הויפט זייט » שמועסן » נייעסער און באריכטן » פאליציי ברוטאליטעט

פאליציי ברוטאליטעט

30 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

80 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 82 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #249
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג יאנואר 25, 2015 1:47 am#1
Re: פאליציי ברוטאליטעט
יעצ איבערגעקיקט די ווידעא פון די פאליס מממש א פאלנע רציחה

עס גייט נישט דורך אפאר סעקונדעס אין ער שיסט שוין
זונטאג יאנואר 25, 2015 2:01 am#2
Re: פאליציי ברוטאליטעט
בראך כתב:יעצ איבערגעקיקט די ווידעא פון די פאליס מממש א פאלנע רציחה

עס גייט נישט דורך אפאר סעקונדעס אין ער שיסט שוין

אפאר סעקונדעס פין וואס?
זונטאג יאנואר 25, 2015 2:14 am#3
Re: פאליציי ברוטאליטעט
1) דער גאשאסענער איז געזעצן דרייצן יאר אין תפיסה ווייל ער האט געשאסן אויף דריי ניו דזשערסי סטעיט טרופערס, למזל זענען זיי נישט געשעדיגט געווארען.

2)דער גאשאסענער האט א לענגערע רעקארד פון ארעסטן שוין נאכן ארויסקומען פון תפיסה.
די ארטיגע פאליציי קען אים שוין זייער גוט און זיי ווייסן זיין רעקארד פון שיסן אויף פאליציי, דער שווארצע אפיסער וואס האט אים געשאסן האט אליין אים שוין ארעסטירט לעצטנס אויף דראג פארלעצונגען.

סאיז נישט מער ווי נארמאל אז ווען משטעלט אפ אזא איינעם און מטרעפט א גאן אין די גלאוו קאמפארטמענט, זע די ווידיאו - זאלן די אפיצירן ארויפגיין אויפן העכסטן אלערט.
אין ווען דער חכם האט נישט געפאלגט וואס מען הייסט אים , נאר דירעקטלי עפראוטשט די אפיסער האט ער זיך אליין געשטעלט אויף א סוסייד מישען.

באט עניוועי, די פאליס אפיסער וואס האט געשאסן איז א שווארצער, ער מעג. נאר א ווייסער טאר נישט.
זונטאג יאנואר 25, 2015 2:48 am#4
Re: פאליציי ברוטאליטעט
אויף ענגליש זאגט מען

Good riddance

א מענטש וואס פארשטייט נישט קיין ענגליש און פאלגט נישט וואס מען הייסט אין אזא ערענסטע מצב איז א מתחייב בנפשו.

דער פאליס איז נישט מחויב און טאר נישט איינשטעלן זיין לעבן, ווען מען דארף שיסן שיסט מען אויף צו מאכן אומשעדליך די שנעלסטע וואס מען קען.
זונטאג יאנואר 25, 2015 2:51 am#5
Re: פאליציי ברוטאליטעט
דער פאליציאנט דרייט זיך ארום מיט געווער איינגעהאלטן. ער וויל זיך אמאל אויסגעבן. עפעס נאר היימישע ווילן זיך אמאל אויסגעבן נאכן זיך איינהאלטן? במילא ווען ס' קומט אונטער א זאך וואס דאכט זיך זיי אז אאפס דער שגץ דא דארף מען מסדר זיין ווייל מ' האט אים געפאקטט ביי די מעשה פארלירן זיי זיך
זונטאג יאנואר 25, 2015 3:22 am#6
Re: פאליציי ברוטאליטעט
גאלדגרוב כתב:דער פאליציאנט דרייט זיך ארום מיט געווער איינגעהאלטן. ער וויל זיך אמאל אויסגעבן. עפעס נאר היימישע ווילן זיך אמאל אויסגעבן נאכן זיך איינהאלטן? במילא ווען ס' קומט אונטער א זאך וואס דאכט זיך זיי אז אאפס דער שגץ דא דארף מען מסדר זיין ווייל מ' האט אים געפאקטט ביי די מעשה פארלירן זיי זיך

זייט אייך פליז אביסל מער מסביר, ווייל אזוי פארשטיי איך נישט קיין מילה.
פרייטאג אפריל 10, 2015 6:15 am#7
Re: פאליציי ברוטאליטעט
די פרישע רציחה אין סאוט קאראליינע, וואס האט נישט קיין שום תירוץ אין די וועלט ווי ער מעהג עהם דערשיסן ווייל ער לויפט אוועק, מאכט מיר ערנסט טראכטן אז מ'ברויך זיי אלע אוועקנעמען די געווער
m https://vimeo.com/124336782 m
m https://en.wikipedia.org/wiki/Shooting_of_Walter_Scott m

