אידישע נייעס

32 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #603
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 11:55 am#1
אידישע נייעס
א דעזעגנירטע אשכול פאר אלע אידישע נייעס וואס קומט פאר אין די אידישע וועלט.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 11:57 am#2
Re: אידישע נייעס
אידישער צירונג סוחר ווארפט אוועק כמעט א מיליאן דאלער צירונג אין געיעג צום שבת

א אידישער צירונג סוחר אין די מאנהעטען דיימאנד קווארטאל קלאגט אן זיין אינשורענס פירמע און זאגט אז זיי האבן זיך באצויגן צו אים "פיינטליך" נאכדעם וואס ער האט אריינגעגעבן א פארלאנג אז זיי זאלן אים פארגוטיגן פאר א שאדן פון 800,000$ וואס ער האט געהאט ווען ער האט "געווארפן אין מיסט" דיאמאנטן און צירונג ווען ער איז געווען אויף א שאו אין לאס וועגאס. באבי ישעיה דער בעל הבית פון די MAX צירונג געשעפט אויף 47 סטריט זאגט אז ער האט זיך געאיילט צוליב דעם וואס עס איז געווען הארט פאר שבת און האט אין די יאגעניש אריינגעווארפן אין מיסט א פעקל דיאמאנטן און צירונג וואס איז געווען באהאלטן און איינגעוויקלט אין צייטונג פאפיר, און הערשט מיט 5 טעג שפעטער האט ער זיך געכאפט און ער האט עס נישט געקענט געפונען. ער האט זיך פארבינדען מיט זיין אגענט פון די לוידס אינשורענס פירמע און זיי זענען געווען גאר שטרענג צו אים און געפאדערט ער זאל אריבערגיין א ליי דיטעקטאר טעסט, און נאכדעם אים האט די פירמע אנולירט זיין פאליסי. אצינד קלאגט ער זיי, ער טענה'ט אז דאס איז א עקסידענט און די פירמע דארף באצאלן די שאדן פון כמעט א מיליאן דאלער.

-JP-
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:11 pm#3
לעגענדארער אידישער אויפשטענדלער פון סאביבאר נפטר געווארן
אין פלארידא איז נפטר געווארן דעם פארגאנגענעם פרייטאג פיליפ ביאלעוויטש ע"ה, א איד וועלכער איז געווען דער לעצטער לעבנסגעבליבענער צווישן די גרופע אידן וואס האבן ארגאניזירט א אויפשטאנד אין די סאביבאר טויט לאגער. די באקאנטע העלדישע רעוואלט וואס האט געפירט צו די באפרייאונג פון הונדערטער אידן און זיי געראטעוועט פון א זיכערן טויט. ביאלעוויטש האט אויך באקאנט געמאכט די געשיכטע אין זיינע ביכער און רעדעס.

די העעראישע אויפשטאנד איז געווען איינע פון די גאר געלונגענע לעבנס-רעטונג מיסיעס דורכאויס די קריג. ביאלעוויטש איז געווען בלויז 14 יאר אלט ווען ער איז אנגעקומען קיין סאביבאר און איז געווען צווישן די יונגערע אין די גרופע פון 40 אידן וואס האבן דורכגעפירט דעם רעוואלט. די רעוואלט האט געראטעוועט 200 אידן וואס זענען אנטלאפן, און האט אויך געפירט צו די שליסונג פון דעם לאגער אין וועלכע איבער 40 טויזענט אידן זענען אומגעקומען. ביאלעוויטש איז אויך געווארן באקאנט מיט זיין באקאנטער עדות וואס ער האט געגעבן אין מינכן קעגן דעם סאביבאר וועכטער דשאן דעמאניאק אין יאר 2011, ביאלעוויטש איז נפטר געווארן אין עלטער פון 90 יאר. ער האט איבערגעלאזט 4 קינדער. ער איז געווען א ווארעמער איד און האט זיך באטייליגט ביי תפילות און געשעענישן אין בית חב"ד אין פלארידא.

-JP-
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:11 pm#4
חרדי'שע שומרים וואלונטיר אין באלטימאר מאכט קידוש ה'
אין די לעצטע טעג ארבעטן די חברה שומרים אין די אידישע געגענט פון באלטימאר אינאיינעם מיט די פאלציי גאר אינטענסיוו צו כאפן א באנדע באנדיטן וואס פירן דורך רויבערייען אין די געגענט. און די שומרים פירט דורך יעדע נאכט פאטראל אין די געגענט צו כאפן די באנדע רויטהאנטיג.

