טעראר אין אפגאניסטאן

6 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #607
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 12:46 pm#1
טעראר אין אפגאניסטאן
א אמעריקאנער יונעווערסעטי אין קאבול אפגאניסטאן איז אונטער טעראריסטישע פייער ווען זיי האבן געשטורעמט די קאמפלעקס מיט אוסגעשטרעקטע ריוואלווער אין א מבול פון קוילן אין אלע ריכטונגען, וואס האט דערווייל געקאסט 7 לעבנס און גאר אסאך פארוואונדעטע, איינער פון די פארוואונדעטע איז איידענטיפיצירט אלס א AP ריפארטער.

א ריפארטער האט געטוויט, "העלפ! מיר זענען סטאק, דאס קען זיין מיין לעצטע טוויט".
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 12:15 pm#3
Re: טעראר אין אפגאניסטאן
איבערפאל אויף אמעריקאנער יוניווערסיטי אין קאבול

קאבול - א גרופע טעראריסטן האבן דורכגעפירט נעכטן א טויטליכע איבערפאל אויף די אמעריקאנער יוניווערסיטי אינעם אפגאנער הויפטשטאט קאבול. די טעראריסטן האבן דורכגעפירט א שטארקן אויפרייס אינדרויסן פונעם יוניווערסיטי און דאן געשטורעמט די געביידע און אנגעהויבן שיסן. אלעס אינאיינעם זענען 12 אומגעקומען, אריינגערעכנט 7 סטודענטן, 3 פאליציי אפיצירן און 2 סעקיוריטי וועכטער. 44 זענען פארוואונדעט געווארן. די פאליצייי האבן געברענגט אן ענדע צו די אטאקע ביים דערשיסן און אומברענגען 2 טעראריסטן.

קה"א
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 6:35 pm#4
Re: טעראר אין אפגאניסטאן
טעראר אטאקע אויף אמעריקאנער אוניווערסיטעט אין קאבול לאזט איבער 12 טויט

א מאסיווע טעראר אטאקע איז נעכטן פארגעקומען אין די אמעריקאנער יוניווערסיטי אין קאבול, אפגאניסטאן וואס האט איבערגעלאזט טויט 12 מענטשן אריינגערעכנט 7 סטודענטן. די אטאקע האט זיך אנגעהויבן אין די פארמיטאג שעה'ן ווען 2 באוואפנטע טעראריסטן האבן פארכאפט די געביידע און גענומען משכונות.

די טעראריסטן האבן זיך באנוצט מיט אויפרייס מאטריאל און אנגעזייט שרעק און פאניק אין די קעמפוס, זייער ציהל איז געווען צו נעמען משכונות, און זיי האבן באלד ביים אריינקומען געהרג'ט דעם זיכערהייטס וועכטער, די סטודענטן האבן זיך איינגעשפארט אין די העכער שטאקן, און אין די אונטערשטע שטאקן האבן די זיכערהייסט כוחות געפירט שלאכטן מיט די טעראריסטן.

די אוניווערזיטעט איז א שטארקע אמעריקאנער כח אין קאבול, מיט טויזנטער סטודענטן וואס לערנען אין א אינסטיטוציע געשטיצט דורך אמעריקע, און איז שוין עטליכע מאל געווען א ציל פון טעראריסטן, מיט בלויז צוויי וואכן צוריק איז ביי די זעלבע אוניווערזיטעט געשעהן א קידנעפינג, ווי צוויי פראפעסארן, אן אמעריקאנער און אויסטראלישער, זענען אומגעכאפט געווארן דורך טאליבאנער טעראריסטן און זייער גורל איז אומבאקאנט. גייענדיג צום נדרוק זענען פארהאן באריכטן אז די טעראריסן האלטן א משכון אינעם קאמפלעקס פונעם אוניבערסיטעט און די סיטואציע בלייבט אומקלאר.

JP