אמת עס זענען אויך פארהאן אנשטענדיגע פאלציי, אבער גאהר אסאך זענען נישט. און אויב האט ער געהאט א שוועהרן טאהג אדער איינער מאכט עהם פראבלעהמען וועט ער דיר דערשיסן און שוין אויסטראכטן עפעס א ליגנט.
און מ'וועט עהם גלייבן: איינס וויל דו ביסט טויט און צווייטנס ווייל דער הויעכגעשעצטער טוט דאך אונדז באשיצן - מ'פארגעסט אז ס'איז זיין דזשאב אויף וואס ער באקומט באצאהלט און אז ער האט מורא זאל ער עס נישט אננעמען
און באמת איז עס דאך א סייקל, מ'שיסט זיי ווייל זיי שיסן אומבארעכטיגט; טא זאלן זיי אויפהערן שיסן און אפשטעלן דעהם גלגל החוזר

זעהט אויף די ליסטעס וואו דעי חברה שיסן טעהליך רעכטס און לינקס m https://en.wikipedia.org/wiki/List_of_k ... ted_States m זייער אסאך בטעות "מיינענדיג" אז ער האט א גאן
ווער ווייסט וויפל דערפון איז צוליב כעס און פערסאנעל איגאו. זייער א סאך פון אונדז האבן שוין בייגעוואינט ווי זיי זאהגן ליגנט. ווען נישט די ווידיאו'ס וואלט מען די יעצטיגע און גארנער'ס אויך נישט געוואוסט

ס'איז פארהאן לענדער וואו די פאליציי האבן נאר ביקסן אין ספעציעהלע אומשטענדן און די קרימינאלע ראטע איז דארט נישט העכער און פאליציי וועהרן נישט מעהר געשאסן צוליב דעהם
m http://www.washingtonpost.com/blogs/wor ... orks-well/ m

א דעבאטע אין די נושא: m http://www.debate.org/opinions/should-police-carry-guns m
זונטאג אפריל 12, 2015 1:55 pm#8
Re: פאליציי ברוטאליטעט
אויב מיינסטו אז אוועקנעמען די געווער וועט שוין יא העלפען ווייס איך שוין נישט....

א פרישע ווידיא איז יעצט ארויסגעקומען ווי א פאליציי אפיציר שוין נאכן אראפפינען דעם סאספעקט אויף דער ערד שרייט ער צו זיין k9 הונטעל "קאם געט הים! געט הים!". און דאס הונט באפאלט אים און צובייסט אים, און דער סאספעקט איז אויסגעגאנגען צום טויט אינם אמבולאנס אויפן וועג צום שפיטאל

די צוויי אפיצירן וואס האבן אויסגעפירט דעם ארעסט זענען דערווייל סוספענדירט געווארן

m https://m.youtube.com/watch?t=11&v=uFnk2rhERCY m


m http://www.foxnews.com/us/2015/04/10/vi ... s-outrage/ m
זונטאג אפריל 12, 2015 2:58 pm#9
Re: פאליציי ברוטאליטעט
ליין די ארטיקל, די פאליציי פארענפערן זיך גאנץ גוט.
זונטאג אפריל 12, 2015 5:29 pm#10
Re: פאליציי ברוטאליטעט
איך האב געליינט דעם ארטיקעל, זיי האפן צו קענען אויפווייזען אז זיין שטארבען האט געהאט צוטוהן בלויז מיט א דראג אווערדאז, אבער מיר גייט בכלל נישט אן פון וואס ער איז געשטארבען! גיט א קוק אויפן ווידיאו, צוויי ניכטערע אפיצירען קענען זיך נישט באכלעפטשענען צו הענדקאפען א שוואכע צוקלאפטע שיכור אנעם זיך באגיין מיט ברוטאליטעט??