איין נאכט בשעת'ן דורכפירן די פאטראל האט איינער פון די וואלונטירן, ר' אשר קליין, באמערקט א קאר וואס פארט שטאט און זעהט אויס ווי עס פארט אן א ציל, ער איז צוגעקומען און באמערקט אז עס האנדלט זיך פון א אלטע פאר-פאלק וואס זענען נישט קלאר ביים זינען, און זענען געווען אין א נישט גוטע צושטאנד. קליין האט באלד גענומען די איניציאטיוו און גערופן די פאליציי וואס האבן אינפארמירט די פאמיליע. די פאליציי האט געזאגט אז ווען נישט קליין וואלט זיך עס געקענט ענדיגן גאר טראגיש, די פאל האט באקומען ברייטע דעקונג אין די לאקאלע מידיא און געברענגט פאזיטיווע דעקונג פאר חברה שומרים.

-JP-
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 10:18 pm#5
Re: אידישע נייעס
היימען פון רבנים אין ראקלענד קאונטי באווארפן מיט אויפרייס מאטריאל

אויפרייס מאטריאלן זענען געווארפן געווארן איינס נאך די אנדערע אום דינסטאג נאכט אינדרויסן פון די שטובער פון צוויי חב"ד רבנים אין ראקלענד קאונטי. איינס ביי די הויז פון הרב שמחה מארגענשטערן, א רב אין חב"ד אף ראקלענד, און איינס, תיכף דערנאך ביים שטוב פון הרב אברהם קאטלארסקי, דער הויפט רב פון די חב"ד אף ראקלענד קאונטי.

10:15 ביינאכט, מיט אפאר מינוט גערוקט איינס פון די אנדערש, האבן ביידע הייזער געהערט גערודער פון א אויפרייס מאטריאל געווארפן צום הויז.

הרב קאטלארסקי האט דערציילט "המודיע" אז ער איז נישט געווען אין שטוב און זיין טאכטער האט אים גערופן אין בהלה אז זי האט געהערט קולות, און ארויסגעקוקט זעענדיג דריי יוגענטליכע אנטלויפן, ווען איינער ווארפט עפעס צו די הויז.

די פאקט אז נישט איין הויז, נאר צוויי אידישע הייזער פון רבנים זענען אטאקירט געווארן אזוי נאנט איינס צום אנדערן שיינט אז עס איז געווען א וואנדאליסטישע אנטי אידישע אקט.

נאכדעם וואס די אקט איז געווארן באקאנט איז עס געווען א געלעגענהייט פאר די רבנים צו אדרעסירן די פראבלעם פון אנטיסעמיטיזם אין די געגענט, ווי אסאך מענטשן ווערן אטאקירט אדער געטשעפעט און נאכגעשריגן ווען זיי גייען מיט א קאפל אין שול.

די ADL וואס באקעמפט אנטיסעמיטיזם האט אנאנסירט א פרייז פון 2,500 פאר אינפארמאציע וועט העלפן כאפן די וואנדאלן.

-JP-
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 10:20 pm#6
Re: אידישע נייעס
ארגענטינער אויטאריטעטן אידענציפיצירן לעצטער קרבן פון די אמי"א באבאדירונג

22 יאר איז אריבער זינט די בלוטיגע טעראר אטאקע אויף די אידישע צענטער אין בואנעס איירעס ארגענטינע, אין יאר 1994 און אויטאריטעטן האב היינט באוויזן צו אידענטיפיצירן דעם לעצטן רבן וואס מען האט די אלע יארן נישט געוויסט ווער דאס איז. היינט האט א די. ען. עי. טעסט וואס מען האט דורכגעפירט אויף די מוטער פון איינע פון די קרבנות און אויף די איבערבלייבעניש געוויזן מיט א זיכערהייט אז דער קרבן איז דניאל דשיזעס, א 20 יעריגער יונגטליכער וואס ער און זיין מוטער זענען געווען צווישן די 85 אומגעקומענע ביי די באמבאדירונג וועלכע האט איבערגעלאזט אויך 300 פארוואונדעטע.
אויספארשונגען איבער די אטאקע זענען נאך אלס א מיסטעריע, און פראקורארן האבן באשולדיגט חיזבאלע און איראן אז זיי זענען געשטאנען אונטער דעם, לעצטנס איז די אויספארשונג אויסגעברייטערט געווארן און איז אנגעפירט געווארן דורך דעם אידישן פראקוראר אלבערטא ניסמאן וועלכער האט געהאלטן ביים איבערווייזן אז די ארגעניטינער רעגירונג האט פארווישט באווייזן וועלכע וואלטן געהאלטן איראן דירעקט פאראנטווארטליך, אבער ניסמאן איז מיסטיריעז אומגעברענגט געווארן אין זיין דירה מיט צווי יאר צוריק.

