ברוך דיין האמת

50 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

104 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #70
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג יולי 07, 2014 2:48 pm#1
ברוך דיין האמת
היינט איז נפטר געווארן אין קרית יואל א חשובער יונגערמאן הר"ר יעקב יודא קאהן ז"ל בן הר"ר יוסף לייב שליט"א מ. מנהל רוחני במתיבתא קרית יואל אין עלטער פון 49 יאר איבערלאזנדיג נאך זיך א שטוב פון 13 יתומים, 7 שוין חתונה געמאכט, און פון די 6 פארבליבענע איז דא 2 חתנים, די יונגסטע קינד איז 3 יאר אלט.

ר' יעקב יודא איז געוועזן א חשוב'ער איידעלער אינגערמאן, לאנגע יארן א מרביץ תורה ויראה במתיבתא דק"י, אן עושה מלאכתו באמונה,עס איז אומבאשרייבליך צו משיג זיין די טראגעדיע ער איז נפטר געווארן במיטב שנותיו ווען פון איין זייט האט ער חתונה געמאכט זיינע גאר חשובע קינדער און די נחת פון המשכת הדורות האט זיך קוים אנגעפאנגן, פון די צווייטע זייט האט ער נאך גאר יונגע קינדער אין שטוב צווישן זיי צוויי חתנים וואס דארפן די ערציאונג פון זייער חשובן טאטען, כי גדול כים שברך די בראך איז גאר גרויס עס איז פיינפול אויב טראכט מען אריין דערינען, עס ציפט און בייסט עס רייסט און צער'ט אוי געוואלד, איי איי א קרבן ציבור א עולה תמימה, זאל הקב"ה מחזק זיין די נשברי לב די עלטערן, אלמנה און קינדער און געשוויסטער, שנשמע ונתבשר בשורות טובות, ובעיקר נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה אליך, ויה''ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.
דינסטאג יולי 22, 2014 11:52 am#5
Re: ברוך דיין האמת
נעכטן איז נפטר געווארן מרת עקשטיין (64) אשת ר' משה וואלף עקשטיין יו"ר וועד הכשרות בארגענטינא.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:54 am#7
ברוך דיין האמת
יעצט קומט אריין די נייעס אז הרה"ח ר' בערל פרידמאן ראש הקהל קהל יטב לב ד'סאטמער מהר"א איז ליידער אוועק
פרטים אויף די לוויה וועט נאכפאלגען
דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:56 am#8
Re: ברוך דיין האמת
Levaya of Hurav HaChusid R' Berl Friedman Z"L Rosh HaKuhel DKhiluseiny Hak '10:00 at Bm"d BP, 1:00 at Bm"d Hag' WB, & 4:00 at Bm"d Hag' KY, then Coming LKvira Near Ohel HaKudesh of Raboseiny Hak' ZY"U
דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:58 am#9
Re: ברוך דיין האמת
די נישט געזינטע בחור פון ישיבת קווינס וואס פילע האבען אינגעריסען לרפואתו, בן הרה''ח ר' שלום ניסן באכנער שליט''א איז נעבעך נפטר געווארן
אין קווינס ישיבה קעמפ גייט זיין א לווי'
ברוך דיין האמת

די פרוי מרת געלבשטיין בת הרה''ח רבי שלמה יעקב מערץ אויף וועמען מען האט דא נעכן מתפלל געווען איז נעבעך נעכטן נאכט נפטר געווארן
ברוך דיין האמת
דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:59 am#10
Re: ברוך דיין האמת
אויך איז נעכטן אוועק נעבעך א יונגע פרוי מרת געלבשטיין ע"ה

ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:22 am#11
Re: ברוך דיין האמת
צוויי גאר שרעקעדיגע מודעות אין איין מעת לעת נעבעך פון אינגע מענטשען ד' יאמר לצרותינו די
דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:24 am#12
Re: ברוך דיין האמת
די רבי מהר''א וואס וויילט אין ניו העמפשיר קומט ספעציעל מיט א פלעין צו פליען צו געבן כבוד האחרון פאר זיין ראש הקהל.
זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:18 pm#17
Re: ברוך דיין האמת
באשעפער לייז אונז שוין אויס!

