Re: מסע הקודש "ימי אורה" מיט כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"
מסע הקודש – ערשטער טאג – דינסטאג בהר בחוקתי (המשך)
דינסטאג נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א באשיינט די מסיבה פאר נגידים וועלכע האבן זיך משתתף געווען מיט גרעסערע סכומים לטובת דעם קרן הבנין פון קהלתינו הק' אין אנטווערפן, וואס איז אפגעראכטן געווארן אין שטוב פון הרה"ג רבי ישראל ישכר לעוו שליט"א ראה"כ חושן-משפט אין אנטווערפן, ביי וועלכן עס האט זיך אויך משתתף געווען זיין פאטער הגה"צ דומ"ץ וראה"כ דקהלתינו הק' בלאנדאן שליט"א און נאך, אין שפיץ פון הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א.
נאך די מסיבה האט מען געדאווענט מנחה דארט אין שטוב, און פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער צום בנין בית מדרשינו הגדול וואו עס האט זיך פארזאמעלט דער גאנצער ציבור אנ"ש און נאך אידן מתושבי העיר, וועלכע זענען מקבל פנים זיין דעם רבי'ן שליט"א. דער אויבן-אן איז געווען באשיינט מיט דאס השתתפות פון פילצאליגע רבנים גאונים וצדיקים, רבני העיר שליט"א, צווישן זיי דער אנטווערפענער רב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מספינקא-אנטווערפן שליט"א און נאך.
ווי נאר דער רבי שליט"א האט זיך באוויזן ביים טיר, האט דער ציבור ספאנטאן אויסגעבראכן אין א הילכיגן געזאנג מיט גרויס התרגשות. דאן האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות ודביקות במשך א שיינע וויילע, בעת דער ציבור איז געווען שטארק מרוגש נאכאמאל צו האבן די זכי' מקבל פנים צו זיין פני קדשו פון רבי'ן שליט"א, נאכדעם וואס שוין צוויי יאר צוריק האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין די שטאט, אין א צייט ווען דער ביהמ"ד איז נאך געווען היבש רוי. אצינד איז דער היכל הביהמ"ד הערליך פארענדיגט, ומעלין בקודש בויט מען ווייטער די אנדערע שטיבלעך לתורה ותפלה לפאר ולרומם את בית ה'.
בשם די קהלה האט אויפגעטרעטן הרה"ג רבי בעריש קאהן שליט"א ראה"כ וועלכער האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשם כל הקהל הקודש, און ארויסגעברענגט ווי שטארק דער ציבור לעכצט צו הערן דברי הדרכה וחיזוק. דערנאך האט אויפגעטרעטן דער אנטווערפענער רב שליט"א, וועלכער האט בשם די תושבי העיר מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א, ובין הדברים האט ער ארויסגעברעגט ווי דער ביהמ"ד פון קהלתינו הק' איז א ליכטיג ווינקל פאר די גאנצע שטאט, אידן וואס זוכן א געהעריגן רחבות'דיגן מקום וואו עוסק צו זיין בתורה, ווייסן אז דאס פלאץ דערצו איז אין דעם ביהמ"ד, און עס איז א מגדול אור פאר אלע בני העיר.
דאן האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים, און משמיע געווען דברות קודש, שטעלענדיג זיך אויפן פסוק "אם בחקותי תלכו" וואס דער רבי שליט"א האט אויסגעטייטשט בדרך מוסר וחיזוק, זייענדיג ממשיך מיט דברי הדרכה פאר'ן ציבור, איבער קביעת עתים לתורה אינדערפרי און אויפדערנאכט. דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז ס'איז טאקע א כבוד אז אידן פון איבער די גאנצע שטאט קומען לערנען אין דעם ביהמ"ד, מ'נעמט יעדן אויף בסבר פנים יפות, אבער אנ"ש דארפן וויסן אז דער ביהמ"ד איז געבויט געווארן פאר אונזער ציבור, און מ'דארף כסדר קומען אין ביהמ"ד אריין, לערנען און דאווענען. דער רבי שליט"א האט אויך ארומגערעדט איבער קדושת ביהמ"ד, אכט צו געבן נישט צו רעדן ביים דאווענען און לערנען, און בעניני חסד, עוסק צו זיין בגמילות חסדים איינער מיטן צווייטן.
בסיום דבריו האט דער רבי שליט"א ארויסגעברעגט רגשי לבבו צו טרעפן דעם ביהמ"ד אזוי שיין אהערגעשטעלט, כליל בהדרו ויפיו, ובפרט פון דעם גרויסן היכל התורה וואס ווערט גערופן לשם ולזכר אביו מרן רביה"ק הברך משה זי"ע, וואס איז א געוואלדיגער כבוד און זכות, און דער רבי שליט"א האט מסיים געווען מיט ברכת קדשו פאר'ן גאנצן ציבור.
גלייך נאך די מסיבה האט מען געדאווענט מעריב וספירת העומר. פון דארט איז דער רבי שליט"א צוגעפארן קיין ווילרייק, אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וועלכער געפונט זיך דארט אויף אפרוה. עס איז פארפירט געווארן א הערליכער שמועס איבער הרה"ק רבי מאטעלע טשערנאבלער זי"ע וועמענס יומדה"ל עס איז אויסגעפאלן א טאג פריער, און איבער אנדערע צדיקים. דער שיינער שמועס האט זיך פארצויגן נאנט צו א האלבע שטונדע, ווען אינצווישן האט מען אריינגעברענגט כיבוד, און מ'האט זיך ווארעם אנגעוואונטשן. נאכ'ן באזוך האט דער פשעווארסקער רבי שליט"א ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א ביז צו די אויטא.