JP
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:58 pm#7
Re: אידישע נייעס
פאליציי אין מיאמי דעיד-פלארידע זאגן אז וואנדאלן האבן בארויבט און וואנדאליזירט אזויפיל ווי 23 אידישע קארס וועלכע זענען געווען פארקירט פארנט פון אפאר לאקאלע שוהלן. דאס האט פאסירט פרייטאג צונאכטס און די פאליציי זוכט אינפארמאציע.
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:30 pm#8
ברעסלאווער ארעסטירט ביי קבר יוסף הצדיק
מדינת ישראל זעלנער האבן ארעסטירט זעכציג ברעסלאווער חסידים וועלכע זענען געפארן היינט אינדערפרי צום קבר יוסף הצדיק אין שכם אנדעם וואס זיי זאלן האבן קאארדינירט זייער רייזע מיט די מיליטער - וואס די רעגולאציעס פארלאנגט אז אויב א גרעסערע גרופע פארט, דארף מען דאס איינמעלדן פאר די מיליטער. דער באס פון די ברעסלאווער חסידים, וועלכע איז געפארן אנע מיליטערישע באגלייטונג, איז געקומען אונטער שטיינער אטאקעס פון פאלעסטינער איינוואוינער, און 2 זענען פארוואונדעט געווארן. די ברעסלאווער זענען באפרייט געווארן פון מיליטערישע ארעסט נאך קורצע אויספארשונג.
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:30 pm#9
רעביצין יונגרייז ע"ה אוועק פון דער וועלט
ניו יארק – בד״ה: רעביצין מרת אסתר יונגרייז ע״ה, וועלכע איז געווען גאר אקטיוו אין צוריקצוברענגען טויזנטער אידן איבער דער וועלט צו אידישקייט און איז געווען א פּיאנער פון חסד און מעשים טובים, איז אוועק אין עלטער פון 80 יאר. זי איז געווען ביים האלאקאוסט און האט זיך געראטעוועט אויפן ״קאסטנער באן״ אינאיינעם מיטן סאטמארער רבי׳ן זי״ע, און מיט בערך 10 יאר צוריק האט איר פרעזידענט בוש געשטעלט אלס מיטגליד פונעם נאציאנאלן האלאקאוסט מוזעאום קאמיטע. זי איז געווען א שארפע אקטיוויסטקע קעגן די הייראט-אסימילאציע פון פילע אמעריקאנער אידן.
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 12:19 pm#10
Re: אידישע נייעס
א רוסישע טעלעוויזיע סטאנציע, מיט א פאטענציעל אנצוקומען צו 100 מיליאן צוקוקער, ווערט שטארק פארדאמט נאכדעם וואס זי האט ארויסגעשטעלט א שאקירנדע דאקומענטאציע פילם, אין וועלכע עטליכע ״עקספערטן״ באשולדיגן אז דאס אידישע פאלק איז געשטאנען אונטער די זינקונג פונעם טיטאניק, אונטער די נוקלעארע דיזעסטער אין טשערנאבל און אונטער די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס.
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 6:37 pm#12
Re: אידישע נייעס
איבער 75 ראשי המוסדות באטייליגט ביים גרינדונג פון PEARLS

די ניי געגרינדעטע ארגאניזאציע וועט זיך אפגעבן מיט אוועקשטען א פאראייניגטע סיסטעם וואס וועט ווערן איינגעפירט אין אלע מוסדות צו קענען לערנען מיט די קינדער לימודי חול אויף א הויכע ניווא אן דעם וואס עס זאל קומען אויפ'ן חשבון פון אידישקייט אדער מען זאל דארפן קאמפראמיזירן אויף פרינציפן אויף וועלכע די מוסדות זענען געגרינדעט, די ארגאניזאציע האפט צו אוועקשטעלן א "קאריקולום" וואס זאל נאכקומען די פארלאנגען פון די עדיוקעישן דעפארטמענט, און פארמיידן פראבלעמען צווישן די דעפארטמענט און די מוסדות.