נעבעך א יונג שעפעלע אראפגעקלאפט געווארן פון א קאר אין די קעטסקילס (וואודרידזש) האט אויסגעהויכט איר צארט לויטער נשמה.

l viewtopic.php?p=1622#p1622 l
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 1:52 pm#19
Re: ברוך דיין האמת
א ביטערע אומגליק האט פאסירט ביי משפחת רבי לייבעלע גליק ז''ל פון ק''י דער זעקסטער אין משפחה איז אוועק ר''ל רבי חיים נחמן ע''ה

ויה''ר שלא ישמע עוד שוד ושבר...
מאנטאג יאנואר 19, 2015 1:31 am#21
ברוך דיין האמת
C/P
היינט איז געווען זינטוג
און אינדערפרי איז געווען א שרעקליכע וועטער וואס האט געקאסט איבער 500 עקסידענטס
און 911 איז געווען צוריק געשטאנען מיט אפאר הינדרעט קאלס
איז געווען צווישען די עקסידענטס לא עלינו ולא עליכם אויף קיין שום איד נישט געווינטשען
איז געווען א איד וואס איז נעבעך אוועק פין זיין עקסידענטס R' Dovid Winiarz ZT"L

ער איז געווען א איד וואס האט געלעבט מיטן אייבערשטן יעדע טריט

יעדע שמיס וואס איך האב גערעט מיט אים האט ער מיך אלס געזאגט א גיט ווארט וואס האט מיר געגעבן חיזוק מיט אמונה און בטחון

ער איז געווען פארנימען מיט העלפן אדער משמח זיין אידן
ווען איך האב אים די ערשטע מאל בייגעגענט בין איך געזיצן ביי א חתונה נעבן אים און אזוי דאס ערשטע מאל האב איך געשמיסט מיט אים א גיטע האלבע שעה וואס מהאט גערעט די גרויסקייט פינעם אייבערשטן
אין יעצט אזוי פין איין מינוט אפן צווייטן דארף מיר זיך ליידער געזעגענען
איך האב געהאט אין פלאן צו כאפן א לענגערע שמיס אבער דאס קען שוין ליידער נישט געשען

ער איז נישט נאר א פארלאס פאר ווער סהאט אים געקענט אינז כלל ישראל האט פארלוירן א חשובה איד א טאטע פין קינדער
ממש איך וויין שרייבענדיג דעם מעסיטש
טראכט אריין ווען די רעדסט מיט א מענטש און ווען מענדיגט זאגט מען See you tomorrow אבער ער גייט מארגן זיין און גן עדן
דאס איז אומגלויבליך אידן מדארף תשובה טון
רבותי אינז זעמער אלע אפן רוד יעדן טאג און מדארף גרויס רחמי שמים אז מזאל אנקימען ווי מדארף איז כדי אז מזאל זיך פארנעמען נישט צו רעדן ביי קדיש און הויעכע שמנה עשרה אז סזאל אינז זיין א שמירה ברוך דיין האמת
זונטאג מאי 17, 2015 11:46 am#22
Re: ברוך דיין האמת
אין קרית יואל איז נעכטן מוצאי שבת נפטר געווארן דער באגאבטער ת"ח מופלג הרה"ג רבי אלי' סימאן ז"ל, לאנגיעריגער מגי"ש אין די מתיבתא אין קרית יואל, ומח"ס פתח אליהו, אין עלטער פון 63 יאר.