איינס פון צוויי, אדער קענען זיי טאקע נישט דאן פעלט זיי בעסערע טרעינונג, אויב קענען זיי יא נו וואס דער צולאזעניש מיטן הונט
מאנטאג אפריל 13, 2015 1:34 am#11
Re: פאליציי ברוטאליטעט
זיי זאגן אויך אז פארדעם האט ער פרובירט צו כאפן א גאן
מאנטאג אפריל 13, 2015 12:55 pm#12
Re: פאליציי ברוטאליטעט
ווען די מידיע האט ענדליך אנגעהויבן רעדן וועגן די שווארצע נאקאאוט "געים," האט זיך אויף יוטיוב געדרייט א ווידעא פון א שווארצער וואס זאגט דברי כיבושין פאר זיינע יונגע ברודער וואס טוען די נארישקייט און "שפילן" די אכזריות'דיגע און צעדרייטע אטאקע אויף אנדערע.
כגיי מיר נישט באציען צו וואס ער זאגט דארט, וויבאלד דארט רעדט ער נישט פון די סארט עניינים, אבער איין זאך וואס ער זאגט דארט און ער איז 100 פראצענט גערעכט מיט דעם אויב נישט מער.
ער זאגט דארט "סאיז נישטא וואס צו מאכן, די פאליציי איז אן ארגאניזירטע מאפיא וואס די ציל פון דעם מאפיא איז, צו האלטן ארדענונג אין שטאט, איינער וואס פרובירט צו שטעערן דעם ארדענונג וועט די שטאטס געשטעלטע מאפיא אונטערנעמען אלעס אין דער וועלט, לויט זייערע רולס און כללים, וואס רעכנט אריין אין זיך הרג'נען, דער מענטש וואס שטערט דעם ארדענונג אין שטאט. נאכמער פונדעם, די פאליציי/מאפיא באקומט די פולע בעקאפ פון די שטאט טאטעס/געזעצגעבער און די יוסטיץ/געריכט. די פאליציי/מאפיא ווערט ענדערש געגלייבט און האט אלע רעכטן פון די צווויי אנדערע מאפיאנערישע ארגאניזאציעס וואס וואשן די הענט איינער פארן צווייטן, צו קאווערן און בעקן איינער דעם צווייטן.
דעריבער, ראט איך פאר יעדע מענטש נישט צו זיין אן אויבער חכם, קיינער וויל נישט האבן קיין מגע משא מיט די מאפיא, ווייל ווער האט דען נישט מורא פון זיי?! אויב איז דיין לעבן דיר טייער, הייב זיך נישט אן ארומצושלאגן מיט די מאפיא וואס פירט די ארדענונג אין שטאט, ווייל ער וועט דיר מסדר זיין אדער אפילו אומברענגען!"
דאס איז בערך די דברות קודש פון יענע שווארצער, וואס הגם ער נוצט דאס לגבי די נאקאאוט געים, מיין איך, קען דאס באנוצט ווערן יעדעס מאל וואס די פאליציי הרג'עט א פארברעכער אזוי שנעל.
אויב איז דיין לעבן גוט פאר דיר, הער דיך צו צו וואס די מאפיאנער/פאליציאנט באפעלט דיר צו טוען, אויב נישט וועט ער שיסן.
דינסטאג אפריל 14, 2015 8:25 pm#14
Re: פאליציי ברוטאליטעט
זייער ריכטיג ארויסגעברענגט מומר, אבער ראנג איז עס נאכאלץ בפרט ווען זיי פארקויפן זיך אלס justice
און אונז המון עם מוז עס נישט טאלערירן און מעג פרובירן עס אויסצורייסן
מיטוואך אפריל 15, 2015 11:27 am#15
Re: פאליציי ברוטאליטעט
טשאקלעד כתב:ער האלט אז די פאליציי האלט ארדענונג אין שטאט סא מיט וואס זענען זיי מאפיא

מיט דעם אז זיי באנוצן זיך מיטן כח פון געוואלד און געווער, אונטערצוברענגען איינער וואס פירט זיך אויף אנדערש ווי די באשטימטע רולס.

ממעג קריטיקרן און אראפרייסן די פאליציי, קיינער זאגט נישט אז זיי זענען העכער פון א צווייטן, אבער געדענק מר שרייבער אויב טאלערירסטו נישט די פאליציי און ווילסט אויסרייסן זייער זיך באנוצן מיט געוואלד, מוזטו דאס טוען אויף די וועג וואס זיי האבן באשטימט, אדער קריטיקרן אדער גיין צום געריכט וועלכע דינט למעשה צו וואשן דעם האנט פארן פאליציי נארמאלערהייט.
אויב פרובירסטו זיך קעגנצושטעלן צו פאליציאנט לייגסטו זיך אריין אין א לייבנגרוב און דיין לעבן אין געפאר אפטמאל.
דינסטאג אפריל 21, 2015 5:58 pm#17
Re: פאליציי ברוטאליטעט
טשאקלעד כתב:די רולס זענען די געזעץ אין די געזעץ איז באשאפן דורך פאלקס ערוויילטע