ביי א ספעציעלע מיטינג ווי מען האט אוועקגעשטעלט די גרונד-פרינציפן פון די ארגאניזאציע האבן זיך באטייליגט אנפירער און מנהלים פון פילע מוסדות פון פארשידענע שיכטן אוןן קרייזן פונעם אידישן ציבור אין ניו יארק, און עס האבן זיך אויך אנגעזעהן די עסקנים וואס זענען אינסטרומענטאל אין די גרינדונג, אריינגערעכנט רבי משה דוד נידערמאן פון די פאראייינגטע אידישע ארגאניזאציעס, און הרב חיים דוד צוויבעל פון אגודת ישראל, אינאיינעם מיט ראשי המוסדות.

[אז איינער ווייסט מער איבער דעם, זאל ביטע שרייבן מער אינפא.]
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:02 pm#13
Re: אידישע נייעס
אידישע פארליאמענט מיטגלידערין פון ענגלאנד'ס לעיבאר פארטיי אונטער שוץ נאך טויט דראאונגען

פארליאמענט מיטגלידערין רות סמיט איז אונטער פאליצייאישע שוץ נאכדעם וואס זי האט באקומען אנטי-סעמיטישע טויט דראאונגען נאכדעם וואס זי האט אפן און בראוו קריטיקירט איר פארטייס פירערשאפט פאר'ן נישט באווייזן צו אויסראטן אנטי-סעמיטישע סענטימענטן אין די פארטיי, זי האט גערעדט איבער אנטיסעמיטיזם וואס פאגט די לעיבאר פארטיי און באשולדיגט די פירער פון די פארטיי דשערעמי קארביין אין רעאגירן שוואך צו אנטיסעמיטישע ערשיינונגען און אויסדרוקן אין די פארטיי זי האט געזאגט "איך ערווארט אז דשערעמי זאל זיך אויפשטעלן און פארדאמען קלאר די ערשיינונג, ער האט דערווייל נישט געטון אפילו אביסל פון וואס איך ערווארטעט פון אים" אין ליכט פון דעם האט זי באקומען טויט דראאונגען מיט אנטיסעמיטישע סטראשונגען.

די פאליציי האט געמאלדן אז זיי האבן פארשטערקערט די וואך וואס זיי שטעלן צו פאר פאליאמענט מיטגלידער און זיי נעמען די דראאונגען ערנסט. די סטראשונקעס זענען פארארגערט געווארן נאכדעם וואס זי האט זיך באטייליגט ביי א קאנפערענץ אין וועלכע קארביין האט פארדאמט אנטי-סעמיטיזם און האט געזאגט "פונקט ווי מען קען נישט באשולדיגן אלע מוסלעמענער אין די אייסיס אטאקעס, אזוי קען מען נישט באשולדיגן אלע אידן אין די אקטן פון מדינת ישראל" א סטעיטמענט וואס סמיט האט שארף אראפגעריסן און געזאגט אז "עס איז אומגלויבליך אז קארביין קומט צו א קאנפערענץ קעגן אנטי-סעמיטיזם און פארגלייכט מדינת ישראל צו אייסיס"
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:06 pm#14
Re: אידישע נייעס
ארכעאלאגן אין ירושלים האבן געמאלדן אז זיי האבן געטראפן שטיקער פון באלאטעס (טיילס) וועלכע זענען געווען טייל פון די דעקאראציעס פונעם צווייטן בית המקדש. די באלאטעס זענען שוין אויסגעגראבן געווארן אין די 1990'ער יארן ווען די אראבער וועלכע הערשן אויפן הר הבית האבן אויסגעגראבן אונטערערדיש צו בויען א נייעם מעטשעט, און האבן בשעת'ן גראבן, אוועקגעשטעלט הויפענעס אויסגעגראבענע זאמד און שטיינער פאר אויספארשונגען. צווישן די הויפענעס, האבן ארכעאלאגן באוויזן צו אידענטיפיצירן שטיקער באלאטעס וואס לויט פארשידענע טעסטס, זענען די שטיקער ארום 2 טויזנט יאר אלט און קומט פונעם צווייטן בית המקדש.
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 5:32 pm#18
Re: אידישע נייעס
אידישע און מוסלעמער גרופעס ארבעטן אינאיינעם פאר כשר עסן אין די פאבליק סקולס