הג"ר אלי' ז"ל האט זיך אין די לעצטע צייטן שווער געמוטשעט מיט די מחלה הידועה ה"י, מ'האט געהאפט פאר א גאנצע רפואה, אבער ליידער נצחו אראלים את המצוקים ויצאה נשמתו בטהרה.
מאנטאג מאי 18, 2015 1:44 pm#24
Re: ברוך דיין האמת
געווען א מוראדיגע קלארע לערנער אזוי ווי די סאטמאר רב שליט"א האט געזאגט ביים הספד ער האט געלערנט אויפ'ן דף גמרא רש"ע תוספות יעדע ראשון און יעדע אחרון ער האט געהאט א חוש אין מברר זיין דבר על בוריו און ער האט נישט אויסגעלאזט קיין שום פרט מבאר צו זיין און דאס איז אסאך צונוצגעקומען פאר די מצה בעקעריי און בית השחיטה אין קר"י ווי ער האט אלעס מברר געווען און זיך נישט געפאפט און אין דעם הינזיכט איז אין לו תמורתו

יהא זכרו ברוך
מאנטאג מאי 18, 2015 6:55 pm#25
Re: ברוך דיין האמת
בד"ה א מורא'דיגע אבידה, געזעהן זיין ספר אויף סוגיות

יא יא האט געשריבן:געווען א מוראדיגע קלארע לערנער אזוי ווי די סאטמאר רב שליט"א האט געזאגט ביים הספד ער האט געלערנט אויפ'ן דף גמרא רש"ע תוספות יעדע ראשון און יעדע אחרון ער האט געהאט א חוש אין מברר זיין דבר על בוריו און ער האט נישט אויסגעלאזט קיין שום פרט מבאר צו זיין און דאס איז אסאך צונוצגעקומען פאר די מצה בעקעריי און בית השחיטה אין קר"י ווי ער האט אלעס מברר געווען און זיך נישט געפאפט און אין דעם הינזיכט איז אין לו תמורתו

יהא זכרו ברוך

איך מוז אויסדרוקן מיינע מחאה געפילן אויף די כבוד פון אלע תלמידי חכמים פונעם דור וואס די ווערטער אין באלד טוט פארשוועכן (חוץ אויב איר האט געוואלט שרייבן אז 'פאר די קר"י ישיבה' איז דאס א אבידה שאין לה תמורה).
דינסטאג מאי 19, 2015 1:05 pm#26
Re: ברוך דיין האמת
יא גערעכט איך דארף מיר מער מסביר זיין ר' אלי' ז"ל האט געהאט א ספעציעלע כשרון (מתוך ענוותונותו פלעגט ער עס ארויפלייגן אויף זיין נייגעריגע טבע) אבער ער האט געהאט א כשרון און מלקט זיין שנעל זאכן מתחלתו של דבר עד סופו אריינגערעכנט די מציאות אין די ענינים און אין די הלכה פון די גמרא ביז דעם לעצטן אחרון און דאס איז געווען א ספעציעלע מעלה פון אים -חוץ אלע זיינע אנדערע מדריגות- איז די פרט געווען זיין מעלה וואס האט ארויסגעשטארט און אויף דעם זאגט זיך די מליצה אין לו תמורתו אוודאי שטעל איך מיך פאר אז ס'איז דא נאך איינצעלע אבער ווייניג
דינסטאג יולי 28, 2015 6:48 am#27
Re: ברוך דיין האמת
נפטר געווארן הרה"צ ר' משה לייב הורוויץ, דער סטריזוב'ער רבי. איבערגעלאזט א שיינעם דור. איך האב א נאנטן חבר וואס איז זיינס אן אייניקל. זאל דער אויבערשטער טרייסטן די גאנצע משפחה.
מיטוואך יולי 29, 2015 3:29 am#28
Re: ברוך דיין האמת
א שרעקליכע בשורה איז אנגעקומען היינט פון אנטווערפען איבער די שוידערליכע אומגליק בפטירתו פון א אינגערמאן ר' יואל בן ר' ישראל (בן ר' אלי' דוד) טירנויער ע"ה. ער איז אומגעקומען אין שרעקליכן עקסידענט ווען א טראק האט מיאוס אריינגעקראכט אין דעם קאר וואס ער האט געפירט.

זאל דער באשעפער טרייסטן זיין צובראכענע פאמיליע.
מיטוואך יולי 29, 2015 12:20 pm#30
Re: ברוך דיין האמת
איר רעדט מן הסתם פון ר' ישראל'ס טאטע [ר' אלי' דוד], זינט ר' יואל ע"ה'ס טאטע [ר' ישראל] לעבט נאך ב"ה, עמו"ש.

