הויפט זייט » שלום עליכם » ברוכים הבאים צו "דער קרעטשמע" » "דער קרעטשמע" בליעט! געדולד ביטע

"דער קרעטשמע" בליעט! געדולד ביטע

11 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #79
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך יולי 09, 2014 11:21 am#1
"דער קרעטשמע" בליעט! געדולד ביטע
א גוטן חשוב'ע חברים, הע"י.

ווי די טעג ריקן זיך, האלטן זיך ב"ה אין איין איינשרייבן נאך ניקס, און די צאל אשכולות און תגובות זענען מטפס ועולה קע"ה.

דער הנהלה לייגט אריין שווערע כוחות אז דאס פלאץ זאל זיין בא'טעמ'ט און געשמאק, אבער ס'וועט נאך נעמען צייט ביז ס'וועט זיין א דבר נאה ומתקבל. בויען א וועב-זייטל גייט נישט פון איין טאג צום צווייטען און מיר בעטן דער עולם זאל זיך אנגארטלען מיט געדולד, און מיט דער צייט וועט אלעס, בעזר השם, אריינפאלן אין פלאץ.

מיר בעטן אויך, אז ווער ס'האט סיי וואספארא הערה אדער קריטיק, זאל עס ביטע איבערגעבן פאר די אחראים/מנהלים, פריוואט אדער דא אין פארום, און מיר וועלן זיך אפגעבן דערמיט בס"ד. נאכאמאל, ווי געזאגט וועט נעמען צייט ביז אלעס וועט זיין כדבעי', און מיט אייער הילף וועט די פראצעדור נעמען שנעלער.

דערביי ניץ איך דאס געלעגענהייט צו באגריסן די נייע חברים, יהי בואכם לברכה להרמת קרן הקרעטשמע.
זונטאג יולי 20, 2014 3:34 pm#3
Re: "דער קרעטשמע" בליעט! געדולד ביטע
נאך א צייט אפשניט פון באלד א וואך וואס די קרעטשמע האט נישט צובאקומען קיין פרישע מעמבער'ס, מעלדן מיר יעצט מיט פרייד אז היינט איז ב"ה צוגעקומען 2 נייע מעמבער (עולם און שעפטל), יהא בואם לברכה.
דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:09 am#5
Re: "דער קרעטשמע" בליעט! געדולד ביטע
ב'ה די קרעטשמע בליט, אזש די מנהלים און אחראים זענען פארנומען ביז איבערן קאפ.
חוץ טאמער איר האט אן אנדערע ערקלערונג פארוואס זיי קאנטאקטן מיר נישט.
דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:17 am#6
Re: "דער קרעטשמע" בליעט! געדולד ביטע
אלע מנהלים און אחראים האבן א אישי קעסטל ווי מען קען זיי שיקן פאסט, אז איר האט עפעס פארצושלאגן שיקט עס אריין פאר זיי.
דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:25 am#7
Re: "דער קרעטשמע" בליעט! געדולד ביטע
שלומיאל האט געשריבן:אלע מנהלים און אחראים האבן א אישי קעסטל ווי מען קען זיי שיקן פאסט, אז איר האט עפעס פארצושלאגן שיקט עס אריין פאר זיי.


ס'גוט
דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:34 am#9
Re: "דער קרעטשמע" בליעט! געדולד ביטע
איך מיין צו זאגן אז מיר איז עס גוט. אז זיי ווילן נישט, איז נישט.
דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:57 am#10
Re: "דער קרעטשמע" בליעט! געדולד ביטע
ווער זאגט אז זיי ווילן נישט? האסט עס דען פארגעשלאגן פאר זיי?

נארמאל קומט עס אז ווען איינער האט א פארשלאג שלאגט ער עס פאר אין פאבליק אדער אין אישי.
נישט מ'מעלד בשער בת רבים שמעו נא רבותי איך האב א פארשלאג און איך ווארט אויף כבוד עטס זאלסטס אריינקלאפן צו מיר אין אישי צו הערן וואס איך האב צו זאגן.

פארשטאנטא?