יא, די פראבלעם איז אבער אז די פאליציי פאלגען נישט די רולס,

סתם גיין ריינוואשען אלעס וואס זיי טוהן, און ווען אימער זיי הרגענען זאגען אז דעם שווארצען איז זיך עס זיכער געקומען איז סתם נאריש, קוק אויף דעם אינצידענט אין סאוט קעראליינע, פארן חטא פון אוועקלויפן נעמט ער זיך שיסן אוף אים און נישט איין מאל נאר עטליכע מאל ביז ער דערהרגט אים, און נאכדעם גייט נאך דער ביליגער פאליסמאן און לייגט אראפ זיין טעיזער לעבן דעם האלב טויטע פייגער, צו קענען פאבריצירן א ליגענט אז דער סאספעקט האט פרובירט ארויסשלעפן דעם טעיזער בשעתן ארעסטירן.

פארשטייט זיך דאס מיינט נישט אז אלע זענען קאראפטירט, און אז מדארף נישט רעספעקטען וואס זיי טוען, אבער ווען א פאליס באגייט אן אומרעכט און טוט א ציווילדעוויטע זאך על לא דבר פארוואס זאל ער ער נישט סופערען די קונסיקווענצען

און יא סהאט זיך געענדיגט דעי צייטן אז פאליס טוען וואס זיי ווילן און זענען אייביג אוטעמאטיש גערעכט, און די לעצטע יאר צייט אליין איז פארגעקומען איבער צען אינצידענטען וואס מהאט נישט דורכגעלאזט, און מהאט גוט באשמירט אין די מידיע, אפגעזען צו מהאט זיי געפונען שילדיג צו נישט, איז עס אבער פיינע קאפוויי און בכלל נישט באטעמט פאר זיי, און סהאט זיכער א פאזיטיווע עפעקט, א פאליס טראכט שוין היינט לענגער פאר ער קוועטשט דעם צינגעל ווי פאר פינף יאר צירוק
מיטוואך אפריל 22, 2015 6:54 pm#18
Re: פאליציי ברוטאליטעט
סא לייג זיי נישט אראפ ווי א מאפינארישע גרופע, ווי דער יעניגער האט זיך אויסגעדריקט,
מאנהעטן איז א מאפיאנערישע שטאט ווייל עס וואוינען דארט פיפציג גענגעסטערס?
דינסטאג אפריל 28, 2015 6:35 am#19
Re: פאליציי ברוטאליטעט
יענע וואך האט א פאליס איינגעזעצט א שווארצין אין באלטימור און יענער איז גישטארבען אין פליס קאר פון א ציבראכענע שדרה

פון נעכטען נאכט האט זיך אנגעהויבען ריאטען פון די שווארצע מאסען מען מאכט חרוב די שטאט עס טיט זיך א איבער קערניש איבעראל מע פלינדערט און פאברענט קארס שוין דא אסאך פארווינדעטע פאליס אפיסערס

זיי טיען א עולה אבער איך פאשטיי זייער אויפגעברויזט קייט, עס איז א הפקר וועלט מיט די פאליס, אבער אסאך צחווילע אימשולדיגע ווערען יעצט באשטראפט אל לא עוול בכפם
זונטאג יוני 07, 2015 8:40 pm#20
Re: פאליציי ברוטאליטעט
אין שיקאגא האט מען גערופן די פאליציי פאר א גרופע מיידלעך וואס האבן גענוצט א שווים באסיין אן ערלויבעניש, אויף א קליפ זעהט מען ווי א פאליציאנט טראסקעט ברוטאל אראפ א פרוי אין שווים קליידונג און זיצט מיט זיינע קניען אויף איר רוקן.

אויך שרייבן זיי אז מען זעהט ווי ער פאכעט מיט א רעוואלווער פאר אנדערע יונגען, מיר אבער איז די שריט גראדע פארשטענדליך זינט די חברה דארט קוקן אויס ווי זיי ווילן ארויסראטעווען די פרוי פון איהם.
זונטאג יוני 07, 2015 11:56 pm#21
Re: פאליציי ברוטאליטעט
someone כתב:אין שיקאגא האט מען גערופן די פאליציי פאר א גרופע מיידלעך וואס האבן גענוצט א שווים באסיין אן ערלויבעניש, אויף א קליפ זעהט מען ווי א פאליציאנט טראסקעט ברוטאל אראפ א פרוי אין שווים קליידונג און זיצט מיט זיינע קניען אויף איר רוקן.

