Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » היסטארישע ראמאן: יעזוס קריסט

היסטארישע ראמאן: יעזוס קריסט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
49 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 76 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10002
מיטוואך יאנואר 06, 2016 9:15 pm#316375
היסטארישע ראמאן: יעזוס קריסט
הקדמה והבהרה.

איך געב דא איבער א היסטארישע בליק אויף איינע פון די גאר קאנטראווערסיעלע פיגורן אין כלל ישראל, וואס איז אוודאי געוויס געווען א רשע להלכה וואס האט פארדינט זיין טויט, אבער איז געווען גענוג אינטרעסאנט אז במשך הדורות האבן פיל גדולי ישראל זיך אויסגעדריקט אויף אים אויך מיט פאזיטיווע שטריכן. דאס איז דער מענטש וואס צוליב אים האלטן מיר היינט ניטל: ישו הנוצרי.

עס איז א היסטארישע אפהאנדלונג, וואס האט מעגליך קיין אחיזה אין מציאות, אבער איז פארט ווערט א בליק, ובפרט ווען ס'שטעלט זיך יא ארויס אזא בליק דורך פארשידענע היסטאריקער און להבדיל גדולי ישראל. עס איז אויך א פסיכאנאליז אויף יאשקע זעלבסט, אזויווי אויף די דור אין וועלכע ער האט געלעבט. באזונדער ווערן אויסגעשמועסט געדאנקען וואס האבן דא געטראפן א מקום ארויסצוקומען מן הכח אל הפועל. פארשידענע זאכן קען מען ארויסדרינגען דערפון, אבער לא באתי בשביל זה, והמבין יבין.


א.

ער זיצט און טראכט, עס רעגנט און גיסט,
שפעטער וועט ער הייסן, יעזוס קריסט.


צווישן די ענדלאזע גליל בערג
אין אין-סוף פון וויסטעניש
זיצט און קוקט אויף גאטס ווערק
א הארץ פול מיט גלוסטעניש.

שיינע ביימער, בלויע הימל
זאמדיגע וועגן ענדלאז ברוין
ווייט פון ירושלימ'ס געטומל
ווייט פון קעניג'ס קרוין.

זיצט און קלערט
אין גאטס ווילן
אים איז באשערט
זיין נייגער זאל נישט שטילן.

די פארטייען אין לאנד יהודה
ער טראכט מיט אפשיי
שנאה מיט קנאה א רקידה
ער וויל קיין שייכות מיט זיי.

שלעכטע מענטשן, הארצלאז
מיט פרומע מאסקעס
ווער עס גייט נישט אין זייער שטראז
כאפט קנאי'שע פראסקעס.

שלעכט איינער צום צווייט
מיין רבי איז דיין רבי'ס פיינט
טריקענע זעלן, טויטע לייט
מעכאנישע מצוות דען שיינט?


ער זיצט און טראכט, אין הארץ איז פוסט,
שפעטער וועט ער הייסן, יעזוס קריסט.


------

ב.

נישט דאס האט גאט געמיינט
אפילו נישט קיין טראפ
און ווען זיין הארץ וויינט
געדאנקן ווירבלען אין קאפ.

מ'קען קומען צו א טאלק
ווען אידישקייט איז א געזעץ שפיל
איך וועל פירן דאס פאלק
צו א פיל בעסערן ציל.

אנשטאט שבת היטן
מיט פילע הלכות גדרים ואיסורים
לאמיר דאס אויסביטן
מיט הארץ, געפיל, והרהורים.

אנשטאט תרי"ג געבאטן
מיט תלמו'דישע לערנונגען געוועבט
פארזיס דאס ווי מוזיק נאטן
אין א העכערע ספערע מען שוועבט.

דער עיקר איז דאס הארץ
די סטרונעס א שאקל געבן
נישט טריקן, ווייס און שווארץ
א טעכניש מעכאניש לעבן.

פארבעסערן די טהאטן
צווישן מענטשליכע פערזאנען
אן העכערע אריסטאקראטן
וואס טוען שלעכטס דערמאנען.


ער זיצט און טראכט, דאס הארץ עס גלוסט,
שפעטער וועט ער הייסן, יעזוס קריסט.


---------

ג.

שלאנק און דאר
מיט פייערדיגע אויגן
געאייגנט דערפאר
צום מלאכה טויגן.

זיין בלאסע געזיכט
ווי א טרוימער און דיכטער
אויף זיך נאך א שיכט
פון א נאבעלע ריכטער.

א בשורה ער טראגט
פאר ארימע מאסן
וואו קיינער פארמאגט
כח צו שפאסן.

"גאט וואס דארף-ער?
נאר ענקער געפיל!"
און פירט אויס שארפער
אויף די וואס שפילן א שפיל.

"וואס וויל די תורה?
טריקענע געבאטן?
קופערנע סחורה
פאר מענטשליכע ראבאטן!"

מען הערט מיט עקסטאז
דאס פאלק יובילירט
לאמיר מאכן אן אפרייס
פון וויאזוי מיר ווערן געפירט.


ער זיצט און טראכט, דאס הארץ פארזיסט,
שפעטער וועט ער הייסן, יעזוס קריסט.


--------

ד.

זיצן די סנהדרין און חכמים
און זעען די ביטערע לאגע
כבר היה לעולמים
אזא פונדאמענטאלע פראגע.