אדער האט איר געמיינט צו שרייבן know, און בטעות געשריבן knew.
מיטוואך יולי 29, 2015 1:57 pm#31
Re: ברוך דיין האמת
מיין מיינונג האט געשריבן:איר רעדט מן הסתם פון ר' ישראל'ס טאטע [ר' אלי' דוד], זינט ר' יואל ע"ה'ס טאטע [ר' ישראל] לעבט נאך ב"ה, עמו"ש.

אדער האט איר געמיינט צו שרייבן know, און בטעות געשריבן knew.


Yes
מיטוואך יולי 29, 2015 3:38 pm#33
Re: ברוך דיין האמת
מיין מיינונג האט געשריבן:Yes on?


That's what I meant
זונטאג אוגוסט 02, 2015 3:17 am#35
Re: ברוך דיין האמת
נפטר געווארן דער לאנגיאריגער מעיאר פון שיכון סקווירא. הרה"ח ר' מתתי' פריעזעל. א עכטער פארצייטישער טייערער איד. הלוואי ווען אלע מעיארס זעען אזוי אויס. ווייסטו וואס, הלוואי ווען אלע אידן וואס פאטשקען אין פאליטיק זעען אויס האלב אזוי ווי ער. דאס ערנסטקייט זיינע, זיין יראת שמים און ענוות חן איז געווען צום באוואונדערן. האט נעבעך אסאך מיטגעמאכט אין לעבן, און לאזט ב"ה איבער א דור ישרים יבורך.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 9:38 pm#37
Re: ברוך דיין האמת
יושע האללענדער פון מיעל מארט איז נפטר געווארן. אויך געווען א גרויסער קנאקער אין שומרי החומות, און עפעס מיין איך איך האב אמאל געהערט אז איך אין ביקור חולים ד'בארא פארק...
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:44 am#38
Re: ברוך דיין האמת
היינט איז נפטר געווארן גאר א טייערער איד. ר' הערשל שפייזער פון בארא פארק (ומלפנים ב'וויליאמסבורג). ר' הערשל איז געבוירן אין אמעריקא אבער איז געווארן מקושר אין הרה"ק ר' יוחנן מ'סטאלין ווען ער איז אנגעקומען קיין אמעריקא. ר' הערשל איז דאן אלס בחור אריין לערנען אין זיין ישיבה און האט זוכה געווען צו ווערן זיין הויז בחור און משמש בקודש.

ר' הערשל איז געווארן אזוי נאנט און מקושר צו זיין הייליגן רבי'ן, אז ווען דער רבי איז געווארן גאר שוואך האט ער דווקא געוואלט אויפגעבן דאס גבאות, ווייל ער האט מורא געהאט אז היות דער רבי איז נישט אזוי געזונט דארף מען דאך זיין גאר שטארק נזהר וויאזוי אים צו באדינען אז ער זאל אים חלילה נישט בטעות וויי טון מיט עפעס, און דעריבער האט ער מורא געהאט ווייטער צו באדינען דעם רבי'ן. אבער דער רבי האט נישט מסכים געווען און האט ניטש געלאזט, ער האט דוקא געוואלט און געבעטן אז דוקא ר' הערשל זאל אים באדינען ווייל ער ווייסט גוט וויאזוי אים צו מאכן שפירן גוט.

ר' הערשל איז געווען דער וואס האט זיך איבערגעגעבן פאר אים בלב ונפש און האט אוועק געגעבן פון דאס ביסן פון זיין מויל און געקויפט שיינע כלים פון זילבער פאר זיין רבי'ן ווייל ער האט געהאלטן אז דאס איז דער כבוד פון א רבי'ן. און זיין רבי האט אים טאקע זייער מחבב געווען.

די לעצטע שטיק צייט האט ער זיך נישט געשפירט בקו הבריאות. ער האט נעבעך געליטן פון די ביטערע מעשה אויפן מח. און היינט האט ער צוריק געקערט זיין נשמה צום באשעפער, ווי זיין רבי ווארט אים זיכער אפ דארט אויבן בגן עדן העליון אז ער זאל אים דארט ווידער באדינען.

