הויפט זייט » שמועסן » נייעסער און באריכטן » פאליציי ברוטאליטעט

פאליציי ברוטאליטעט

50 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

80 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 82 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #249
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג יאנואר 20, 2014 3:28 pm#1
פאליציי ברוטאליטעט
פאר אידן דאכט זיך יעדעס מאל וואס מען טרעפט זיך אן מיט א פאליציאנט א שמאק, אז דאס איז אנטיסעמיטיזם. אבער אין אמת'ן זענען אסאך פאליציאנטן פשוט שלעכטע נידעריגע ליידיגייער.

וואס וועלן טיילן מכות אדער ארעסטירן צו אפילו שיסן אפילו ווען עס איז נישט וויכטיג.

פאר דעם וועלן מיר גרינדן דעם אשכול צו ווייזן פארן עולם אז עס איז א צרת רבים און מען זאל ענדערש קאמפלעינען אויף פאליציי ברוטאליטעט ווי אנטי סעמיטיזם (ווען דאס איז די פאל). און מיטהאלטן מיט די שווארצע ווען זיי וויינען דערויף, ווייל היינט איז עס מיר און מארגן איז עס דיר.




א שוידער! פאליציי צובלוטיגט א 84 יעריגער מאן פארן זשעי וואקינג.

צום מזל איז עס געווארן דאקעמענטירט דורך רעפארטערס, ווען נישט דעם וואלט מען געזאגט אז עס איז נישט אזוי פשוט, פאליציי זענען נישט קיין רוצחים וכו.

יעצט בין איך נייגעריג צו דער ליבעראלער דיבלאזיא וואס איז געווען קעגן סטאפ ענד פריסק וועט שארף רעאגירן, דערווייל האט זיין ווארטזאגער זיך אנגענומען אויף אינפארסירן זשעי וואקינג בכלליות.

ליינט אין די לינק וועגן זייער טראציגע אויפפירונג צו די משפחה, מען האט נישט צוגעלאזט די קינדער אין שפיטאל, ווייל ער איז אן ארעסטאנט און זיי האבן ארומגעפירט מיט פוילע תירוצים.

m http://nypost.com/2014/01/19/cops-beat- ... jaywalked/ m

תמונה
מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:30 pm#3
Re: פאליציי ברוטאליטעט
אמת'ע דיבורים הרב נבון

איך מיין אז דזשעי-וואלקינג באדייט אז מ'גייט אריבער דעם שאסיי נישט וואו ס'איז אנגעצייכנט פאר פיסגייער
אדער ווען ס'איז גרין פארן דרייווער

זע דא מער
m http://en.wikipedia.org/wiki/Jaywalking m
מאנטאג מערץ 24, 2014 8:48 pm#4
Re: פאליציי ברוטאליטעט
עס געשעהט אסאך צו נארמאלע פאליסלייט, נאכן זיין א שטיק צייט אויפן פארס, באקומען זיי די פילינג אז זיי זענען העכער ווי דעם פשוטן בירגער, און דערפאר קען מען זיך אויפפירן מיט ברוטאליטעט צום ציווילן בירגער.

אסאך מאל איז אבער דא קליפס וואס איך פארשטיי דעם פאליציאנט פארן טיילן מכות רצח מיט זיין נאגייקע, ווען מען האנדלט מיט א פארדראגטן 250 פונטיגע פארשוין, דארף דער פאליציאנט האקן און בראקן ביז ער ברענגט אים אונטער קאנטאל
דינסטאג מערץ 25, 2014 12:08 pm#5
Re: פאליציי ברוטאליטעט
די פאליציי טוען וואס זיי ווילן זיי האבן נישט מורא פאר קיינעם ווייל מ'גייט זיך עניוועי אננעמען פאר זיי
מיטוואך ספעטעמבער 24, 2014 4:08 pm#7
Re: פאליציי ברוטאליטעט
אנבעליוועבל!

