סיקריקין

7 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #668
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך יולי 26, 2017 9:01 am#1
סיקריקין
די סיקריקין, באקאנט אין דער תלמוד אלץ "בריונים", ווערן אנגעוויזן דורך היסטאריקער אלץ איינע פון די פריעסטע ביישפילן פון טעראריסטן. ווי יוסיפון געבט אן אין זיינע ביכער פון דעם תקופה, זענען די סיקריקין געווען פאנאטישע רעליגיעזע אידן וואס האבן גע'הרג'עט מענטשן אין מארק מיט באהאלטענע מעסערס (סיקַר) אויף זייער קערפער אויף צו טעראריזירן די נישט-גלויביגע און די וואס האבן געשטיצט די רוימישע געצנדינערישע הערשער.

אויך האבן זיי גע'הרג'עט יונתן כהן גדול (ווארשיינליך פון די צדוקים), וועמען זיי האבן באשולדיגט אין האבן נאנטע באציאונגען מיט די רומיים, און אויך אונטירגעצינדען די מאגאזינען פון שפייז בכדי צו ווארפן א שרעק און צווינגען דעם המון עם צו קעמפפן אנטקעגן די רומיים.

ווי די הייליגע גמרא דערציילט, האט אפילו דער תנא ר' יוחנן בן זכאי זיך פון זיי געשראקן, און האט זיך געדארפט מאכן ווי א טויטער בכדי זיך ארויס צו שמוגלען צו רעדן מיט די רומיים.
דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:14 pm#4
Re: סיקריקין
למעשה פון ווי האט די גאס לעצטענס גענומען די ווארט סיקריקין איך גלייב אז זיי האבען עס נישט גענומען פון ש"ס
פרייטאג יולי 28, 2017 3:30 am#6
Re: סיקריקין
פון ווי קומט אן צייטונג שרייבער צו רבנים אז מען זאל איבער נעמען די שפרעך ווארט
פרייטאג יולי 28, 2017 9:18 am#7
Re: סיקריקין
רבנים האבן מענטשן ארום זיך
אויב זיי רעדן די שפראך
איז עס קעטשי, עס גייט אריבער צום רב זעלבסט.