יהא זכרו ברוך.
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 11:29 am#42
Re: ברוך דיין האמת
נעבעך נעבעך זעהר א וואוילע איד געעוען

נעבעך זיין מאמע זעצט זיך שוין שבעה נאכ'ן דריטן קינד

רבוש"ע עד מתי
מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 3:17 pm#43
Re: ברוך דיין האמת
דעם מוצ"ש וירא איז אנגעקומען די שווערע בשורה אין מאנסי אז ס'איז כמעט ווי פלוצים נסתלק געווארן איינע פון די שענסטע פני העיר פון מאנסי האי גברא רבה ויקירא כבוד הרב אהרן מאיר אייכנשטיין זצ"ל רב דביהמ"ד החשוב משמרת אלעזר קיוויאשד
 
ס'איז דא אסאך צו באשרייבן דעם גרויסן נפטר ז"ל געווען א ריכטיגע איש ישר שייף עייל ושייף נפיק און נישט געמאכט פון זיך קיין שום וועזן (און פון דעם אליין האט ער אויך נישט געמאכט קיין וועזן) געווען א צדיק תמים ירא ושלם השלמה אין תורה השלמה אין ערליכקייט השלמה אין אויסנוצן יעדע מינוט אויף דער וועלט זיינע ד' אמות איז געווען א ריינקייט פון רק יראת ד' במקום הזה
 
געווען די ממשיך דרכו פון זיין גרויסן טאטן קיוויאשדע רב ז"ל פון קווינס וואס איז געווען פון די אנגעזענע רבנים אונעם פריערדיגן דור א איידים איז ער געווען ביים שר התורה חבר בי' דינה רבה שטראסבורגע רב פון א"י וואס דער נפטר איז געווען צוגעבינדן בעבותות של אהבה

אינדערוואכן האט ער קובע מקום געווען צום דאווענען אין סאטמארע ביהמ"ד (מהר"א) ווי ער איז געווארן ווי א מיטגליד אין ביהמ"ד אלעס האט אים געפאסט ער האט מיטגעהאלטן אלע מעוראות מסיבות און שמחות האב"ד און טישן פונעם סאטמאר רב שליט"א
 
ער איז אוועק אזוי ווי ער האט געלעבט....... דרוקט זיך אויס א חבר מיינע שטולערהייט קיינער האט נישט געוואוסט אז ער איז קראנק (ער אליין אויך נישט נעבעך ) אריין אין שפיטאל און דארט פארבליבן
מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 6:04 pm#44
Re: ברוך דיין האמת
שרעקעדיגע בשורה
זאל מען שוין אלעמאל הערן נאר גיטע בשורות
און די באשעפער זאל טרייסטען די אלמנה מיט די יתומים
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 12:21 am#45
Re: ברוך דיין האמת
יא נעבעך. א גרויסער ערליכער איד געווען. א תלמיד חכם און עובד ה'. ער האט געהאט א הערליכן סמיכה להוראה פונעם שר התורה הגאון ר' משה פיינשטיין זצ"ל און געדאווענט ווי זיין זיידע הגה"ק ר' אלעזר'ל קיוויאשד'ער. טאקע נישט געהאט קיין גרויסן עולם, ווייל ער האט נישט געדארפט גארנישט, נאר זיינע ד' אמות און צו קענען טוהן זיין עבודה.

יהא זכרו ברוך.
דינסטאג מערץ 01, 2016 11:45 am#46
Re: ברוך דיין האמת
האט איר שוין אמאל מיטגעהאלטן אויף אייער אייגענע הויט אדער מיטגעהאלטן ביי א צווייטען -איך גלייב אז יא-............ ווי איינער שטייט אויפ'ן גאס פארטראכט אויף עפעס און איז קאנצעטרירט צו זעהן נאר די און די אינטערסאנטע זאך אינמיטן אזוי אומגערישט אומפאראויסגעטראכט בכלל כאפט ער א הילכיגן פראסק.... ווי ער בלייבט אזוי צומישט

