מאמענט-וועכענטליכע אויסגאבע
די פנים איז פאררויטעלט פון בושה, די טראציגע אויסגאבע וואס איז אויף אן אקטיווע דייעט און ווערט דינער אויף א וועכעליכער גאלאפ, האט דעם וואך ארויסגעלייגט די באזוך ביים גלח אלס הויפט ארטיקל אויפן קאווער. אנשטאט אפצושטעלן דעם ריזיגען חילול השם וואס זיי האבן אנגעמאכט טוען עס נאך סאטמערע אינגעלייט מפרסם זיין אין אלע גאסן, דאס איז א דירעקטע תוצאה פון אביוזען די וווארט "חילול השם" וואס מ'ניצט יעדע שני וחמישי שלישי ורביעי אויף נארישע און אומזיסטע צוועקן ווי למשל ציונית, גיוס, עסן געשעפטן, סעלפאון געשעפטן און אזוי ווייטער, מ'איז שוין צוגעוואונט צו דער פאקט אז חילול השם איז א זאך וואס געשעהט יעדע מינוט אזוי ווי לשון הרע א.ד.ג. און מ'ווייסט שוין נישט מבחין צו זיין ווען אן עכטע חילול השם קומט אפיר אזוי ווי די מעשה מיט וואלף...