אנקומענדיג צוריק קיין אנטווערפן איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צו די אכסניא, וואו עס איז געווען קבלת קהל במשך עטליכע שעות נאכאנאנד.
מסע הקודש – צווייטער טאג – מיטוואך בהר בחוקתי
מיטוואך גאנץ פרי, אום 6:20 פארטאגס איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל ביהמ"ד דקהלתינו, וואו דער רבי האט געדאווענט שחרית צוזאמען מיט א שיינעם ציבור אנ"ש.
א קורצע צייט נאכ'ן דאווענען, אום 8:30 האט דער רבי שליט"א פארלאזט אנטווערפן, איבערלאזענדיג הויפענס מיט השפעות פאר'ן ציבור אנ"ש ביי וועמען דער קורצער אבער רייכער באזוך, וועט אויף לאנג געדענקט ווערן.
דער רבי שליט"א איז צוגעפארן צום "דורנע לופטפעלד" אין באגלייטונג פון די ראשי קהלתינו ואנ"ש וועלכע האבן זיך געזעגענט מיטן רבי'ן שליט"א מיט גרויס התרגשות.
דער רבי שליט"א איז ארויסגעפארן מיט א פריוואטע פליגער אויפן וועג קיין לעמבערג, אנהייבנדיג דעם מסע "ימי אורה" פוקד צו זיין מקום מנוחתם פון די צדיקים קדושי עליון זי"ע.
אומגעפער 11:00 איז דער ציבור אנגעקומען קיין לעמבערג, וואו עס איז געווען פת שחרית אין א זייטיגן צימער. אינצווישן איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום לופטפעלד, און דער גאנצער ציבור איז דורך שלום נעמען.
פון דארט האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג פוקד צו זיין די ציונים הקדושים, וואו מ'האט מתפלל געווען מיט גרויס התעוררות. אויף יעדעס פלאץ עקסטער איז דאס התעוררות געווען גאר גרויס, און ס'איז נישט מעגליך צו שילדערן מיט ווערטער. ווי אונזער שטייגער ברענגן מיר נאר די טרוקענע באריכטן, זייענדיג פארשטענדליך אז מ'פארשטייט אליינס אז התרגשות'דיגע מאמענטן איז שווער צו שילדערן מיטן שריפט.
די ערשטע סטאנציע איז געווען אין זידיטשוב, וואו מ'איז קודם אריין אין אוהל פון הרה"ק רבי צבי הירש מזידיטשוב זי"ע בעל עטרת צבי, וואו מ'האט געצינדן ליכט, און דערנאך אנגעהויבן תהלים. דער רבי שליט"א האט מכבד געווען נכדו הרה"ג רבי דוד אלימלך הלברשטאם שליט"א פארצוזאגן תהלים. מ'האט געזאגט פון קאפיטל צ' ביז ק"ז. דערנאך האט דער רבי שליט"א געליינט קוויטלעך, ווען דערביי האט מען געזינגען ניגוני התעוררות. פון דארט איז מען אריבער צום אוהל פון הרה"ק רבי אייזיקל זידיטשובער זי"ע וואו מ'האט ממשיך געווען מיט אמירת תהלים פון קאפיטל ק"ח ביז קאפיטל קי"ט פאר'ן עמוד האט געזאגט הגה"צ ר' יואל שליט"א רב ביהמ"ד בית ברוך דקיט"ל קרית יואל, דערנאך האט דער רבי שליט"א געליינט קוויטלעך, און מ'האט געזינגן ניגוני התעוררות.
פון דארט האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בעלזא, א וועג פון א שעה צייט. עס איז געווען צוגעשטעלט טועם צו זיין אינעם בנין הכנסת אורחים הארט נעבן דעם ביה"ח. דאן איז מען ארויס צום ציון, מקום מנוחתם פון די צדיקי בית בעלזא, הרה"ק השר שלום זי"ע, בניו הרה"ק רבי יהושע זי"ע והרה"ק רבי אלעזר זי"ע און נכדו הרה"ק מהרי"ד זי"ע. ביים טויער פונעם ביה"ח האט דער רבי שליט"א געזאגט די ברכה און געגעבן צדקה פאר "צדקת רבי מאיר בעל הנס כולל עצי חיים" אין די פושקע וואס איז געהאלטן געווארן דורך אחיו הגה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א נשיא הכולל. דער רבי שליט"א האט געצינדן ליכט, און דערנאך האט מען געזאגט תהלים פון קאפיטל ק"כ ביז סוף תהלים פארגעזאגט דורך החתן חיים הלברשטאם נ"י נכד צדיקי בית בעלזא. דאן האט דער רבי שליט"א געליינט קוויטלעך און מ'האט געזינגן ניגוני התעוררות.
נאכ'ן פוקד זיין דעם ציון, איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד פונעם בנין הכנסת אורחים, וואו מ'האט געדאווענט מנחה, און עס האט זיך אנטוויקעלט א שיינער שמועס איבער די צדיקי בית בעלזא זי"ע און נאך.
פון דארט איז מען צוריקגעפארן קיין לעמבערג אויף א לינת לילה.
דער באריכט פון נעכטיגן טאג אין פרימישלאן, סאסוב, און האניפאלי וועט אי"ה נאכפאלגן.
אצינד - 12:00 אזייגער מיטאג (לאקאלע צייט אין אוקריינא) - האט מען בס"ד פארענדיגט א התעוררות'דיגער מעמד בקשת רחמים אין בארדיטשוב ווי מען האט פוקד געווען דעם ציון הק' פונעם סנגורן של ישראל דער הייליגער קדושת לוי זי"ע.
ווייטער'דיגע באריכט פון די געהויבענע מסע הקודש
וועט אי"ה נאכפאלגן (קרעדיט:בחצרות)