הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » היכל ה'קרעטשמע » א בקשה פון א צוקונפטיגער מת

א בקשה פון א צוקונפטיגער מת

4 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #619
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 10:49 am#1
א בקשה פון א צוקונפטיגער מת
ווי ס'איז איינגעפירט אין די היינטיגע סאושעל מידיא וועלט, ווי נאר ס'ווערט באריכטעט איבער עמעצענס פטירה שאפט מען זיך פון ערגעץ ווי א בילד פון אים, און מ'שיקט עס ארום איבעראל אז אט דער און דער מענטש איז שוין אויפן עולם האמת, די בלוט אין זיינע אדערן האבן אויפגעהערט פליסן, זיין הארץ האט אויפגעהערט קלאפן, זיינע פולסן זענען ווי פארשטייפט געווארן, און זיין אטעם האט זיך אפגעשטעלט.

אזוי ווי דער שרייבער פון די דאזיגע שורות איז איינע פון די מענטשן וואס גייט נאכן גרייכן די 120 בעז"ה זיין אינעם זעלבן פעקל, ס'וועלן קומען אפאר פעסטע חברה קדישא לייט און מיר איינטונקען (טובל'ן) אין א קאלטע מקוה, מיר איינפאקן מיט די תכריכים, אנטון ס'קיטל, איינוויקלען אינעם טלית, און אריינלייגן אינעם שמאלן לענגלכדיגן האלצערנעם באקס המכונה ארון, און מיר פירן צום בית עלמין ווי מ'וועט מיר אריינלייגן אין א טיפן גרוב ווי ס'דרייען זיך פיל מיט קריכעדיגע, מ'וועט מיר צודעקן מיט זאמד און שטעלן א ווייסן שטיין צוקאפנס, ווי איך וועל דארט פארפוילט ווערן ביז ס'וועט קומען משיח'ס טאג און האפענטליך האבן די זכי' צוריק אויפצושטיין לתחית המתים.

בעט איך אייך פון פאראויס טייערע קרעטשמעריסטן, פון מיר זאלט איר ביטע נישט לייגן קיין בילד, נישט דא און נישט אויף קיין שום אנדערע פלאץ, איך שלומיאל האב ליב פרייוועסי און איך וויל נישט אז איר זאלט לייגן א בילד פון מיר, און בכלל פעלט נישט אויס צו שרייבן וויפיל קינדער איך האב איבערגעלאזט, ווער זענען די זון און ווער זענען די איידעמער, אויך זאל ענק נישט אנגיין ווילאנג איך האב זיך געמוטשעט, אויף וואס איך האב געליטן, און ווי אלט איך בין געווען, נישט גענוג וואס איך שטארב נעבעך אפ דארף איך נאך ליידן בושות און זיין די געשפרעך פון טאג?


א שרעקעדיגע ארטיקל???
אבער בעל כרחך אתה חי ועל כרחך אתה מת, מיר אלע דא אין קרעטשמע גייען איין טאג אנקומען אויפן זעלבן פלאץ... און איך גלויב אז יעדער פון דא וואונטשט זיך די זעלביגע אז ער זאל נישט ווערן פאבליק.

ס'איז יעצט חודש אלול ס'איז צייט תשובה צו טון, אויב האט איר געכאפט א התעוררות תשובה דורך דעם נוצט עס שוין יעצט אויס צום גוטן, נאך פאר איר ווערט אפגעקילט, און בד"וו איר גייט סיי ווי ווערן פאבליק, ס'וועט אייך גארנישט העלפן.

אבער אזויפיל ליגט יא אין אונזער הענט צו טון, אז מיר זאלן מרבה זיין במצוות ומעשים טובים, אזוי אז ווען מ'וועט רעדן פון אונז אויף סאושל מידיא לאחר מאה ועשרים שנים זאל מען כאטש קענען שרייבן גוטע זאכן.


---


וועמענס קושקעס דרייען זיך שוין?
:mrgreen:
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 1:21 pm#2
Re: א בקשה פון א צוקונפטיגער מת
הו... דער יזכיר לו יום המיתה מיט אלע פארבן! קיינער באקומט נישט קיין עקזעמפשאן פון דעם טויט! ימיו כצל עובר כענן כלה וכרוח נושבת וכו'

איינוועגס ארויפגעברענגט א גאר שטארקע און פארווייטאגטע ענין וואס דארף אדרעסירט ווערן.
דאס אפירקראצן בילדער און אינפארמאציע פון איינער וואס זיין קאנטראקט מיטן גוף האט עקספייערט און האט באקומען דעם טיטל 'נפטר' אפגעזען צו ס'איז לפי כבודו צו נישט (וד"ל...) איז א נידריגקייט און א שטארקע עוולה און האט מיט מענטשליכקייט און געפיל צו די פארווייטאגטע משפחה קנאפע שייכות.
עס פרעגט זיך די פראגע: ווען ער איז געווען ביים לעבן האט דיר נישט אינטרעסירט זיין וואוילזיין און האסט אים נישט אפי' געוואלט קענען, אלל אוו עי סאדן ווען ער שטארבט ווערסטו גלייך א געשולטע ריפארטער און א געלערנטע אויספארשער וואס גייט נאך, גריבלט, פארשט, און זיכט בילדער און סיי וואס פאר א פאסירונג וואס האט אנטהאלטן די נאמען פונעם נפטר און אן טראכטן איין מנוט פון די צער און ווייטאג וואס דיין קומענדיגע שריט וועט פאראורזאכן ווערט די אויבן דערמאנטע גע'וואטסעפפ'ט און גע'סאשעל מידיע'ט על ארבע קצווי תבל, איז דאס נארמאל? איז דאס וואס פאסט פאר בני אברהם יצחק ויעקב???



שלומי, כ'בין נארוואס געוואר געווארן דורך א ארטיקל אויף "קרעטשמע.ארג" אז דו האסט א טאלאנט צו שרייבן און פיין אראפלייגן א מצב...
גיי אן! שרייב נאך! אידן האבן הנאה!
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 8:30 pm#3
Re: א בקשה פון א צוקונפטיגער מת
אייגענטליך, פארוואס זאל אַרן איינעם אז מ'וועט אים באשרייבן נאכן טויט?

מילא ווי לאנג מ'לעבט נאך, לעבט מען דאך אין אן עולם השקר, איז מען פארנומען מיט וואס יענער שרייבט אויף דיר. אבער לאחר מאה ועשרים, אז מ'איז שוין אויפן עולם האמת, וואס האט מען זיך צו טון צו מאכן פון די נארישקייט פון די וועלט?!
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 8:47 pm#4
Re: א בקשה פון א צוקונפטיגער מת
אמת, א מענטש פאר זיך קען זיין דארף עס נישט אנגיין אויב ווייסט ער אז עס איז נישט דא קיינע שמועות אדער בילדער פון אים מיט וואס זיינע דורות וועלן זיך דארפן שעמען, אבער דער וואטסעפ שיקער וואס ניצט נישט דאס ביסל שכל וואס דער באשעפער האט אים געגעבן פאר אט די צוועק און ער שיקט ארויס א בילד וכדומה וואס איז נישט דווקא לפי כבוד הנפטר דער פארשעמט דאך דעם מין האנושי מיט זיינע קינדערישע מעשים.

ועל זה היה דווה לבו של שלומיאל.