רבי ישראל אבוחצירא ''באבא סאלי" זי"ע - ד' שבט תשמ''ד
ד' שבט געפאלט אויס די יארצייט פון דעם איש קדוש ומלאך אלוקי מרן רבי ישראל אבוחצירא, וואס ווערט אנגערופן דער ''באבא סאלי'' זי''ע. עס לאזט שווער גלויבן אין אז מיט 30 יאר צוריק האט געלעבט אזא הייליגער מאן צווישן אונז וואס זיינע אויגן האבן געזען פון איין עק וועלט ביז צום אנדערן. אויסער זיין גרויס קדושה איז ער אויך געווען א גאון מופלג בתורה ובקי נפלא בכל מכמני התורה. דער באבא סאלי איז געבוירן אין מאראקא, און נאכן פטירה פון זיין פאטער רבי מסעוד האט ער איבערגעונמען דאס רבנות אין שטאט ריסאני.
ער איז ארויף קיין ארץ ישראל אין יאר תשכ''ב לפ''ק און זיך באזעצט אין שטאט נתיבות. עס ווערט דערציילט אז זייענדיג אויפן שיף קיין ארץ ישראל האבן די וואסערן אנגעהויבן שטורעמען און עס האט געדראעט אומצואווארפן דעם שיף. א טומל האט אויסגעבראכן צווישן די פאסענדזשירן און זעענדיג דעם הייליגען מאן וואס געפינט זיך צווישן זיי האבן זיי אים געבעטן ער זאל עפעס טון כדי צו ראטעווען דעם מצב. דער הייליגער באבא סאלי האט ארויסגענומען פון זיין באגאדזש א בעכער וואס ער האט געהאט בירושה פון זיין זיידער דער אביר יעקב, ער האט דערין אריינגעגאסן וויין און געזיפט אביסל דערפון, דאן האט ער אריינגעגאסן דאס איבעריגע אין וואסער אריין, און וואונדער איבער וואונדער די וואסערן האבן זיך אפגעשטילט, און מען האט פארגעזעצט די רייזע אומגעשטערט.
נאך זיין פטירה ד' שבט תשמ''ד לפ''ק האט זיין זון ברא כרעיה דאבוהא רבי מאיר זי''ע איבערגענומען די מנהיגות. זיין קבר איז אין שטאט נתיבות און עס איז באקאנט אלס א תל תלפיות שהכל פונים שם. זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל