הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם התענוג » האט איר שוין אויסגעפאסט?

האט איר שוין אויסגעפאסט?

12 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #604
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג אוגוסט 14, 2016 9:44 pm#1
האט איר שוין אויסגעפאסט?
יא? אויף וואס?
מיר האבן אויסגעפאסט אויף די וויין פון הבדלה, אוי איי לאמיר רעדן פון גוטע זאכן...
זונטאג אוגוסט 14, 2016 11:06 pm#2
Re: האט איר שוין אויסגעפאסט?
מיר האבן אויסגעפאסט אויף די גרעיפדזשוס געמישט מיט וויין פאר הבדלה. גוטע זאכן דאס

נאכדעם האבן מיר געמאכט א מזונות אויף א סלייס טשאקלעד באבקע, אומגעפער א דרייפערטל אינטש ברייט, נאכפאלגענדיג מיט א שמעלערע. דאן האבן מיר געמאכט א ב״פ העץ אויף מאנגאו, און א ב״פ האדמה אויף וואסער מעלאונע. נאך א נאך ברכה (נישט פארגעסן צו דערמאנען על הגפן ב״ה) האב איך אנגעטאן די שיך און ארויס צו קידוש לבנה און געזאגט ברוב עם בס״ד.

צוריק קומענדיג אהיים האבן מיר זיך געזעצט צום טיש און געגעסן ״בראפער״... די מעניו איז געווען, פרישע וועזשטעבל סאלאט (קיוקאמבער, טעמעיטע, רויטע פעפער, צוויבעלע מיט אויל, זאלץ און שווארצע פעפער), ווארעמע אייער שפייז, היימישע אוואקאדאו סאלאט (עס האט קיוקאמבער, צוויבעלע מיט אייער און אביסל אויל און זאלץ), טונא סאלאט און אמעריקאנע טשיז. מיר האבן גענומען (אויסער די אייער שפייז און וועזשטעבל סאלאט) פון די אוואקאדאו סאלאט און אמעריקאנע טשיז. נאכדעם האבן מיר געטרינקען א ווארימע קאווע און געבענטשט. נאכן אביסל קומען צו זיך און מסדר זיין דאס הויז אביסעלע גיימיר זיך יעצט לייגן מיט האפענונג אז קומענדיג יאר וועלן מיר האלטן ביי א מוצאי יום טוב נאכן זינגען דעם גאנצן קינות׳ל מיט שמחה, בביאת גואל צדק בב״א.
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:47 pm#3
Re: האט איר שוין אויסגעפאסט?
און האב אלעמאל געמיינט אז מיין מיינונג איז א דארע שלאנקע אינגערמאן...

"בראפער" :D
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:50 pm#5
Re: האט איר שוין אויסגעפאסט?
אין מיר פיט נישט אזא סעודה... המממ אפשר יא? נע, כ'וויל נישט טרייען...


כבר כאפטי מלפנים ומשו"ה לאכטי
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:34 pm#7
Re: האט איר שוין אויסגעפאסט?
עה, די שפייאכץ וואס רינט אראפ על פי מידותיו באשטעטיגט מיין פארדאכט...
און מיינסט איך זע נישט דיין שמיציגע העמעד און די ציצית וואס איז אויך נישט געווארן אפעשוינט, דאס געשעהט נישט ווען מען איז נאר טועם...
מיטוואך אקטאבער 05, 2016 9:33 pm#11
Re: האט איר שוין אויסגעפאסט?
האמיר שוין אויסגעפאסט (א מזל פאר מיין ווייב...)

מיינונג, ס'הייסט שוואכע השגות?
מיטוואך אקטאבער 05, 2016 10:08 pm#12
Re: האט איר שוין אויסגעפאסט?
קעגן די השגות וואס מיר האבן משיג געווען מוצאי תשעה באב, דאן איז געווען גדלות המוחין...
אויסגעפאסט אויף א גלעזל מי פירות, נאכדעם האב איך געגעסן אפאר סלייסעס קאוקאש קעיק פון וואס דער משמש האט צוגעגרייט. אינדערהיים האב איך באקומען א טעלער זופ (צומאלענע וועדזשטעיבלס) און שיריים פון די סעודות...