איינער פרעיגט
וואס טי איך אז זי ווייזט נישט ארויס קיין שום אינטרעסט און מיר?
דע קשיא איז זייער כלליות'דיגע שאלה, וואס קען האבען 100טער בחינות וואס דאס מיינט "קיין שום אינטרעסט"
לאמיר רעדען אויפן פשוט'סטען אופן, ווען די קימסט אהיים קיק זי אינגאנצען נישט אויף דיין זייט, זי וועט ווייטער רעדען מיט אירע חבר'טעס אדער געשוויסטער אויפן טעלעפאן כאילו די עקזעסטירסט נישט
וואס איך וואלט דיר געזאגט דע ערשטע זאך זייער וויכטיג הייב נישט אן צי מאכען קיין חשבונות כאילו עפעס גייט פאר, אז זי האט אויף דיר עפעס א שלעכט אויג, טראכט גיט וועט זיין גיט , עס קען זיין איר חבר'טע אדער שוועסטער איז איר פשוט מער אינטערסאנטער ווי איר מאן, און זי האט פשוט נישט דע שכל נישט ארויס צי ווייזען, און דיין ארבערט דארף פשוט זיין אז די זאלסט זיין אינטערסאנטער.
עס איז דא א גמרא איך געדענק נישט גענוי ווי דאס איז, אז דיין ווייב איז קליין בייג דיר אראפ צי איר, וואס דער פשט איז, נארמאל איז מאנספערזאן קליגער פין דע פרוי, אזוי האט דער אייבישטער באשאפען דע בריאה, כאטש און געוויסע זאכען האבען זיי א בינה יתירה, פין דעסטוועגען דאך זענען דע מענער פיל א קליגערע זאך, און דאס איז איינע פין דע טעמים פארוואס זענען מענער מחיוב און מער מצות
פארוואס זאג איך עס אייך? ווייל עס מאכט זיך זייער א סאך מאל אז מענער האבען נישט קיין געדילד צי דע ווייבערישע געשמיכסעכס, און אזוי אויך פארקערט זיי האבען נישט קיין געדילד צי דע נייעס פין דע מענער, און דע פועל יוצא פין דיעם איז אז במשך דע צייט פארלירען זיי דע אינטרעסט צי פארברענגען מיט זיי.
פאר דעים איז זייער א וויכטיגע זאך א מאן זאל וויסען און וואס זיין פרוי האט א אינטרעסט און פין דיעם מאכען דע שמיעס, און מען דארף צילייגען א סאך קאפ און שכל צי דיעם, דאס גייט נישט מיט איינמאל ער דארף לאזען זייער סאך רעדען ביז ווי לאנג ער כאפט און ווספארא טעמע'ס זי גלייכט דע מערסטע, איינמאל ער כאפט דאס, דארף ער זיען אביסעלע צי פארשטיין און מאכען א שמיעס פין דיעם און ארויס ווייזען א פילע אינטרעסט און דיעם, למשל אז זיין ווייב גליייכט זייער צי טיען און רעסעפיס ברויך ער זיך אביסעל אריין לייגען און דיעם אזוי פיל אז ער זאל קענען זאגען א פאר הערות, ווייל באמת ווען מען פארברענגט מיט א פרוי דארף מען 80% הערען און נאר 20% רעדען, ווייל דע טבע פין א מענטש איז ווען איינער הערט אים אויס און איז אינטערסירט און אים באקימט ער א מורא'דיגע געפיל צי יענעם, פארדעים דארף ער זיך נישט ציפיל אריין לייגען נאר אויף אזוי פיל אז ער זאל פארשטיין וואס זי רעדט און איר קענען געבען דע געפיעל אז ער פארשטייט וואס זי זאגט
נארמאל נאך א וואך צוויי וועט זיך דער גאנצער בילד טוישען אויב דאס איז דע סיבה
אויב ח"ו עס טוישט נישט דיעם בילד וועל איך אי"ה האפענטליך מארגען ווייטער ממשיך זיין
נ.ב. באמת האב איך אינזינען געהאט ארויס ציברענגען א שטיקעלע בילד פין דע אזוי געריפענע עסקנים, זאכען וואס איך ליידער מיטגעהאלטען מיט מיינע אייגענע אויגען ר"ל, ווי אזוי זיי האבען חרוב געמאכט אידישע שטיבער פשוט צי באפרידיגען זייערע תאוות ,נאר איך קען אביסלע באשטיין צי רעדען קודם פין פאזעטיווע זאכען , ועוד חזון למועד