טעראר אטאקעס איבער די וועלט
א שוידערליכע אייסיס אינספערירטע אטאקע איז פארגעקומען דעם מיטוואך אין לאנדאן, ווען א רוצח האט מיט זיין קאר און מעסער אומגעברענגט 4 און פארוואונדערט א צוויי צענדליג אנדערע.
די אטאקע איז פארלאפן גלייך פארנט פון די פארליאמענט געביידע ווי עס איז פארהאן א בריק אין די זייט. דער טעראריסט האט צוערשט אריינגעשמיסן אין פיסגייער אויפן בריק אן א רחמנות, איבערטרעטנדיג די מאסן פארזאמעלט דארט. אנקומענדיג נאנט צום פארליאמענט געביידע האט ער זיך ארויסגעלאזט מיט א מעסער צילנדיג אריינצוגיין אינעם געביידע ווען ער איז קאנפראנטירט געווארן דורך א פאליסמאן. עס איז אבער נישט געלונגען פאר דעם אפיציר אים אראפצוהאלטן איידער דער האט אים עטליכע מאל שווער געשטאכן, פאראורזאכנדיג וואונדן פון וועלכע דער אפיציר איז שפעטער געשטארבן פון. דאן האט א צווייטער וועטער געשאסן דעם פרע אדם דריי מאל פון וואס ער איז אויך אומגעקומען.
א מאסיווע היסטעריע האט ארומגענומען דאס גאנצע ארום, אבער פולע האבן זיך שנעל אריענטירט און אנגעהויבן העלפן די פארוואנדערטע. א געוויסער פארליאמענט מיטגליד און חבר פונעם געשטאכענעם אפיציר האט אים פראבירט צו העלפן און געמאכט סי פי אר און ״מאוט-טו-מאוט״ אבער עס איז שוין געווען דערנאך.
היינט און נעכטן האבן די בריטישע פאליציי ארעסטירט עטליכע פארשוינען אריינגעמישט אין די אטאקע און ווי זיי זאגן האבן די חברה פלאנירט נאך פרישע אטאקעס ה״י.