הויפט זייט » שלום עליכם » ברוכים הבאים צו "דער קרעטשמע" » הכרת הטוב. ניקס וואס העלפן בויען דער קרעטשמע.

הכרת הטוב. ניקס וואס העלפן בויען דער קרעטשמע.

17 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #609
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג אוגוסט 28, 2016 10:22 pm#1
הכרת הטוב. ניקס וואס העלפן בויען דער קרעטשמע.
בורך השם לעצטנס ווירבלט 'דער קרעטשמע' (רעלאטיוו..) מיט אביסל מער טרעפיק, און ווי פארשטענדליך איז דאס בלויז צו פארדאנקען די ניקס וואס קומען אריין און לאזן איבער איינס צוויי תגובות להנאתם און איינוועגס איז עס לטובת הקרעטשמע ולתועלת גדול אז די קרעטשמע זאל ווערן אקטיוו צוביסלעך און אויסשטיייגן פאר א געשמאקע היימישע פארום לשם ולתפארת.

מיר אידן ווייסן אז הכרת הטוב איז א שטארקע יסוד פון א איד און פון א מענטש בכלל צו אנערקענען ווען איינער טוט אים א טובה אדער ער באשטייערט עפעס פארן כלל פון וואס מיר האבן הנאה, גיבט מען אפ א הכרת הטוב.

אט דאס ווילן מיר ערייכן מיטן גרינדונג פון דיזע אשכול, נעמליך צו גיבן חיזוק און אנערקענונג פאר די ניקס וואס גיבן צושטייער אינהאלטרייכע תגובות פאר די געבוי פונעם קרעטשמע.

ואם נפשך לומר 'פאר דעם איז דאך די "באדאנק" קנעפל אינסטאלירט געווארן אין קרעטשמע עס דינט גענוי די צוועק', זאג איך דיר אז ניין בעוד כברת... כ'מיין... די באדאנק קנעפל איז געמאכט צו באדאנקען א ספעציפישער תגובה פון וואס דער באדאנקער האט ספעציעל הנאה געהאט, ווידער די אשכול איז א אלגעמיינע הכרת הטוב אשכול פאר די וואס שרייבן עטוואס מער ווי 'אמאל אמאל' אין קרעטשמע... און באשיינען די קרעטשמע מיט תוכן'דיגע תגובות.

האפנטליך וועט דאס גיבן מוט און חיזוק פאר די "בוני הקרעטשמע".

וכאן המקום צו בעטן (ספעציעל פון די ניקס וואס האבן געשטימט "איך טו וואס איך קען אז עס זאל אנגיין"...) אז יעדע ניק וואס האט הנאה פון ס'פלאץ זאל זעהן צו אריינקומען ווייניגסטנס "צוויי מאל א וואך" און שרייבן איינס צוויי תוכנ'דיגע תגובות, ואין שיעור למעלה, און מיט די כוח הרבים נעשה ונצליח בעזהשי"ת להעמיד הקרעטשמע על תילה עס זאל אויסשטייגן פאר א גאר געשמאקע און עקטיווע פלאץ.
זונטאג אוגוסט 28, 2016 10:23 pm#2
Re: הכרת הטוב. ניקס וואס העלפן בויען דער קרעטשמע.
ברם זכור אותו האיש לטוב "מיין מיינונג" וואס ברענגט אריין א געשמאקע גייסט אין קרעטשמע מיט זיינע געשמאקע תגובות.
זונטאג אוגוסט 28, 2016 10:26 pm#3
Re: הכרת הטוב. ניקס וואס העלפן בויען דער קרעטשמע.
שלומיאל, מיט א 'געשמאקע אפדעיט' צו זיין 'תגובה פראסעסער'... גיבט אסאך צו צום קרעטשמע.

נייעס, קומט אויך אריין פון צייט צו צייט שלא יבש המעיין.
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 10:47 am#5
Re: הכרת הטוב. ניקס וואס העלפן בויען דער קרעטשמע.
יאפ, "בולעטין" קומט אויך א דאנק פאר זיין באשטייערונג צום קרעטשמע.
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:17 am#6
Re: הכרת הטוב. ניקס וואס העלפן בויען דער קרעטשמע.
און יאהאן איז ממש דער מלך הבונים!

נישטא קיין ווערטער וואס דו טוסט אלס פאר די בליה און פראכט און עתיד פונעם קרעטשמע

שרייטס אלע יחי אדונינו המלך יאהאן יחי!
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:38 am#8
Re: הכרת הטוב. ניקס וואס העלפן בויען דער קרעטשמע.
און אויב וועלן מיר זוכה זיין אז איבערלעבער וועט זיך דרייען דא ווי אמאל זענען מיר אין גוד שעיפ!
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:42 am#9
Re: הכרת הטוב. ניקס וואס העלפן בויען דער קרעטשמע.
אמת
און אויב וועלן מיר זוכה זיין אז מיין מיינונג וועט זיך דרייען דא ווי אמאל זענען מיר אין גרעיט שעיפ!...
מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:16 pm#10
Re: הכרת הטוב. ניקס וואס העלפן בויען דער קרעטשמע.
שעפעלע, מאכט לעצטנס פיינע פראגרעס... ש'כח, קיפ איט אפ!
מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:38 pm#11
Re: הכרת הטוב. ניקס וואס העלפן בויען דער קרעטשמע.
wow wow
איך האב די זכי' צי באקימען א קאמלעמענט
פין יאהאן אליין

מיין לייק קנעפל ארבעט נישט :(
זונטאג מאי 14, 2017 3:41 pm#12
Re: הכרת הטוב. ניקס וואס העלפן בויען דער קרעטשמע.
שעפעלע גייט אן מיט 2000 פערדן קראפט!

שרייט אלע "ש'כח שעפעלע"!!!
מיטוואך מאי 17, 2017 12:28 am#13
Re: הכרת הטוב. ניקס וואס העלפן בויען דער קרעטשמע.
א גרויסע ישר כח שעפעלע פאר דיינע געשמאקייט צום קרעטשמע
מיטוואך מאי 17, 2017 12:42 am#14
Re: הכרת הטוב. ניקס וואס העלפן בויען דער קרעטשמע.
גם אני מצטרף בחמימות. עבודתך הקדושה ניכרת מבין דופני המרזח. תמשיכו ביתר שאת ויתר עוז!
החותם בשמחה עזה וחזקה "האולי סמאוק"
מיטוואך מאי 24, 2017 2:24 pm#16
Re: הכרת הטוב. ניקס וואס העלפן בויען דער קרעטשמע.
האסטו געהערט אזאנס א גרויסן דאנק צו אייער ארבעט
איר געט אסאך צו צום מקום.
מיטוואך יולי 26, 2017 11:39 am#17
Re: הכרת הטוב. ניקס וואס העלפן בויען דער קרעטשמע.
לעצטנס איז דא אנגעקומען א נייע ניק ''וקנאי'' שמו וואס איז שטארק אקטיוו אין גיט אסאך צו, ביידוועי איז ער טאקע א היפשע קנאי לויט די תגיבות וואס ער האט געשריבען ביז אהער אבער ס'שאדט נישט ווייל ער שרייבט גאנץ פיין אין ער ברענגט אויך פרישע טעמעס אין פרישע איפארמעשען צום טיש, א גרויסן שכח!!!