בערך דעס און נאך ארגער האט פאסירט די מוצאי שבת קודש פ' תשא ביי סאטמארע אידן ווען מ'האט געהערט די שרעקליכע נייעס איבער די פלוצימע פטירה פון הגאון ותלמיד חכם מפורסם עובד ד' באמת חסיד מתחסד עם קונו הרב משה יודא מייזעלס ז"ל

ווי אינטערסאנט ס'איז געווען מיטצוהאלטן ווי די נייעס איז איבערגעגעבן געווארן ר' משה יודל איז אוועק קיינער האט נישט געפרעגט פון וועם מ'רעדט ר' משה יודל מיינט ר' משה יודל מייזעלס די רעאקציע פון יעדעם איז געווען וואס ? ברוך דיין האמת און מ'איז געבלבען בדממה

ס'איז דא אסאך צו שרייבן אויף דעם איש תם וישר וואס איז הלך למנוחות ובעיקר איז דא אסאך צו שרייבן איבער זיינע פעולות פאר הרבצת התורה אלס בוחן כללי בכלל און אין סאטמאר בפרט אבער אויף דעם וואלט זיך געפאדערט אן עקסטערע שרייבער

אבער איבער זיין יחידיש געהויבענע לעבן אפאר קורצע שטריכן א איד וואס מ'האט געזען במלא מובן וואס דאס מיינט זיין אויף דער וועלט אבער נישט דא זיין, וראשו מגיע השמימה די גאנצע עולם הזה האט אים באמת נישט אינטערסירט כלא היו לא הי' בעולמו כלום אלא ד' אמות של הלכה -די נקודה ארויסצוברענגען איז מיר זייער שווער ווייל וויפיל איך וועל שרייבן איז עס גאר בלייך לגבי די אמת ער איז געווען א דוגמא פון איינער וואס האט באמת געלעבט אין תורה און אין עבודת ד' און גארנישט מער ס'איז א תורה שלימה פונעם נפטר וואס אין דעם ענין איז עס אבידה שאין לו תמורה ניטאמאל די כבוד האט אים אינטערסירט און באמת נישט- אויסער דעם זיין פשרה לאזיקייט סיי בעצם און זיך פירן ערליך און דערהויבן און לימוד תורה אינעם ודברת בם ולא בדברים בטילים זיין שתהיו עמלים אן א הערמה נאר פשוטו כמשמעו געזיצען און געהארעוועט יומם ולילה גארנישט עפעס אנדערש איז אים געווען אינטערסאנט געלעבט א פשוט לעבן גאר איידל און ווער רעדט נאך פון די שיטת ויואל משה אן א שום מין פשרה

געווען א זון פונעם באקאנטן סאטמארן מנהל המתיבתא און מלפנים אב"ד סאטמאר לאנדאן ולסוף רב דביהמ"ד אבני שלמה אין מאנסי הרב נתן יוסף מייזעלס ע"ה און א איידים ביי א באקאנטער סאטמארער חסידישער איד הרב שמואל זנוויל גאלד ע"ה

דעם נפטר האט מען נישט געלייגט אינעם אלטען סאטמארן ביה"ח כאטש ער איז געווען פון די שענסטע סאטמארע תלמידים ליגט ער נישט און איין ביה"ח מיט מורו ורבו זצ"ל וואס פארשטיי מיר אונז חשבונות פון הימל מסתמא האט דער נפטר דאך עפעס געדארפט אפקומען

זאל זיין זכות התורה און זכות הרבצת התורה מגין זיין עלינו ועל כל עמו ישראל
זונטאג מערץ 06, 2016 3:05 am#47
Re: ברוך דיין האמת
האט מיר פארציילט א איד, אז מיט ארום 35 יאר צוריק (ער איז דאן געווען ארום 30 יאר אלט), האט ער געארבעט אויף א ספר פון א גרויסן גדול אויף סוגיות הש"ס, און גאר אפט האט זיך געמאכט מראה מקומות אין די ראשונים וואס ער האט שווער געטראפן (און דער איד איז אליינס א שיינער ת"ח), און אזוי ווי ער האט געוואוינט בשכינות פון ר' משה יודא'ן פלעגט ער אים כסדר פרעגן.

