וכל כלי אשר אין צמיד פסול עליו טמא הוא!!!
איז וואס עס איז געשטאנען אויף די פלאקאטן ביי די פראטעסטן מדי יום ביומו פארנט פון די מהדרין-J&J הויפט קווארטיר, "א געהעריגער דעקל פאר די קאפאוטשינאוס!״ האבן די געשרייען זיך געהערטפון די ציושעטע המון פראטעסטירער. טאג נאך טאג, וואך נאך וואך און יאר נאך יאר גייען שוין אן די פראטעסטן, אבער זענען געפאלן אויף טויבע אויערן, די הארטנעקיגע בעלי בתים האבן זיך נישט געהאלטן ביים ברעכן, און האבן דווקא ווייטער פאבריצירט די צוקערדיגע ברוינע געטראנק מיט א אלומיניום-פּלאסטישע עפענונג אז דער קונה זאל דאס מוזן אויסזויפן אין איינמאל, און חס מלהזכיר נישט קענען אוועקלייגן א האלבע פאר מארגן. ״מארגן העסטו קויפן נאך איינס!״
נאך פילע יארן פון איבערמידליכע השתדליות פון אלע פראנטן, נאך צענדליגע מיטינגען פון די גרעסטע עסקנים אויף די ראט פון גדולי ישראל וואס האבן מסכים געווען אז דא ליגט דער לאָך הפרנסה ביים היימישן ציבור באגראבן, און די נאכאנאנדע ווידערשטאנד פון די בעלים, ווערט דער מיסיע ענדליך געקרוינט מיט א טיטל פון ״סוקסעספול״.
אלע אידישע משפחות זענען געכאפט געווארן אין שאק נאכן זען אומערווארטעט די מעלדונג פון די חשובע מהדרין-J&J פירמע אז זיי האבן זיך געבראכן און פון היינט און ווייטער וועלן די קאפאוטשינאוס, בלי נדר, פארמאגן א דערל וואס מען קען עפענען און צומאכן.
דאס איז אומצוויידייטליך א דירעקטע געווינס פאר פרעזידענט עלעקט דאנאלד טראמפ ירום קרנו וועלכע האט גענומען אויף זיך א מיסיע צו באקעמפען ״וועיסט״ און ״אביוז״, און טוט אומאויפהערליך מאכן מיטינגען מיט אלע גרעסערע קאמפאניס כדי צו פארבעסערן פאר יעדעם אמעריקאנער בירגער.
דער ציבור וואס האט מורא אז זיי וועלן חס וחלילה עס אוועקלייגן איבערנאכט און עס וועט ווערן ווערעמיג זאלן שנעל אריינכאפן און קויפן גרויסע קוואנטומען פון די אלטע אזוי פארפיינטע פלעשלעך, איידער עס לויפט אויס, און וועט נישט געזען ווערן נאר ווען גאלדען פלאו וועט אנהייבן לייגן די כּשר לפּסח קאווערס. קלוגע אינגעלייט לייגן יעצט אוועק עטליכענע פלעשלעך און וועלן עס פארקויפן אויף איבעי ווען די נאכפראגע וועט ווערן אומדערטרעגליך.
בילדער פון די פראטעסטן וועט יאהאן צוברענגען

jj.jpg