אלעס ארום העלטקעיר אין אמעריקע
עס איז שוין באלד אכט יאר וואס איז אמעריקע איז פארנומען מיט אבאמאקעיר, די היסטארישע געזעץ וועלכע האט באדייטענד טראנספארמירט די אמעריקאנע העלטקעיר סיסטעם. זינט איר אדורכפיר איז די געזעץ געווארן אן אינטערליגענדע טייל פון אלעס פאליטיק. פילצאליגע דעבאטעס אין שטיצע און אין קעגנערשאפט פון דעם געזעץ זענען שוין אין די צייט שוין אויסגעליפטערט געווארן איבער די פיל צאליגע קאמיוניקאציע מעדיאמס, פירנדיג צו די איבערגאנג פון צענדליגע פאליטישע בענקלעך פון איין פארטיי צו די אנדערע, צעאמפערנדיג פראקציעס אינערהאלב פארטייען און באשטייערנדיג צו די אויפשטייג פון צענדליגע נייע אויסניצענדע פאליטישע ארגעניזאציעס.
די רעכטע פליגל אין לאנד ריהט שוין נישט זינט יענעם טרויעריגן טאג ווען דער פארפיינטעטע שוואכלינג כוסעין אבאמא האט בייזווייליג מאסיוו געהעכערט די שטייערן פונעם אמעריקאנעם פאלק, זיי געהעכערט די פרימיומס, און פארלעצט זייער רעליגיעזע אנשויאונגען. זיי פארפירן שוין זינט דאן אז די געזעץ דארף אינגאנצן צוריקגעדרייעט ווערן, בחרב ובחנית, און אויף דעם האבן זיי געבויעט זייער גאנצע פאליטיק די לעצטע אכט יאר. ווער עס איז נישט געגאנען אין שפאן האט גלייךגעכאפט אין בויבעריק אריין, ווערנדיג אפגעסטאמעלט ווי ׳עסטעבלישמענט׳ און ׳פאררעטער׳ דורך די צעשפילטע טאק שאו האוסטס און צעיושעטע טי פארטיי מאסן. די געזץ האט צוגעשטעלט די ריכטיגע נעסטינג פלאץ פאר די פאליטישע קאריערע׳ס פון אזעלכע פאלעטישאנס ווי טעד קרוז און ראנד פאול, ביידע שארף אויסגעשפראכן אין זייער אפאזיצע צום געזעץ.
למעשה, אכט יאר פראנאויס און די רעפובליקאנער האבן זיך צוריקגעקערט פון זייערע מאסיווע 09 פארלוסטן, זיך דערשלאגן צום ווייסן הויז און פארכאפט קאנטראל פון ביידע לעגיסלאטיווע ארבייטער. יעצט איז די צייט פאר זיי צו צייגן פארן פאלק וואס זיי קענען און ווי זיי וועלן שטעלן א פראכטפולע העלטקעיר ביל וואס וועט, פארשטייצעך, צוריקדרייען אבאמאקעיר און איינמאל פאר אלעמאל איינפירן א ״פרי מארקעט סיסטעם״ - די טרוים פון די רעכטע לאגער - און איינמאל פאר אלעמאל אויפווייזן פאר יעדן אז עס איז זייער זייט וואס טויגט.
אזוי וואלט איר געטראכט. איך מיין, נאך אלעמען דרייען שוין די חברה א קאפ פארן לאנד די לעצטע 67 טויזענט שעה אז מען דארף ״ריפיעלן״ די געזעץ און אז זיי וועלן עס ריפיעלן זאלן זיי נאר זיין אין די מאיאריטעט. אבער, ווען עס קומט למעשה איז קיינער נישט צום געפינען און צו די יעצטיגע מינוט טוט זיך העפטיגע ראנגלערייען איבער א פארגעשלאגענע רעפובליקאנע העלטקעיר ביל און ווי עס קוקט אויס האט הויז ספיקער רייען קוים א שמאלע מערהייט אדורכצופירן די געזעץ, שוין נאכן עס אפשטיפן פון נעכטן דאנערשטאג ווען עס האט צו ערשט געדארפט אויפגעברענגט ווערן פאר אן אפשטימונג.
פרעזידענט טראמפ אליין האט איבער די וואך געשיקט צעמישטע סיגנאלן איבערן וואך ווען קודם איז ער געווען גרייט צו פארהאנדלען און נאכדעם נישט. אנהייב וואך האט ער געזאגט אז ער איז 100 פראצענט אונטערן ביל, אבער יעצט ווייסן באריכטן צו זאגן אז ער פלאנירט צו ווארפן די שולד פון אלעס ארום דעם ביל אויף פאול רייען און זיך גיין ווייטער מיט טעקס רעפארם. סטיפען בענאן, דער אויסגעשפראכענער ברייטבארט עקסעקיוטיוו אויפן פרעזידענט׳ס קאבינעט פראבירט אויך צו ראטעווען זיין פנים און פון איין זייט סטראשעט ער הויז קאנסערוואטיוון מיטן אלעם בייזן אז זיי זאלן שטיצן די געזעץ ווען פון די אנדערע זייט מאכט ער זיכער אז די ניו יארק טיימס זאל באריכטן אז פערזענליך גלייכט ער נישט דעם ביל.
פון די ווייניג אויפריכטיגע פאליטיקאנטן איז יוטא סענאטאר מייק לי גאר שארף קעגן דעם ביל, פארפירענדיג אז אויסער נישט צוריקדרייען אבאמאקעיר - וועלכע איז אן עוולה מצד די רעפובליקאנער ווייל זיי דרייען שוין יעדן א קאפ פאר יארן אז דאס וועלן זיי טון - טוט די ביל בלויז העכערן קאסטן און פרימיאומס ווי נאר. ער זאגט אז די טראמפ-רייען ביל האט קיינע שאנסן אין סענאט און די אויסגעשפראכענע חברה ווי ראנד פאול, טעד קרוז און טאם קאטאן האבן זיך שוין מיטגעשלאסן מיט אים.
אויף היינט פרייטאג איז ערווארטעט אן אפשטימונג אויפן ביל און דערווייל פראבירט דער ספיקער זיכער צו מאכן אז ער האט די שטימען פאר עס. עס גייט אים זיכער נישט גרינג און די ווייסע הויז רעכנט זיך לכתחילה אז די ביל וועט אדורכפאלן און פלאנירט אפצולאזן דאס גאנצע אבאמאקער ריפיעל פאר די יעצטיגע צייט. דאס וועט זיין גאר היסטאריש און שטארק היפאקריטיש און קען זיך שלעכט אפרופן אויף די רעפובליקאנער.