א טעלעפראנטער, און פון דעם וואס זיינע קאנטערווערסיאלע סטעיטמענט זענען שטארק פארמינערט געווארן ועוד.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 7:42 pm#9
Re: די מיסטעריעזע סוד פון דאנעלד טראמפ'ס שטוינענדע הצלחה
שלומיאל האט געשריבן:וואו זעהסטו טראמפ'ס הצלחה?
איז טאקע די מידיע ביי אים אין בוזעם טאש?

מיסיס קלינטאן שטייט העכער פון אים נאציאנאל מיט 7 פוינטס אין עוורידזש
אין די טראמפ לאגער לייגט מען אן די שולד אויף די קלינטאן ליעד צוליב די בייעסד מידיע קעגן טראמפ

ס'האלט שוין ביי 7.5 און ווארשיינליך מארגן וועט עס שוין האלטן ביי אריבער 8 פאראויס

ביטע שיין ענטפערן די סתירה פון "די מידיע ביי אים אין טאש" צו דאס וואס מ'זאגט אז "די מידיע איז זייער בייעסד קעגן טראמפ", אזוי ווי יוסי געשטעטנער ערגערט זיך געפערליך דערויף אויף קול מבשר
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:04 pm#10
Re: די מיסטעריעזע סוד פון דאנעלד טראמפ'ס שטוינענדע הצלחה
שלומי, איך מיין אז מיין פאריגע תגובה פארענפערט דיין קשיא.
די פאונט מעיד איז אז דער וואנזיניגער משוגע'נער (פארדן מיי עקספרעשן...) 'טאנעלד דראמפ' שטייט אין פאקט מיטן טיטל "דער ריפאבליקער נאמעני" אין דער צייט וואס מיר האבן געהאט אזאנע 'נארמאלע' מענטשן ווי 'סקאט וואלקער' אדער 'דשאן קעיסיג' צו 'דשעב בוש' און 'מארקא רוביא' וואס האבן נישט מצליח געווען צו זיין דער נאמעני, אבער ווער יא? דער ליידגער בולי מיט א בלאנדע קאץ באצירטע קאפ פון וואס עס רינט גאווה ווי א געפלאצטע סאער פייפ הנקרא "טראמפ" ער? אר יו סיריעס? דאס דארף א הסבר!!!
אט דאס ווערט שיין מוסבר בעזהשי"ת אין מיין ארטיקל.

דאס אז עס ארבייט נישט היינט איז א צווייטע נושא, אין קורצן: ווייל מענטשן קוקן נישט אן די אלגעמיינע וואלן דאס זעלבע ווי די פריימערי צירקוס.

שלומיאל האט געשריבן:ביטע שיין ענטפערן די סתירה פון "די מידיע ביי אים אין טאש" צו דאס וואס מ'זאגט אז "די מידיע איז זייער בייעסד קעגן טראמפ", אזוי ווי יוסי געשטעטנער ערגערט זיך געפערליך דערויף אויף קול מבשר

זייער פשוט, ווי דערמאנט אויבן ער ווייסט גאר גאר גוט אויף וואס די מידיע וועט זיך ארויפכאפן און מאכן א סענזאציע, און ער ניצט דאס אויס ביזן לעצטן טראפ -ווי ער שרייבט אליין אין זיין בוך- און ווי ער האט זיך אמאל אויסגעקוועטשט ...כ'מיין אויסגעדריקט, "קענסט שרייבן נעגאטיוו וועגן מיר ווילאנג מיין נאמען ווערט געברענגט און געספעלט גוט..." (א נער זאגט אויך אמאל א גוטס...), סא וואס? די מידיע איז בייעס קעגן אים? ער איז טאטעלי אקעי דערמיט!
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:51 am#11
Re: די מיסטעריעזע סוד פון דאנעלד טראמפ'ס שטוינענדע הצלחה
ער איז טאטעלי אקעי דערמיט?
עטליכע טעג צוריק האט טראמפ זיך געערגערט אויף די בייעס מידיע אין איינע פון זיינע טעגליכע שטראם פון טוויטס
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:11 pm#12
Re: די מיסטעריעזע סוד פון דאנעלד טראמפ'ס שטוינענדע הצלחה
שלומי, דו האסט עס נאכגעברענגט, און אזוי האבן נאך טויזענטער מענטשן עס געזעהן און געליינט אין די מידיע, יא? נו מישן אקאמפלישד! מ'האט שוין ווייטער גערעדט פון 'דאנעלד טראמפ' ער איז ווייטער אין די נייעס!
צו ס'באדערט אים עכט? ניין, אויסדריקליך נישט...

ועוד, א דורכפאל פאר אים איז היפש קלאר און פאראויסזאגבאר, ער ברויך האבן פאר דעם א תירוץ, ניין? נו, וואס איז די תירוץ "די בייעס מידיע"...
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 11:55 am#13
Re: די מיסטעריעזע סוד פון דאנעלד טראמפ'ס שטוינענדע הצלחה
אהא

די אונטערשטע שורה איז אבער אז ווי ס'קוקט יעצט אויס וועט טראמפ בדרך הטבע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן נישט זיין
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 3:06 pm#14
Re: די מיסטעריעזע סוד פון דאנעלד טראמפ'ס שטוינענדע הצלחה
נישט שייך צו זאגן אויף זיכער, וואס טראמפ האט באוויזן ביז איצט האט "קיינער" נישט פאראויסגעזאגט.
פרייטאג יאנואר 20, 2017 2:07 pm#15
Re: די מיסטעריעזע סוד פון דאנעלד טראמפ'ס שטוינענדע הצלחה
יע יע! מיסטער טראמפ איז די 45'טער פרעזידעט פון יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקע, פאקט!