א רייע געזעצגעבער און סטודענטן האבן זיך פארזאמלט דעם דינסטאג פארנט פון סיטי האל צו אויסדרוקן שטיצע פאר א פרישע ביל וואס ווערט יעצט פארגעשלאגן אין סטעיט סענאט וועלכע וועט ערלויבן די סטעיט צו אריינלייגן א אפציע פאר כשר אדער חאלאל עסן אין די פאבליק סקולס.

די געזעץ איז פארגעשלאגן געווארן דורך סטעיט סענאטאר טאני אוועלע, וואס זאגט אז אין ניו יארק געפונען זיך איבער א מיליאן מענטשן וואס עסן נאר כשר אדער להבדיל חאלאל, און עס איז געקומען די צייט אז די סקול סיסטעם זאל זיך צושטעלן צו זייערע געברויכן, אזוי אויך צייגט א באריכט אז איבער 25% ניו יארקער האבן אנדערע אויסוואלן אין עסן, ווי וועדשיאטעריאניזם און דאס גלייכן, דעריבער האט אסעמבלימאן דעיוויד וועפרין האט צוגלייגט א ביל וואס פארלאנגט אז מען זאל אויך צולייגן די אפציע פון וועדשעטעריען עסנווארג.

דעיוויד וועפרין האט אין א שמועס מיט "דשעי פי" ערקלערט די וויכטיגקייט פון די ביל, ביז ארום 20 יאר צוריק איז כמעט נישט געווען קיין קינדער פון שטובער ווי מען היט כשרות אין פאבליק סקולס, ווייל די פאמיליעס זענען געווען פארמעגליך און געשיקט צו פריוואטע סקולס, היינט זענען דא טויזענטער רוסישע און בוכארישע קינדער וואס לערנען אין פאבליק סקולס און מען דארף צושטעלן פאר זיי צו עסן, און אזוי אויך פאר די טויזענטער מולעמענער קינדער וואס קענען נאר עסן חאלאל. צוזאמען מיט וועפרין זענען געשטאנען פארנט פון סיטי האל עטליכע מוסלמענער אקטיוויסטן וואס טוען לאביאירן פאר דעם געזעץ.
מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 4:56 pm#19
Re: אידישע נייעס
בית החיים אין פוילן וואנדאליזירט דורך אנטיסעמיטן - די בית החיים אין נאוואמינסק אין פוילן איז וואנדאליזירט געווארן אין די לעצטע טעג דורך אנטיסעמיטישע כוליגאנעס וואס האבן צובראכן מציבות און אנגעפירקלט אנטיסעמיטישע אויפשריפטן אויף די מציבות וואס זיי האבן צובראכן, אין די שטאט נאוואמינסק האבן געוואוינט ארום 5 טויזנט אידן ביז'ן קריג ווען רוב אידן זענען אומגעקומען און די בית החיים ווערט אפגעהיטן דורך א הייפעלע אידן וואס וואוינען אין די געגענט. די פאליציי זאגט אז זיי פארשן דעם אינצידענט.

JP
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 4:56 pm#20
Re: אידישע נייעס
נייער שטעטל אין דינוב - אין די חרד'ישע מידיע אין ארץ ישראל איז היינט באריכטעט געווארן אז עס ווערט ערנסט געפלאנט א נייע יישוב פאר חסידישע אידן פון ארץ ישראל אין די שטאט דינוב אין פולין, לויט די באריכטן איז שוין אלעס גרייט, און דאס קומט נאך לאנגע יארן פון שתדלנות און פעולות ביי די לאקאלע אויטאריטעטן, א חלק פון די הייזער זענען שוין געבויט און אזוי אויך שטייט א ריזיגע בניין צום דינסט, מיט א מקווה, בית המדרש און אלע צוגעהערן. לויט די אינציאטאר פונעם פראיעקט הרב ר' פנחס פאמפ שליט"א איז שוין דא א גרויס נאכפראגע פון היימישע אידן וואס זוכן זיך צו באזעצן סמוך ונראה צום ציון פון בעל בני יששכר זצוק"ל
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:58 pm#23
Re: אידישע נייעס
בר מצוה וועט געפראוועט ווערן פאר 113 יעריגן איד