אויך שרייבן זיי אז מען זעהט ווי ער פאכעט מיט א רעוואלווער פאר אנדערע יונגען, מיר אבער איז די שריט גראדע פארשטענדליך זינט די חברה דארט קוקן אויס ווי זיי ווילן ארויסראטעווען די פרוי פון איהם.

You probably meant to say Taxes
מאנטאג יוני 08, 2015 12:14 am#22
Re: פאליציי ברוטאליטעט
גערעכט, עס געליינט אין 'טשיקאגא' טריביון און זיך טועה געווען ביים שרייבן.
מאנטאג יוני 08, 2015 4:33 pm#23
Re: פאליציי ברוטאליטעט
someone כתב:אויך שרייבן זיי אז מען זעהט ווי ער פאכעט מיט א רעוואלווער פאר אנדערע יונגען, מיר אבער איז די שריט גראדע פארשטענדליך זינט די חברה דארט קוקן אויס ווי זיי ווילן ארויסראטעווען די פרוי פון איהם.

איך זעה יעצט אז די טומל איז מער צוליב דעם שריט ווי איבער דאס זיצן אויף די מויד'ס רוקן, זינט זיי זענען צענערלינגען און זענען געווען אומבאוואפענט.
מיטוואך יולי 01, 2015 4:14 pm#24
ראיאטן אין די האג
אין די פארגאנגענע טעג האבן פראטעסטירער ראיאטירט אין די שטאט האג, קעגן פאליציי ברוטאליטעט און מענטשן רעכט פארלעצונגען וואס די ארטיגע פאליציי באנוצט זיך קעגן אימיגראנטן און טוריסטן.
א טוריסט, מיטש ענריקעז פון ארובא, אין די קאריביען אינזלען, איז פאריגע סוף וואך דערשטיקט געווארן צום טויט דורך פינף פאליציי אפיצירן, וועלכע האבן חושד געווען אז ער איז באוואפענט.
נאך א פאטאלאגישע אפעראציע, איז קלאר געווארן, אז ער איז ניט געווען אונטערן איינפלוס פון אלקאהאל אדער דראגס, ווי אויך איז ער בכלל נישט געווען באוואפענט. אין האלאנד האט דאס פארשאפט ערנסטע פראטעסטן אין די פאר טעג, וועלכע פארגלייכן די פאסירונג צו דאס וואס קומט פאר אין די פאראייניגטע שטאטן, מיט די פאליציי קעגן שווארצע.
אין האלאנד טענהן די פראטעסטירער, זענען די פאליציאנטן אסאך שטייפער קעגן עמיגראנטן און באזוכער ווי צו די לאקאלע באפעלקערונג.
די פינף פאליציאנטן זענען דערווייל אויפגעזאגט פון זייער ארבעט. די מארד איז פארגעקומען ביי א פעסטיוואל.
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 8:49 pm#25
Re: פאליציי ברוטאליטעט
א סטודענט אין סקול האט זיך געשפילט מיט איר טעלעפאן, די טיטשער האט געהייסן אוועקלייגן, נישט געפאלגט, ארויסגעשיקט, ווייטער נישט געפאלגט, האט די טיטשער אריינגערופן די סקול פאליציי, און קוקטס וויזוי ער איז זיך באגאנגען מיט איר,

גענוי ווי מיינע רבי'ס אין חדר... דא כאטש גייט ער באצאלן א פרייז דערפאר...



א היציגע דעבאטע אויף פאקס ניוס צו דאס איז גערעכט געווען,

m http://insider.foxnews.com/2015/10/27/m ... rest-video m
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 9:12 pm#26
Re: פאליציי ברוטאליטעט
יא, זי האט נישט געפאלגט וכו'; אבער אזא אויפפירונג - נאכדערצו אין א קלאס צימער - קען זייער שוועהר בארעכטיגט וועהרן

און אגב האלט איך אויך אז אריינווארפן דא ראסיזם איז נישט אינגאנצן אין פלאץ און קען גאהר שאַטן אויב עס וועט זיך ארויסווייזן אז ס'האט גאהרנישט געהאט צו טוהן מיט דעהם
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 10:56 pm#27
Re: פאליציי ברוטאליטעט
עס מאכט שוין אפילו נישט קיין נפקא מינה פארוואס מען האט גערופען דעם פאליציאנט. איינער וואס פיהרט זיך אזוי אין אמט באלאנגט צו אריינגעווארפען ווערן אינעם לאך און אוועקווארפען דעם שליסל. די ראסעס מאכן נישט קיין נפקא מינה.
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:45 pm#28
Re: פאליציי ברוטאליטעט
שווער צו פסקנען פון די פאר סעקונדעס.
בלאט: 1 2