זאגט מיר דער איד, ר' משה יודא איז געווען מיין קאמפיוטער. וואס איך האב אים געפרעגט האט ער מיר געענטפערט אויפן ארט. יעדן ראשון, יעדן אחרון, אבער ממש אלעס. פארציילט ער מיר אז איינמאל האט ער געזוכט א ווארט פון שימלוי'ער רב און האט עס נישט געקענט טרעפן. פונקט טרעפט ער אן ר' משה יודא'ן אויפן גאס און ער פרעגט אים צו ער ווייסט אפשר ווי דער שימלוי'ער רב שרייבט דאס. אויפן ארט זאגט ער אים, יא, אין מס' קידושין און אפילו אויף וועלכען דף. אפאר שעה שפעטער, ווען ר' משה יודא איז געגאנגען צו מנחה מעריב, גייט ער אדורך דעם הויז פון דעם איד און קלאפט אריין צו אים און ברענגט אים דער ספר און ווייזט אים פונקטליך ווי דאס איז אז יענער זאל דאס קענען זעהן אינעווייניג.

און דאס איז געווען ווען ער איז נאך געווען בערך 30 יאר אלט.
זונטאג מערץ 06, 2016 11:47 am#48
Re: ברוך דיין האמת
האמיר געהאט די זכיי' פאר נאנט צו 11 יאר צו קענען דעם נפטר זצ"ל פון די נאנט
א שאד מיר האבן נישט מער הערכה און שעצונג געהאט צו אזא לעבעדיגע ספר תורה וואס האט זיך געדרייט ארום אינז
לאמיר זיך פארנעמען פון היינט אן צו שעצן מער און מעריך זיין די ערך פון לעבעדיגע ספרי תורה הממיתים עצמם על תורתינו הקדושה
ת.נ.צ.ב.ה.

יא יא האט געשריבן: ליגט ער נישט און איין ביה"ח מיט מורו ורבו זצ"ל וואס פארשטיי מיר אונז חשבונות פון הימל

ער ליגט יא זייער נאנט לרבו ער איז א תלמיד געווען פון הגאון רבי משה יאזעפאוויטש זצ"ל ער ליגט ממש סמוך ונראה צו אים
מאנטאג מערץ 07, 2016 1:11 pm#49
Re: ברוך דיין האמת
אה תלמיד רביה"ק זצ"ל האט מען געמיינט ר' משה יאזעפאוויטש נישט געוואוסט אז מ'האט שוין געגעבן פאר ר' משה דעם טיטול

סארי מיס אינפאו אויבן אויף האב איך פארשטאנען אז מ'מיינט דעם סאטמאר רב הדברי יואל ז"ל נישט געטראכט אז מ'רעדט פון ר' משה ע"ה

מ'דארף זעהן עפעס א חלוק צו מאכן ווען מ'שרייבט דעם טיטול אז מ'זאל וויסן גלייך פון וועם מ'רעדט מ'זאל נישט מיינען אז מ'רעדט פונעם סאטמאר רב ז"ל מ'זאל וויסן גליך אז מ'רעדט פון ר' משה ע"ה

און נאך א זאך איז מיר אינטערסאנט געווען אז מ'האט אים געלייגט ערגעץ אנדערש נישט נעבן זיין טאטן ז"ל וואס ער איז דאך געווען זיין ממלא מקום אבער היות אז מ'האט אים געלייגט נעבן זיין רבי'ן ר' משה פארשטיי איך שוין שרבו מביאו לחי' העולם הבא

און א וודאי איז עס א גרויסע כבוד פאר ר' משה ע"ה אז זיין תחמיד ליגט נעבן אים זוי האט ער כאטש עפעס א תלמיד חכם נעבן אים ווייל ווי איך כאפ מיך יעצט ליגט ר' משה ע"ה אויך נישט אינעם זעלבן ביה"ח פון די סאטמערע רביים זצ"ל אבער קען זיין וועגן דעם היות ר' משה האט דאך געהאט אסאך תלמידים זאלן זיי אלע קענען ליגען נעבן אים
בלאט: 1 2 3