געשמאקע שיעור אין בארא פארק געזוכט
ווי אין בארא פארק איז דא א געשמאקע שיעור, עין יעקב, נך וכדו' נישט פאר אלטע מענטשען ווי מען קען זיצין אן היט אין רעקיל נאכט צייט ישר כח
25 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
השר מקוצי האט געשריבן:א שיינע זאך אזא חשובער בחור ווי אנפין נהירין זיכט ביינאכט זיך צו קובע זיין עתים לתורה, איך מיין אז אין ביהמ''ד 53 איז דא ביינאכט געשמאקע שיעורים.
ראש הקהל האט געשריבן:אנפין נהירין האט שוין באלאכטען זיין פנים אויף אנדערע מקומות ווער ער איז, מעגליך ער האט א גע'גנב'טע נאמען
גרויזאמער האט געשריבן:פרוביר ר' משה זויבערמאן אין שומר שבת יעדע נאכט, עפעס איינס אין דער וועלט.
אנפין נהירין האט געשריבן:זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה!!!!
איך בין יעצט געווען דער ערשטער מאל ביי א שיעור, איך האב שוין מסתמא נישט געלערנט א לאנגע צייט געהעריג. און היינט ביינאכט בינעך געווען ביי א שיעור וואו מען האט פארגעלערנט מסילת ישרים, מיט משנה ברורה סוף הלכות לולב, און ער האט געזאגט אז מען גייט שוין באלד אנהויבן הלכות חנוכה. עס איז געווען זייער געשמאק און איך האב עס זייער ענדזשויט, לאמיר האפן אז איך גיי אנהאלטן די קביעות עיתים.
א גוטע נאכט יעדער.