מעגליכע טעראר אויפרייסן טרייסלען ניו יארק און ניו דזשערסי
ניו יארק. – קאונטער-טעראריזם באאמטע האבן אויסגעדריקט ערנסטע זארג איבער א מעגליכע פרישע כוואליע פון אייסיס-אינספירירטע טעראר אטאקעס אויף דעם אמעריקאנער באדן, נאכדעם וואס נעכטן שבת האבן פאסירט צוויי אויפרייסן, און טראץ וואס ס'זענען נישטא קיין באווייזן אז די צוויי אויפרייסן זענען פארבינדן, איז אבער דא א שטארקע מעגליכקייט אז די אויפרייסן זענען דורכגעפירט געווארן דורך אייסיס סימפאטיקער.
דער ערשטער אויפרייס האט פאסירט שבת אינדערפרי אין סיעסייד, ניו דזשערסי, אין א געגנט וואו עס האט געזאלט פארקומען א מארש אין עהרע פון אמעריקאנער מארינס (ים-סאלדאטן). די באמבע, וואס איז געווען צוזאמגעשטעלט פון עטליכע קליינע פלעשל-באמבעס, האט אויפגעריסן אין א מיסט קאסטן, אבער קיינער איז נישט פארוואונדעט געווארן. די עף-בי-איי האט באשטעטיגט אז אירע אגענטן זענען פארמישט אין דער אויספארשונג, און מען גלייבט אז עס איז אונטערגעשטעלט געווארן דירעקט צו שטערן דעם מארש, הגם קיין פארדעכטיגטע זענען נאכנישט אידענטיפיצירט געווארן.
דער צווייטער אויפרייס האט פאסירט ארום 8:30 אין דער טשעלסי געגנט אין מאנהעטן, פארנט פונעם אדרעס 131 וועסט-23'סטע סטריט, ווען עס האט אויפגעריסן א באמבע באהאלטן אין א מיסט קאסטן. שטיקער גלאז פון פענסטער פון געשעפטן און אויטאס זענען געפלויגן אויף אלע זייטן, און פארוואונדעט אזויפיל ווי 29 מענטשן. דער נייער ניו יארק סיטי פאליציי קאמישאנער, דזשעימס אניעל, האט אבער באשטעטיגט אז רוב פארוואונדעטע האבן געליטן בלויז מילדע שניטן און צעקראצענישן, און בלויז איינער ווערט באהאנדלט פאר מעגליכע ערנסטערע וואונדן.
א מאסיווע לאו-ענפארסמענט רעאקציע איז געלאזט געווארן אין גאנג אלס רעזולטאט פון דעם אויפרייס אין מאנהעטן, און אויך פעדעראלע אגענטן העלפן צו עס אויסצופארשן. מעיאר ביל דעבלאזיא האט נעכטן אינמיטן דער נאכט געגעבן אן עמוירדזשענסי פרעסע קאנפערענץ ביי דער סצענע פונעם ערשטן אויפרייס, וואו ער האט באשטעטיגט אז דער אויפרייס איז טאקע געווען פון אן אונטערגעשטעלטע באמבע, נישט קיין צופעליגער אויפרייס פון א גאז ליעק א.ד.ג., אבער דעבלאזיא האט אין דער זעלבער צייט אויך געזאגט אז דערווייל זענען נישטא קיין באווייזן אז ס'איז געווען א טעראר אטאקע.
גאנץ ניו יארק סטעיט אויף הויכן אלערט
אלס רעזולטאט פונעם אויפרייס אין מאנהעטן, האבן די ניו יארק סטעיט און סיטי באאמטע ארויסגעגעבן סטעיטמענטס, די איינוואוינער זאלן זיין אויף הויכן אלערט, הגם עס זענען נישטא קיין שום ספעציפישע געפארן אדער סטראשונקעס פון ווייטערדיגע אטאקעס. לענגאויס אלע פינף באראס אין דער סיטי האבן פאליציי אונטערגענומען פארשטערקערטע וואך, און גאווערנאר קאומא האט געזאגט אז אלע סטעיט אגענטורן קאנפערירן מיט די פעדעראלע אויטאריטעטן איבער די אנטוויקלענדע סיטואציע. נעכטן אינמיטן דער נאכט האט מען אויך געהערט באריכטן אז פאליציי האט געטראפן א צווייטע באמבע, וואס מ'האט אריינגעשיקט א ספעציעלן ראבאט דאס צו צענעמען.
טראמפ און קלינטאן רעאגירן צום אויפרייס
אויך די פרעזידענטליכע פאליטיק איז אפעקטירט געווארן פונעם אויפרייס אין ניו יארק סיטי נעכטן נאכט. מען האט געהערט קריטיק קעגן דאנאלד טראמפ וואס האט צו שנעל רעאגירט... טראמפ האט אויפגעטרעטן מיט א רעדע אין קאלאראדא, געציילטע מינוט נאכ'ן אויפרייס, וואו ער האט געזאגט פאר די פארזאמלטע אז א באמבע אויפרייס האט פאסירט אין מאנהעטן – טראץ וואס קיינער האט נאך דאן נישט געוואוסט אז עס איז געווען א באמבע. קלינטאן האט אדרעסירט דעם אויפרייס אין א סטעיטמענט צו זשורנאליסטן אויף איר קאמפיין פליגער, וואו זי האט געזאגט, שוין נאך דער באשטעטיגונג פון דעבלאזיא אז ס'איז געווען א באמבע, אז זי שיקט איר סימפאטיע צו די אפעקטירטע און זי האט אראפגעריסן טראמפ פאר'ן רעאגירן בעפאר'ן וויסן די פאקטן.
דער איד