ירושלים - אין אן אינטערעסאנטע ערשיינונג, וועט א איד אפרעכטן זיין בר מצוה זייענדיג 113 יאר אלט. די רעדע איז פון ישראל קריסטאל, וועלכער איז 113 יאר אלט, און איז דער אפיציעלער עלטסטער מאנס-פערזאן אין דער וועלט. ער איז געווארן דרייצן יאר אלט ווען זיין פאטער איז געווען אויפן מיליטערישן פראנט אין פוילן ביים ערשטן וועלט קריג און דעריבער האט ער קיינמאל נישט געהאט א בר מצוה. זיינע אייניקלעך וועלן אפהאלטן א בר מצוה פאר אים די וואך.
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:00 pm#24
Re: אידישע נייעס
פראנצויזישע האלאקאוסט געלטער פארטיילט
וואשינגטאן - די אמעריקאנער פעדעראלע רעגירונג האט שוין אנגעהויבן פארטיילן געלטער פון א ספעציעלן פאנד פאר מלחמה איבערלעבער וועלכע זענען געפירט געווארן צו די נאצישע לאגערן דורך פראנצויזיש-געפירטע באן שינעס. די פראנצויזישע רעגירונג און פראנצויזישע פירמעס האבן געהאלפן די נאציס טראנספארטירן אומצאליגע אידן דורך שינעס וואס זיי האבן אפערירט, און צוליב דעם האט פראנקרייך מסכים געווען אוועקצושטעלן זעכציג מיליאן דאלער פארגיטיגונגס געלטער, וואס יעדער פון די איבערלעבער וועט באקומען ארום 200 טויזנט דאלער.
מיטוואך מאי 10, 2017 1:49 pm#25
Re: אידישע נייעס
א שרעק איז נעכטן אנטשטאנען אין לאנדאן, ווען א פארשוין האט זיך געדרייט מיט א מעסער אין די גאסן און געסטראשעט אידישע פארבייגייער.
דער אינצידענט האט פאסירט 4:00 נאכמיטאג אין דער סטעמפארד היל געגנט, ווען דער פארשוין האט פרובירט אריינצוקומען אינעם קליינס סופערמארקעט געשעפט אויף "אפער קלעפטאן" ראוד, אבער די באאמטע האבן פארשפארט די טיר. ער איז דאן אריין אין א כשר'ן פיש געשעפט און האט געשריגן: "וואו איז דער באלעבאס? איך וועל אים הרג'ען". ווען מען האט אים געזאגט אז דער באלעבאס איז נישט דארטן, איז ער ארויסגעלאפן פונעם געשעפט, און זעענדיג צוויי אידישע מיידלעך דורכגיין, האט ער געשריגן: "איר אידן, לויפט אוועק פון דא, בעפאר איך וועל אייך הרג'ענען".
די פאליציי איז ארויסגערופן געווארן, און עס האט זיך אנגעהויבן א געיעג נאך דעם פארברעכער, וועלכער איז אריינגעלאפן אין א דערנעבנדיגער געביידע. די פאליציי האט ארומגענומען די געביידע, און מען האט אים עווענטועל ארעסטירט.

