Re: הילערי קלינטאן גע'חלש'ט ביי 9/11 מעמאריעל
קריטיק אינערהאלב די פארטיי איבער קלינטאנ'ס האנדלונג מיט איר געזונט אישו
די וועג וויאזוי הילערי קלינטאן און איר קאמפיין האבן באהאנדלט די אינפארמאציע איבער איר געזונט צושטאנד איז געקומען אונטער אסאך קריטיק, אפילו אינערהאלב די דעמאקראטן, דער הויפט פון אבאמא'ס 2008 קאמפיין און שטאב מיטגליד דעיוויד אקסעלראד האט אין א טוויט געשריבען "איר לונגען אנטצינדונג וועט זיך אויסהיילן אבער די צוטרוי פון די פאבליק נישט" און אזוי אויך אנדערע דעמאקראטן זענען ארויסגעקומען מיט ענליכע קאמענטארן. דאס איז געקומען נאכדעם וואס די ערשטע רעאקציע איז געווען אז זי איז "אויסגעטרינקט" און נאכדעם הערשט זענען זיי ארויסגעקומען אז זי האט א לונגן אנטצינדונג, און הילערי קלינטאן אליין האט זיך געשטעלט פאר די קאמערעס און געזאגט אז "זי שפירט זייער גוט"
אין א פרואוו צו פאררעכטן די שאדן וואס איז אנגעמאכט געווארן דורך די אינצידענט האט הילערי קלינטאן געזאגט אז זי וועט ארויסגעבן אירע העלט רעקארדס, און איר מאן דער געוועזענער פרעזידענט קלינטאן איז ארויפגעקומען אויף די נייעס קאנאלן צו רעדן אפן איבער אירע געזונט פראבלעמען. ביל קלינטאן האט אבער מעגליך געמאכט די מצב מער קאמפליצירט ווען ער האט געזאגט אז "עטליכע מאל" איבער די לעצטע יארן האט פאסירט די זעלבע זאך אז זי איז געווארן "דיהיידרעיטעד" נאכדעם וואס הילערי קלינטאן אליין האט געזאגט אז עס איז געשען "בלויז צוויי מאל" עס איז נישט קיין דירעקטע סתירה אבער די פאקט אז ביל האט געזאגט אז עס האט פאסירט עטליכע מאל ברענגט אויף די פראגע אויב עס איז טאקע געווען עטליכע מאל.
צו קען קלינטאן ערזעצט ווערן? און וויאזוי?
א אינטרעסאנטע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט נעכטן אין אהייא ווען ביי א ראלי האט דער געוועזענער דעמאקראטישע גאווערנער טעד סטריקלער אויסגעלויבט קלינטאן'ס מיטלויפער טים קעין אלס א "וואונדערליכע מענטש צו זיין וויצע פרעזידענט, און אויב עס פעלט אויס אויך פרעזידענט" דאס ברענגט אויף שפעקולאציעס אויב עס קאכט זיך א פלאן אין די דעמאקראטישע פארטיי צו ערזעצן זייער קאנדידאט.
עס מאנגלט נישט קיין בעסערע קאנדידאטן ווי קלינטאן, דשאו ביידען טוט לויט אלע אנקעטעס גאר גרינג באזיגן טראמפ, און אפילו בערני סאנדערס אדער עליזאבעט ווארען וועלן גרינגער באזיגן טראמפ ווי קלינטאן. און עס איז גאר מעגליך אז פילע הויכראנגיקע שישקעס אין די פארטיי טראכטן פון א מעגליכקייט צו ערזעצן קלינטאן מיט א בעסערע קאנדידאט וואס וועט באזיגן טראמפ, און אזוי אויך אויב איר געזונט צושטאנד איז טאקע נישט אין ארדענונג אזוי ווי פילע מענטשן שפעקולירן, דאן וועט די פארטיי מוזן אויפקומען מיט א פרישע קאנדידאט. די פראגע איז נאר וואס איז די לעגאלע פראצעדור? און צו קען מען עס נאך בכלל טוהן יעצט ווען מען הייבט שוין כמעט אן די פריהצייטיגע שטימען?
לויט די קאנסטיטוציע פון די דעמאקראטישע פארטיי קען די "נאציאנאלע דעמאקראטישע קאמיטע" ערזעצן דעם קאנדידאט ביי א קאמיטע מיטינג פאררופן דורך די טשעירמאן, און אריינשטעלן דער וואס באקומט די רוב פון די שטימען פון די וואס באטייליגן זיך ביי די זיצונג, אבער דאס איז נאר מעגליך אויב הילערי אליין זאגט זיך אפ, און דאן קען די פארטיי אריינשטעלן וועמען זיי ווילן, און עס וועט ווארשיינליך נישט זיין טים קעין, נאר אזא פיגור ווי דשאו ביידען וואס איז גאר פאפולער אינערהאלב די פארטיי און בכלל. דערווייל איז דאס אלעס בלויז שפעקולאציעס, אבער אין אזא מאדנע וואל סעזאן איז אלעס מעגליך.
ביל קלינטאן און אבמא קאמפיינען פאר קלינטאן מיט איר אפוועזנהייט
נאכדעם וואס עס זענען ארויסגעקומען פרישע אנקעטעס וואס צייגט אז קלינטאנ'ס אויבערהאנט אין פענסילוועניע האט זיך שטארק פארשמעלערט האט די קלינטאן קאמפיין אהינגעברענגט זייער שטערקסטע וואפן, פרעזידענט אבאמא וועלכע איז באקאנט מיט זיין אראטארישע קראפט און גוטע קאמפיין טאלאנטן, מיט די האפענונג אז ער וועט צוריק אריינבלאזן א פייער אין די פארשלאפענע און קריזיס-געפלאגטע קלינטאן קאמפיין, עס קומט אין א צייט וואס היינט איז ארויסגעקומען פרישע גאר פאזיטיווע נייעס איבער די עקאנאמישע צושטאנד אין אמעריקע, און אבאמא האט אויסגענוצט דעם פאדיום צו אונטערשטרייכן די גוטע נייעס און צוגעלייגט "איך ווייס רעפאבליקאנער האבן נישט ליב צו הערן קיין גוטע נייעס, אבער די עקאנאמיע האלט ביי א רעקארד, א דאנק אבאמא" האט ער צוגעלייגט מיט א שמייכל. ער האט דאן געזאגט אז קלינטאן וועט קענען אנהאלטן די פראגרעס און געווארנט איבער די קאנסעקווענצן פון א טראמפ פרעזידענטשאפט זאגנדיג אז "טראמפ זאגט יעדן טאג זאכן וואס מאכט אים אומפעיג צו זיין פרעזידענט".
JP