זיי זענען אזעלכע בעלי גאווה.... מיינען זיי קענען טוהן וואס זיי ווילן אין נאמען פון געזעץ
זיי לערנען זיך נישט פון זייערע מיסטעיקס

איז עס אין אנדערע לענדער אויך אזוי?
זונטאג ספעטעמבער 28, 2014 11:28 am#8
Re: פאליציי ברוטאליטעט
איך בין נישט פון די וואס נעמען זיך אייביג אן פאר די פאליציי. זיי ניצן זיכער אויס זייער מאכט פאר אייגענע אינטערעסן. זיי טוען אסאך זאכן קעגן דעם געזעץ אן קיין שטער, בלויז פארן טראגן דעם יוניפארעם.
אבער דא אין דעם קליפ טוען זיי גארנישט מער וויפיל זיי האבן געברויכט טוהן. מ'שלאגט זיך נישט מיט קיין פאליס. סימפל!

פאר א געוויסע סיבה שפירן זיך די ניו יארקע מער פארזיכערט אין די גאסן, וויסענדיג אז ס'איז דא פאליציי וואס האלטן רואיג דעם געגענט פון פארברעכער.
פאר א געוויסע סיבה איז ער א אפיציר, און ווען ער זאגט אז מ'איז ארעסטירט, שלאגט מען זיך נישט מיט אים אפילו מ'ווייסט אז מ'איז אומשולדיג. אויב איז מען טאקע אומשולדיג, וועט מען געווינען אין קאורט. אבער נישט מיטן אריינשפרינגען און קומען זיך שלאגן מיטן פאליציאנט.

קיינער וואלט נישט געוואלט אונז זאלן אויסקוקן ווי אין א"י ווען יעדער שמויגער קען זיך קומען שלאגן מיט די משטרה. און דארט זענען דאס ביי בלויזע הפגנה'ס. שטעל זיך פאר ווען דאס שפילט זיך אפ אין ניו יארק מיט אקטועלע ברייט ביינערדיגע פארברעכער, וויזוי וואלטן די גאסן אויסגעקוקט?!

סיי די שוואנגערדיגע פרוי און סיי די אנדערע פרוי זענען זיך געקומען שלאגן מיט אים, און ער האט די רעכט צו טוהן וואס ער קען זיי צו בייקומען.
שבת נאוועמבער 08, 2014 11:44 pm#9
Re: פאליציי ברוטאליטעט
איז ער א היראו וואס שטייט אויף זיינע רעכטן אדער א אידיאט פארן נישט גלייך פאלגן א פאליס?
גיבט איהר גערעכט פארן פאליציאנט?
m https://www.facebook.com/video.php?v=549358055199235 m

איך מיין אז זיי זענען שוין צו פאראנויד
נישט פאר יעדעם וואס לייגט זיך נישט גלייך אראפ ברויך מען ארויסנעמען א רעוואלווער און רופן א מחנה בעקאפ
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 5:16 pm#10
Re: פאליציי ברוטאליטעט
דאהי כתב: מ'שלאגט זיך נישט מיט קיין פאליס. סימפל!
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 9:46 am#11
Re: פאליציי ברוטאליטעט
גרויס אויפברויז האט ארויסגעריפן די קליפ ווי מזעט א פאליס שלאגט א יונגער שווארצער ווען בלוט גיסט זיך פון זיין פנים, זייער הארציג איז ווי ער רעדט צו זיין מיידעל און איר גאנצע פנים און אלע אירע קליידער זענען פארבליטיגט!
This police abuse needs to stop!!! Brooklyn New Y…: m http://youtu.be/oloRNJKGo-M m
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 4:36 pm#12
Re: פאליציי ברוטאליטעט
די אפיציר איז א שווארצער, ער מעג, נאר א ווייסער טאר נישט
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 4:38 pm#13
Re: פאליציי ברוטאליטעט
wow

שטעל דיך אבער פאר עס וואלט געווען א ווייסער פאליציאנט.........

דאס באשטעטיגט נאר דעם פותח האשכול'ס דיבורים אז זיי זענען נישט קיין ראסיסטן און אנטיסעמיטן נאר סתם בעלי גאווה און שלעכטע מענטשן

(איך ווייס נישט וואס זיין קריים איז באמת געווען, און רעזיסטן ארעסט איז טאקע א עוולה, אבער עס קומט נישט צובלוטיגט צו ווערן דערפאר)

----- איינער האקט
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 4:41 pm#14
Re: פאליציי ברוטאליטעט
נאך אין די נייעס פון פאליצייע ברוטאליטעט
סקווערע דיין כתב:דעמאסטראציעס קומען יעצט פאר, פאר די 75'th דיסטריקט פאליס סטעישאן אין ניו יארק נאכדעם וואס א פאליס האט געשאסן צום טויט א 28 אומבאוואפענטע מענטש.