ד''א
מאנטאג מאי 22, 2017 12:24 pm#26
Re: אידישע נייעס
א חרדישער משגיח פון כשרות האט דורכגעמאכט א שרעקעדיגן אינצידענט ביים ווערן ארעסטירט אין כינע, ווען די ארטיגע אויטאריטעטן האבן געגרייזט און געמיינט אז ער איז א ראדיקאלער מוסולמענער.
דער יונגערמאן איז אנגעקומען צום שינזשיאנג פראווינץ אין כינע, אלס טייל פון זיין ארבעט צו באטראכטן א לאקאלן פאבריק פאר דער עס קעי עס מהדרין השגחה, אבער ביי א פאליציי טשעקפוינט האט מען אים געהייסן ארויסטרעטן פונעם קאר און אים באלד ארעסטירט.
אין דער לאקאלער פאליציי סטאנציע האבן אים אויספארשער באשולדיגט אין זיין א ראדיקאלער מוסולמענער טעראריסט, צוליב'ן גיין מיט חסידישע לאנגע קליידונג און א בארד און פיאות.
עס האט געדויערט עטליכע שעה פאר'ן יונגערמאן צו איבערצייגן די פאליציי אז ער איז נישט קיין מוסולמענער, נאר א פרומער איד, וואס דאס איז זיין לבוש, און ערשט דעמאלט האט מען אים ענדליך געלאזט גיין פריי.
ד'א
דינסטאג מאי 30, 2017 10:08 am#27
Re: אידישע נייעס
אידישע אקטיוויסטן אין באלטימאר האבן אויסגעלויבט און זיך באדאנקט פאר דער פירערשאפט פון דער "אוניווערסיטעט אוו מערילאנד" נאכדעם וואס זיי האבן ארויסגעצייגט סענסיטיוויטעט און פארשטאנד מיט א גרופע אידן וועלכע האבן גראדואירט אין די לעצטע וואכן פון פארשידענע קלאסן אין דער שולע.
די מערילאנד אוניווערסיטעט האט געהאט געסקעדזשועלט איר גראדואירונג צערעמאניע אויף מאי 20, וועלכע איז אויסגעפאלן פונקט אום שבת פרשת בה"ב, און עס זענען געווען 22 באלטימארער אידן וועלכע זענען געווען איינגעשריבן אין דער שולע, זיך צוצולערנען פארשידענע פאכן, און איבריג ארויסצוברענגען אז די אידן האבן נישט געקענט אנטיילנעמען ביי דער גראדואירונג צערעמאניע צוליב שבת קודש.
די מערילאנד אוניווערסיטעט פירערשאפט האט מסכים געווען אפצוהאלטן א ספעציעלע גראדואירונג צערעמאניע נאר פאר די 22 אידן, אום זונטאג במדבר, אקאמאדירנדיג די געברויכן פון די אידן.
ד'א
זונטאג יוני 04, 2017 11:53 am#28
Re: אידישע נייעס
א געריכט אין מאראקא האט פאראורטיילט צום טויט א פארשוין וועלכער האט פאראיאר דערמארדעט א אידישע פארפאלק.
דער פארשוין מוסטאפא רערהעי האט אומגעברענגט שמואל טאלעדאנא און זיין פרוי, וועלכע זענען געווען אן איינפלוסרייכע פארפאלק אין דער אידישער געמיינדע אין קאסאבלאנקא, מאראקא.
דער מארד פון דעם טאלעדאנא פארפאלק האט שטארק אויפגעטרייסלט די וואקסנדע אידישע געמיינדע אין קאסאבלאנקא, אויס מורא אז דאס איז א צייכן פון באהאלטענעם אנטיסעמיטיזם, און די לאקאלע אויטאריטעטן האבן דאן פארשפראכן פארשטערקערטע שוץ אין די אידישע געגנטער.
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער פארשוין רערהעי האט געארבעט אלס געהילף אינעם היים פון דער אידישער פאמיליע, און האט געוואלט בארויבן די פאמיליע נאכ'ן זיי דערמארדן, נישט האבנדיג דערביי קיין שום אנטיסעמיטישע מאטיוון, נאר ביליגע רציחה און גניבה.
ד'א
מאנטאג יוני 05, 2017 12:22 pm#29
Re: אידישע נייעס
פראנצויזישע אידן האבן רעאגירט מיט אויפברויז, נאכדעם ווי ס'איז באריכטעט געווארן אז דער מוסולמענער פארשוין, וועלכער האט מיט עטליכע וואכן צוריק דערמארדעט קאלטבלוטיג א אידישע פרוי, וועט מעגליך בכלל נישט אויסשטיין קיין פראצעס.
