שטרייט צווישן בארא פארקע גראסעריס און היימישע אויסגאבעס!
שטרייט צווישן בארא פארקע גראסעריס און ארויסגעבער פון היימישע אויסגאבעס
ארום 35 גרעסעריס אין בארא פאק האבן ארויסגעגעבן א געמיינזאמע סטעיטמענט אז זיי וועלן אויפהערן פארקויפן היימישע צייטונגען און מאגאזינען, וויבאלד זיי פארדינען צו ווייניג אויף דעם, און עס פאדערט אסאך פלאץ און ארבעט צו אנהאלטן דעם סערוויס פאר די איינקויפער. די גראסערי אייגענומער זאגן אז פארקויפן צייטונגען איז א סערוויס וואס זיי זוכן צו געבן פאר די קליענטן, אבער וויבאלד די ארויסגעבער זוכן צו האלטן די פרייזן נידריגער ברענגט דאס דערצו אז די געשעפטן מוזן אויסגעבן געלט צו אנהאלטן די סערוויס.
אין די בריוו שרייבן די גראסעריס אז טראץ וואס אלע פרייזן זענען ארויף, צוליב א העכערונג אין רענט, און אין די מינימום געהאלט, איז אבער די פרייזן פון די צייטונגען געבליבן נידריג, און דאס מאכט זיי שאדן. אבער די צייטונגען, וועלכע פלאגן זיך צו פארקויפן גענוג קאפיס צו קענען אנגיין האבן זיך אנטזאגט צו העכערן די פרייזן.
דערווייל האבן אלע אויסגאבעס זיך פאראייניגט, און וועלן פארקויפן זייערע אויסגאבעס אין אלטערנאטיווע לאקאלן, אריינגערעכנט עטליכע גרעסעריס, ביז זיי וועלן אויסארבעטן א אפמאך מיט די גראסערי אייגענטומערס, אזוי אויך האבן די צייטונגען צוגעשטעלט 8 טראקס אין פארשידענע געגענטער אין בארא פארק, וועלכע דינען ווי צייטונג קיאסקן ביז די פראבלעם ווערט געלעזט.