l viewtopic.php?p=10815#p10815 l
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 6:17 pm#15
Re: פאליציי ברוטאליטעט
דארט איז נישט געווען קיין ברוטאליטעט נאר פשוט א טעות, אדער בעסער געזאגט אומקאמפעטענס
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 6:58 pm#16
Re: פאליציי ברוטאליטעט
קען מיר איינער מסביר זיין וואס די פאליציאנט טיט ראנג?
די ווייס גיי פאברעכער ריסיסט ארעסט אין די פאליציאנט פראבירט אים צי באקימען אינטער קאנטראל, מזעט נישט אז. ער זאל. אים אנהאקן מיט א בלעק דזעק אין דורך דעם גיסט די בליט,

סך הכל האט די פאברעכער איינגעגאנגען אויף א געשלעג מיטן פאלציאנט אין די פאליציאנט טיט נישט קיין שום עקסטרים זאך.
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 8:44 pm#19
Re: פאליציי ברוטאליטעט
רעסיסטן ארעסט איז א זאך וואס מדארף שטרענג אינפארסן, אז נישט זענען די פאליציי נישט אין ביזנעס ודו"ק
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 10:40 am#20
Re: פאליציי ברוטאליטעט
מען דארף זיך נעמען און די האנט, זיך דרייען מיט ביקסען על כל פאליס שלא תבוא, מען וועט דער שיסען אפאר פאליציי צום טויט וועט זיך די גאנצע זאך אויפהערן, איך מיין, דעס איז נישט נארמאל.
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 10:58 pm#21
Re: פאליציי ברוטאליטעט
די ניגערס אין פירגסאן מיזארי זענען קאמפס גרייט נאכדעם ווי די פסק איז ארויסגעקימען היינט נאכט אז די פאליציאנט וואס האט דערשאסן א שווארצן א צייט צירוק איז אימשולדיג.
די שווארצע האבן געטראפן א גיטע געלעגנהייט ווי אויסציגעבן זייערע מידות מושחותות אין זענען גרייט צי רצחנען אין שלאגן ווייל מען האט נישט געטין פינקט ווי זיי האבן געוואלט.
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:00 pm#22
Re: פאליציי ברוטאליטעט
יעצט געהערט פון געהיימע מקורות אז די סיקרעט סערוויס איז קאמפס גרייט צו באהאנדלען אויב אבאמא ווערט ציווילדיוועט!!
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:07 pm#23
Re: פאליציי ברוטאליטעט
כמיין אז פורגעסאן פארדינט א עקסטערע אשכול. סוועט זיין אסאך נייעס לכאורה.
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:09 pm#24
Re: פאליציי ברוטאליטעט
LOVE כתב:כמיין אז פורגעסאן פארדינט א עקסטערע אשכול. סוועט זיין אסאך נייעס לכאורה.

"המתחיל במצוה אומרים לו חמור"
די עפן מיר זענען גרייט
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:12 pm#25
Re: פאליציי ברוטאליטעט
געוועזענע מעיאר דזשוליאני האט זיך אויך געלאזט הערן איבער די טונקלהויטיגע פראבלעם

"פארוואס איז א געסערע פראבלעם ווען א ווייסער דערהארגעט א שווארצן פאברעכער, אינדערצייט וואס 90 פראצענט שווארצע ווערן געהארגעט דורך שווארצע"

איז א סטיטמענט וואס דזשוליאני האט דערמאנט
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:15 am#26
Re: פאליציי ברוטאליטעט
סקווערע דיין כתב:יעצט געהערט פון געהיימע מקורות אז די סיקרעט סערוויס איז קאמפס גרייט צו באהאנדלען אויב אבאמא ווערט ציווילדיוועט!!

אוי האסטו מיך מחיה געווען מיט דיין טייערע ווארט! :lol: :lol: :lol:
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:22 am#27
Re: פאליציי ברוטאליטעט
טשאקלעד כתב:קען מיר איינער מסביר זיין וואס די פאליציאנט טיט ראנג?
די ווייס גיי פאברעכער ריסיסט ארעסט אין די פאליציאנט פראבירט אים צי באקימען אינטער קאנטראל, מזעט נישט אז. ער זאל. אים אנהאקן מיט א בלעק דזעק אין דורך דעם גיסט די בליט,

סך הכל האט די פאברעכער איינגעגאנגען אויף א געשלעג מיטן פאלציאנט אין די פאליציאנט טיט נישט קיין שום עקסטרים זאך.

