אלעס ארום די אמעריקאנע סופרים קאורט
די וואך זענען פארגעקומען הירינגען מיט דעם ריכטער וועמ פרעזידענט טראמפ האט נאמינירט פארן אפענעם זיץ אויפן געריכט.
דער ריכטער, דזשאדזש ניעל גארסיטש, זיצט יעצט אויפן צענטן פעדעראלע סירקוט (עס זענען דא 12) און איז שטארק באליבט אין די לעגאלע רייען. ער הייסט צו זיין א טויגליכע שרייבער און גאר א קלוגער מאן. די זיץ וועלכער ער נעמט איבער איז באקאנט מיטן האבן גוטע שרייבער פאר ריכטער א ביישפיל ווי ריכטערס האלמס, דזשעקסאן און, דער לעצטער, ריכטער סקאלי-יע.
די הירינגען זענען אדורך גרינג און אן א צימעס, הגם די דעמאקראטן האבן פראבירט צו מאכן אישוס פון געוויסע זאכן, אבער עס איז זיי נישט געגאנגען און דער ריכטער האט געלאסן געענטפערט אויף אלעם. אסאך רעכטע מיינונג זאגער זענען נישט געווען צופרידן ווען ער האט אנגערופן ״ראו ווערסוס וועיד״ אנגענומענע געזעץ, און האבן אויסגעדריקט זארג אז ער קען ענדיגן ווי ריכטער ראבערטס אדער גאר סוטער, ביידע רעפובליקאנע געשטעלטע ריכטער וועלכע האבן שטארק אנטוישט די רעכטע לאגער און זייער צוגאנג צו געריכטן.
דערווייל איז נישט קלאר צו די דעמאקראטן וועלן לאזן זיין נאמינאציע גיין פאר אן אפשטימונג. עס איז דא ביי די לינקע וואס ווילן א פיליבאסטער און צווינגען מעקאנעל צו אראפברענגען די נויטיגע שטימען פאר א ריכטער צו 51. וואס פונקטליך דאס וועט זיי אויפטוען ווייס איך נישט, אבער עס לאזט זיך גלייבן אז טשאק שומער האלט אז מעקאנעל וויל סייווי טוישן די רולס אינעם סענאט, טא פארוואס נישט שטעלן א קריג.
סענאטאר דזשאו מענשין, א דעמאקראט, האט געלאזט וויסן אז ער האלט אז עס לוינט נישט צו פיליבאסטערן און אז גארסיטש קומט אן ״ארויף אדער אראפ״ אפשטימונג.