דער פארשוין האט דערמארדעט די פרוי שרה חאלימי הי"ד, וועלכע איז געווען א באקאנטע לאנגיעריגע לערערין אין א לאקאלער אידישער שולע, אין א ברוטאלער אטאקע דורכ'ן איר אראפשטופן פון א הויכער געביידע, אבער די ריכטער זאגן אז די לויערס פונעם פארשוין האבן געברענגט קלארע באווייזן אז דער פארשוין ליידט אויף גייסטישע קרענק און איז נישט געווען מיט אלעמען בשעת'ן דורכפירן די אטאקע, וואס דעריבער וועט ער מעגליך גיין פריי און נישט אפילו ווערן פראצעסירט, ווייל מ'קען נישט אויפווייזן אז ער האט דאס געטאן טאקע מיט'ן באוואוסטזיין אומצוברענגען די פרוי.
ד'א
דינסטאג יוני 06, 2017 11:58 am#30
Re: אידישע נייעס
א פרישער באריכט, וואס די רעגירונג אין ארגענטינע גרייט זיך ארויסצוגעבן, וועט צייגן קלאר אז דער אידישער פראקוראר אלבערטא ניסמאן איז דערמארדעט געווארן.
ניסמאן איז געפונען געווארן נישט לעבעדיג אום יאנואר 18, 15', איין טאג בעפאר ער האט זיך געגרייט אויפצודעקן שאקירנדע דעטאלן איבער דער ראלע וואס די ארגענטינער רעגירונג האט געשפילט צו פארדעקן די שולדיגע אינעם באמבארדירונג אויפ'ן אמיא אידישן צענטער אין יאר 994'.
די אויטאריטעטן און פאליציי האבן אריגינעל געזאגט אז ניסמאן איז באגאנגען זעלבסטמארד אין זיין אפארטמענט צוליב דעם דרוק וואס די אויספארשונג האט אויף אים געברענגט, אבער דער פרישער באריכט וואס די דזשאנדארמארי, די העכסט ראנגיקע ארגענטינע פאליציי אויטאריטעטן, גייען ארויסגעבן, צייגט קלאר אז ניסמאן איז דערמארדעט געווארן.
ד'א
דאנערשטאג יוני 08, 2017 11:38 am#31
Re: אידישע נייעס
א ניו יארק סטעיט אפעלאט געריכט האט געאורטיילט אז דער הייליגער מנהג כפרות איז באשיצט דורך דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע און קען נישט אפגעשטעלט אדער בלאקירט ווערן.
דערמיט האט דער סטעיט אפעלאט געריכט ווידערהאלט אן אורטייל וואס א נידריגערע סטעיט געריכט האט שוין געהאט ארויסגעגעבן א צייט צוריק, ארויסווארפנדיג די טענות פון אנטיסעמיטישע צער-בעלי-חיים גרופעס, וועלכע האבן פארפירט אז דער מנהג ווערט דורכגעפירט מיט פארלעצונגען פון באשעפעניש-וואוילזיין געזעצן און סאניטאציע-ריינקייט געזעצן.
די גאנצע אנקלאגע קעגן דעם מנהג כפרות האט געשאפן א שטארקע אנגעצויגנקייט ביי אידישע איינוואוינער אין ניו יארק סיטי אין די לעצטע צוויי יאר, ווען עס האט געשוועבט אן ערנסטער געפאר אז א געריכט זאל בלאקירן דעם הייליגן מנהג, אבער אצינד האט מען געהערט פון נאך א געריכט אז ס'איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן לויט דער קאנסטיטוציע, צוליב רעליגיע פרייהייט, און עס קען נישט בלאקירט ווערן.
ד'א
מאנטאג יוני 12, 2017 1:54 pm#32
Re: אידישע נייעס
א פרוי איז פאראורטיילט געווארן צו פינף יאר טורמע נאכ'ן מאכן טויט סטראשונקעס צום פאטער פון א אידיש יונגל וועלכער איז אומגעקומען ביים סענדי הוק שיסעריי אין יאר 12'.
די פרוי ל. ריטשארדס פון פלארידע האט זיך עטליכע מאל פארבינדן מיט דער פאזנער פאמיליע, די עלטערן פון נח פאזנער ע"ה וועלכער איז געווען צווישן די אומגעקומענע עלעמענטערי סקול קינדער אין סענדי הוק, קאנעטיקוט, און ריטשארדס האט געזאגט פאר דער פאזנער פאמיליע אז די גאנצע סענדי הוק שיסעריי האט קיינמאל נישט פאסירט.
די קאנספיראציע אז די שיסעריי איז געווען פאלש און אונטערגעשטעלט דורך דער רעגירונג, איז גאר פאפולער ביי אנטיסעמיטישע און עקסטרעם-רעכטע באנדעס, און די פרוי ריטשארדס האט געזאגט פאר'ן טאטן פון נח ע"ה אז ער גייט שטארבן, ווייל ער העלפט די רעגירונג פארקויפן א ליגנט איבער דער סענדי הוק שיסעריי.
ד'א