אוודאי זעט מען! מ'זעט ווי ער האקט איהם אויפען קאפ מיטן שטעקן, און סרינט בלוט ווי ס'דארף (נישט) צו זיין. איך ווייס נישט ווילכע קליפ די האסט געזען
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:43 am#28
Re: פאליציי ברוטאליטעט
טויזענטער זענען זיך צוזאמגעקומען אין ניו יארק סיטי צו דעמאנסטרירן און ווייזען פאראייניקייט מיטן דערמארדערטען.
פילע דערונטער די פאליס קאמישענער האבן זיך אנגעשפריצט מיט פאלשע בליט.
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:17 am#29
Re: פאליציי ברוטאליטעט
סקווערע דיין כתב: פילע דערונטער די פאליס קאמישענער האבן זיך אנגעשפריצט מיט פאלשע בליט.

טעות לעולם חוזר!
די פאליס קאמישענער האט זיך נישט אנגעשמירט מהאט אים אנגעשפריצט מיט פאלשע בליט.
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:18 am#30
Re: פאליציי ברוטאליטעט
די העדליינס פון די כאאס אין פערגאסאן מיזורי

שולעס זענען פארמאכט אין פערגאסאן. וואנדאליזירטע געשעפטן. די פעדעראלע פלייט אגענטור האט רעסטריקטעט די הימלען העכער דעם שטאט פאר קאמערשאל פלייטס. א פאליס אפיסער איז געשאסן געווארען אין די האנט. עטליכע פאליס קארס זענען אינטערגעצינדען געווארען, ווי אויך אפאר בנינים ווי א סטארעזש בילדינג.

יא, אין אמעריקע! נישט אין האנקאנג
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 4:56 pm#31
Re: פאליציי ברוטאליטעט
naive כתב:די העדליינס פון די כאאס אין פערגאסאן מיזורי

שולעס זענען פארמאכט אין פערגאסאן. וואנדאליזירטע געשעפטן. די פעדעראלע פלייט אגענטור האט רעסטריקטעט די הימלען העכער דעם שטאט פאר קאמערשאל פלייטס. א פאליס אפיסער איז געשאסן געווארען אין די האנט. עטליכע פאליס קארס זענען אינטערגעצינדען געווארען, ווי אויך אפאר בנינים ווי א סטארעזש בילדינג.

יא, אין אמעריקע! נישט אין האנקאנג


און נאכדעם וואס זיי מאכן זיכער אויפצוברויזן גאנץ אמעריקע איבער די נידעריגע שחורים, גיין זיי קומען שרייען 'ראסיסט'.
ליבעראליזם [לייען: סטופידעטי] במיטבה!
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:37 pm#32
Re: פאליציי ברוטאליטעט
איך בין מוחה!
ראסיזים גיסט זיך דא אין גרויסן!
יא מפאניגט די שווארצע אימזיסט. נישט געהערט? למשל פאריגע וואך האט א שווארצער געוואלט איינעם דערשיסען צים טויט אין פאליציי האט אים ארעסטירט אין אריינגעשליידערט אינטער גראטעס!!! אין דאס איז נאר איינס פין טויזענט. די שווארצע ווילן סך הכל לעבן אויך זייער שטייגער... אין מלאט זיי נישט. א מין ראסיזים דאס!
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:03 pm#33
Re: פאליציי ברוטאליטעט
אין ספרינג וואלי איז היצט פארגעקומען א פראטעסט פון בערך 50 מענטשן שרייענדיג 'no justice no peace'


די שאלה איז נאר אז למעשה איז דאך שוין יא דא יוסטיץ, די דזשורי האט אים ריינגעוואשן, יעצט ווי איז די פיעס? הא שארפטאן?!
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:45 pm#34
Re: פאליציי ברוטאליטעט
naive כתב:
טשאקלעד כתב:קען מיר איינער מסביר זיין וואס די פאליציאנט טיט ראנג?
די ווייס גיי פאברעכער ריסיסט ארעסט אין די פאליציאנט פראבירט אים צי באקימען אינטער קאנטראל, מזעט נישט אז. ער זאל. אים אנהאקן מיט א בלעק דזעק אין דורך דעם גיסט די בליט,

סך הכל האט די פאברעכער איינגעגאנגען אויף א געשלעג מיטן פאלציאנט אין די פאליציאנט טיט נישט קיין שום עקסטרים זאך.

אוודאי זעט מען! מ'זעט ווי ער האקט איהם אויפען קאפ מיטן שטעקן, און סרינט בלוט ווי ס'דארף (נישט) צו זיין. איך ווייס נישט ווילכע קליפ די האסט געזען

פארוואס טאקע האט די קאפ נישט געווארט אז די שווארצער זאל אים אנקלאפן?
אין דעלמאטס אויך נאר שיין רעדן צי אים ... איך מיין סך הכל האט ער דיך נישט געפאלגט. נא שוין געהערט אזאנס. נישט געפאלגט א פאליציאנט. איז וואס?? וועגען דעם דארף מען שוין שלאגן??!!....
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 2:35 am#35
Re: פאליציי ברוטאליטעט
וואס די שווארצע טוען יעצט איז, אז אויב ביז יעצט זענען געווען ווייסע מיט א גילטי קאנטשעסט, זיך שעמענדיג מיט דעם וואס זייערע זיידעס האבן דערנידערט די שווארצע, האבן יעצט די שחורים באוויזן אפצושאקלן יעדעס ברעקל געפיל צו די געמיינע ברואים וואס פארשטייען נישט די שפראך פון דעמאקראטיע.

אזויווי די אראבער אין מיטל מזרח.


און ניין, כ'בין קיין ראסיסט קיינמאל נישט געווען, און א שווארצער 'שלום עליכם' וועט מיך נישט מאכן אפוואשן די הענט נאכדעם...
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 9:36 pm#37
Re: פאליציי ברוטאליטעט
garbage כתב:Just remember that we are - lehavdil- also a minority


מיר זענען א מינארטי וואס:
איז א קליג פאלק, א פאלק וואס האט שוין גאר אסאך בייגעשטייערט צי אין טעכנלאגיע אדער יעדע זאך וואס קען ארויסהעלפען מענטשן, א מינארטי וואס ווען איינער זאגט אנדערש ווי ער וויל פראבירט מען זיך אויסציגלייכן אין מען האפט אויף דאס בעסטע, א פאלק וואס פרעצענטאל האבן זיי די ווייניגסטע קרימנאלן.

אבער בעיקר די צווייטע זייט
Vs

א פאלק וואס איז ספעציעל באשאנקען מיט אסאך חכמה, א פאלק וואס ווען די זאגסט א ווארט וואס אים שמעקט נישט ליגסטוי א פגר אויפן פלאר,(קיק אמאל א פרענק ווידיא ...) א פאלק וואס פילען איבער די תפיסות, מיט א רעט פין די מערסטע סאסייד ....
א פאלק וואס איז גרייט זיך צי קריגן מיט די אלטע אמעריקאנע סיסטעם פין דזורי, אלעס וועגען זייערע עפאביעס .

אין יעצט לאמיר צוריק שרייען: נא! ראסיסיט ! אין אזוי איז אלעס שטיל...
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 9:40 pm#38
Re: פאליציי ברוטאליטעט
I totally agree with what you are saying, however Jews have been persecuted slot as you know, and a little extra protection for minorities can benefit us as well (selfishly....)
.
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 10:09 pm#39
Re: פאליציי ברוטאליטעט
איז עס איז שוין געווארן באריכטעט ?

א גרענד דזורי האט נעכטן ריינגעוואשן די פאליציאנט פין סטעטן איילענד וואס האט פאר א שטיק צייט צוריק דערשטיקט א שווארצער ווען ער האט אים אראפגעהאלטן אין די שווארצער האט זיך נישט געלאזט.

די ווידיא איז בשעתו געגאנגען וויירעל אין ארויסגעריפן גרויס אויפברויז ביי די שווארצע אקעגן די פאליציי אין אויפברויז ביי אנדערע פארוואס ווייטער מיט די שווארצע טראבל מעקערס..
די ווידויא: m http://m.youtube.com/watch?v=ajhpFT-lVZY m

באט דאנט ווארי אין נא יארק זענען אויך דא אנעפלויד מענטשן וועלכע וועלען יעצט האבן א געלעגנהייט צי האבן פאן, גנבים צי גנבענען, אין רויבערס צי רצחענען.
שבת דעצעמבער 06, 2014 7:06 pm#41
Re: פאליציי ברוטאליטעט
נייגעריגער כתב:http://freemorgen.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=731

שרייב דארט אז סאיז שוין דא דא אזא אשכול, אין שרייבסט דא אז דארט איז שוין דא אזא אשכול ...גיט.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:06 pm#42
Re: פאליציי ברוטאליטעט
טשאקלעד כתב:איז עס איז שוין געווארן באריכטעט ?

א גרענד דזורי האט נעכטן ריינגעוואשן די פאליציאנט פין סטעטן איילענד וואס האט פאר א שטיק צייט צוריק דערשטיקט א שווארצער ווען ער האט אים אראפגעהאלטן אין די שווארצער האט זיך נישט געלאזט.

די ווידיא איז בשעתו געגאנגען וויירעל אין ארויסגעריפן גרויס אויפברויז ביי די שווארצע אקעגן די פאליציי אין אויפברויז ביי אנדערע פארוואס ווייטער מיט די שווארצע טראבל מעקערס..
די ווידויא: http://m.youtube.com/watch?v=ajhpFT-lVZY

באט דאנט ווארי אין נא יארק זענען אויך דא אנעפלויד מענטשן וועלכע וועלען יעצט האבן א געלעגנהייט צי האבן פאן, גנבים צי גנבענען, אין רויבערס צי רצחענען.


די רוצחים זענען פריי אבער Ramsey Orta דער וואס האט פילמירט די ווידיאו פון די רציחה איז געווארן אנגעקלאגט אויף גאן-קלאגעס
m http://www.huffingtonpost.com/2014/12/0 ... 64746.html m

----------

מייקעל סעוועדזש האט שטארק פארדאמט די דזשורי-באשלוס
m https://www.youtube.com/watch?v=wUnucbfM1Bg m
זעהט אויס נישט אלע קאנסערוואטיוון נעהמען זיך אייביג אהן פאר די פאליס

-------

זיי טענה'ן אז ער איז נישט אומגעקומען פונעם מאנווער אליין, נאר ליבערשט פונעם אופן פון די באהאנדלונג בכלל בצירוף צו זיינע געזונט פראבלעהמען
m https://www.youtube.com/watch?v=Nql1xRtWKOU m

און די סטאטיסטיק וואס זיי ברעהנגען דארט - מער צום סוף - אז א דורכשניטליכער פאליציאנט באקומט נישט מער ווי ארום "פיער שטונדן א יאהר" אין די סארט טרענינג איבער די זאכן איז א הימל געשריי
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 4:34 am#43
Re: פאליציי ברוטאליטעט
אין אוסטראליע איז א אפיציר באשולדיגט געווארן אין טעיזן פערצן מאל א אויסלענדישער פארדראגטער פארשוין צוויי יאהר צוריק פון וועלכער ער געשטארבן
פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 8:27 am#44
Re: פאליציי ברוטאליטעט
א ווענדונג צום פרעזידענט צו פארמיידן איבערגעטריבענע מאכט פון די פאליציי
m https://petitions.whitehouse.gov/petiti ... s/0dYv9bNH m
ביטע שרייבט אונטער אויב שטעהרט דיר אז די אראגאנטע חברה מיינען אז זיי קענען טוהן וואס זיי ווילן אין נאמען פון געזעץ

ממש א בושה ווי ווייניג אונטערשריפטן עס האט
זונטאג דעצעמבער 21, 2014 1:04 pm#45
Re: פאליציי ברוטאליטעט
ארי סובל כתב:לעצטנס האט א פאליציי געהארגעט אייניעם בשעתן איינזעצן


מאכסט מיר נייגעריג.
זונטאג יאנואר 11, 2015 3:49 pm#46
Re: פאליציי ברוטאליטעט
אין "די צייטונג" זעה איך אז די נ"י סיטי פאליציי טריצן אויף דיבלאזיא מיטן טיילן ווייניגער טיקעטס און כמעט נישט ארעסטירן קיין מענטשן
לאמיר האפן אז ס'וועט ווי לענגער אנהאלטן

און אויב עס וועט זיך ארויסשטעלן אז די רעדוקציע האט נישט געהעכערט פארברעכנס........
שבת יאנואר 24, 2015 8:24 pm#47
Re: פאליציי ברוטאליטעט
א פרישע מעשה שפילט זיך יעצט אפ (נאך נישט קיין סקאנדאל ביזדערווייל, ווער קען זיך אויסרעכענען מיט די חברה,) מיט א פאליציאנט וועלכע האט דערשאסן א שווארצן דורך אויס א רוטינע טרעפיק סטאפ,

געשען איז עס אין Bridgeton, New Jersey אין דעצעמבער דעם דרייסיגסטן ווען צווי פאליציאנטן איינער א שווארצער אפיסער אין דער אנדערער א ווייסער, האבן אפגעשטעלט א קאר פאר א טרעפיק פארלעצונג, ביים אפשטעלען האט mr.reid מער ווי איינמאל נישט אויסגעפאלגט די הוראות פין די פאליציי ווי למשל אז מען טאר נישט ארויסקימען פינעם אויטא בשעת א טרעפיק סטאפ,

די מכה בפטיש איז געווען ווען עס האט זיי אויסגעזען אז ער טראגט מיט זיך א רעוואלווער אין ער איז ארויס פין קאר ,נאכן נישט אויספאלגן וואס זיי הייסן אים אין נאך גאר אסאך מאל אים ווארענען אז זיי גייען שיסן האבן זיי אין געשאסן א שיינע פאר מאל צום טויט,
ווי עס זעט אויס פינעם ווידיא איז דער שווארצער גאר דער וואס הייבט דער ערשטער אן צי שיסן איו דערנאך שיסט דער ווייסער, פין זייערע קולות אויף reid הערן זיי זיך שטארק פארלוירן,

די ווידיא פין די אינצידענט איז אפגעכאפט געווארן אויפן דעש קעם פינעם פאליס קאר אין איז יעצט געווארן ריליסט אויפן פארלאנג פין פארשידענע אינסטאנצן,

שווער צי זאגן אז דא גייט זיך אויסקאכן א קאשע וויבאלד ער פאלגט קלאר נישט די פאליציי, אין בפרט אז די אנעפלוינעט ראטע שטייט יעצט גאר נידיריג גלייבט זיך שווער אז עס זאל זיך פארמירן פראטעסטן, אבער דאך קען מען מיט די חברה זיך ניט אויסרעכענען אין מוועט דארפן ווארטן אין זען.
שבת יאנואר 24, 2015 10:14 pm#48
Re: פאליציי ברוטאליטעט
אבער פארוואס דארפען זיי שיסען צום טויט? קען מען נישט שיסען אויף די פיס אויף צו זיי אימשעדליך מאכען?

בי דיי ועי וואו קען מען זעהן די קליפ?
זונטאג יאנואר 25, 2015 12:59 am#49
Re: פאליציי ברוטאליטעט
בראך כתב:אבער פארוואס דארפען זיי שיסען צום טויט? קען מען נישט שיסען אויף די פיס אויף צו זיי אימשעדליך מאכען?

בי דיי ועי וואו קען מען זעהן די קליפ?


m https://m.youtube.com/watch?v=yx2SxrJ2HeY m

יא! אויב די פאליציאנט פילט זיך אין א סכנה פין דיר האט ער די רעכט צי עפענען פייער,
מזעט דאך קלאר ווי די פאליציאנט זאגט אים "דאנט מאוו" פארוואס איז ער א אויבער חכם אין קימט ארויס? ביי מיר הייסט דאס זעלבסט מארד,
זונטאג יאנואר 25, 2015 1:43 am#50
Re: פאליציי ברוטאליטעט
טשאקלעד כתב:
בראך כתב:אבער פארוואס דארפען זיי שיסען צום טויט? קען מען נישט שיסען אויף די פיס אויף צו זיי אימשעדליך מאכען?

בי דיי ועי וואו קען מען זעהן די קליפ?


https://m.youtube.com/watch?v=yx2SxrJ2HeY

יא! אויב די פאליציאנט פילט זיך אין א סכנה פין דיר האט ער די רעכט צי עפענען פייער,
מזעט דאך קלאר ווי די פאליציאנט זאגט אים "דאנט מאוו" פארוואס איז ער א אויבער חכם אין קימט ארויס? ביי מיר הייסט דאס זעלבסט מארד,


יא אבער ער מיז דאך אים נישט שיסען אויף טויט סאיז גענוג אין די פיס.. אין עני קעיס שכוח פאר די לינק
בלאט: 1 2