וויאזוי זאלן די אידן זיך פירן
אויף דער עמטליכער וועג
אז זיי זאלן סיי קענען שפירן
סיי קלעטערן אין ריכטיגן שטעג.

מען מוז האבן סטרוקטור
א גאנץ פאלק צאמצוהאלטן
אויב איז געפיל א פטור
הייבט זיך אלס אן צו שפאלטן.

דאס הארץ צו רייניגן
יעדער פאר זיך זאל
מיט פארגעניגן
איינמאל און נאכאמאל.

אבער א פאלק וועט גיין צוגרינד
ווען דער רגש דיקטירט
רגש פירט צו אכזריות און זינד
ווען דורך שלעכטע געפירט.

ישוע דארף אויפהערן פארפירן
אויב וויל ער לעבן בלייבן
אויב וועט ער זיך גרופירן
וועט ער מוזן שטארבן.


ער זיצט און טראכט, פון לעבן פאר'מיאוס'ט,
שפעטער וועט ער הייסן, יעזוס קריסט.


------

ה.

אבער נישט ישוע
וועט אויפגעבן זיין טרוים
זאל זיין די מניעה
הענגען פון א בוים.

ער פארשפרייט זיין לערע
פאר צובראכענע מענטשן
עס וואקסט זיין עהרע
זיי טוען אים בענטשן.

'א געטליך מאן'
'א זון פון גאט
צווישן אונז פארהאן'
'געטליכקייט ער האט'.

א נביא באווייזט וואונדער
מאסן ווערן צוגעצויגן
מיר גייען ווי שאף און רינדער
נאך דיינע ווייטזעענדע אויגן.

די רוימער דערשמעקן
א נייע רעוואלט
נאך א טרוימער אן קיין עקן
פירט די מאסן און שאלט.

ישוע לעבט אין זיין חלום
שרעקט זיך נישט פון טויט
ער מאכט מיטן מצב שלום
ער ווערט געקרייציגט אין נויט.


ער זיצט און טראכט, אלס איז ווייטער וויסט
שפעטער וועט ער הייסן, יעזוס קריסט.


-------

ו.

צענדליגע יארן זענען פארביי
זיינע נאכפאלגער טוען זיך מערן
עס ווערט א מאכטפולע פארטיי
די רוימישע מלוכה טוט צו זיי קערן.

מיט איר איינפלוס און מאכט
וואקסט מיט קארופציע
שנאת ישראל און פאראכט
מי יגלה עפר מעיניך ישוע.

שלעכטע גייסטליכע פירער
גנבים און מערדער קאלטבלוטיג
געברענגט מיליאנען מארטירער
פאגראמען און פלינדערייען געמוטיג.

א רעליגיע פון פרידן
דורכן שייטער הויפן
הרג'עטס די אידן
דורך סיי וואספארא אופן.

די פאן טרעגער פון געפיל
רחמנות און ליבע
מיט רשעות און פאלשקייט פיל
ווי וואסערן טריבע.

דאס פאלק פון אידן
גענוג רגש פארמאגט
אפילו אינעם גלות דעם מידן
אפילו ווען זיי מען שלאגט.


ער זיצט און טראכט, זיין אייגן בלוט און פלייש מען שיסט
פארטוישט זיין רעליגיע, ווי זיין נאמען - יעזוס קריסט.
מיטוואך יאנואר 06, 2016 9:54 pm#316378
איך בין שטום! א הערליכע ארבעט משזר!... א משורר בחסד עליון. ס'איז פול מיט געפיל און קונסט.

קענסט עפעס צושטעלן פאר מוחמד אויך? ;)
מיטוואך יאנואר 06, 2016 9:59 pm#316379
Re: היסטארישע ראמאן: יעזוס קריסט
הקדמה והבהרה נאט וויטסטענדיג, אבער מושב זקנים'ס קריסטליכע ארטיקל איז שוין געווען מער אידיש.
מיטוואך יאנואר 06, 2016 10:37 pm#316387
אין עליך!!

נאר עס איז נאך נישט אלעס. ס'קומט נאך איין פרק, א זיבעטע קאפיטל, איבער יעזוס'נס ירושה פאר די קריסטליכע וועלט פון די נאך Nostra Aetate עפאכע.

מיר ווארטן מיט שפאנונג!
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 12:22 am#316403
הערליך! די סענטימענטן זענען איבערנעמנד ביז גאר.
ביי דעם געלעגנהייט איז כדאי צו אויסהערן די St. Mathew Passion פון הגה"ק נעים זמירות נוצרים המשורר האלהי ר' יוחנן שבתי באך זצ"ל אויף וועלכן די גדולי הגלחים האבן זיך אויסגעדרוקט אז פאר דעם שטיקל אליין האט זיך שוין געלוינט אלע יסורים און צער פון יעזוס.
הערט אויס עטליכע אויסצוגן:

די אריינפיר

קומט, איהר טאכטער, העלפט מיר קלאגען
זעהט! - ווען? - דען ברויטיגאהם! (חתן)
זעהט איהם! - וואו? - אלס ווי איין לאהם! (לעמל)
זעהט! - וואס? - זעהט די געדולד
זעהט! - וואוהין? - אויף אונזערע שולד
זעהט איהם אלס ליבע און הולד
האלץ צום קרייץ זעלבער טראגען

Kommt, ihr Töchter, helft mir klagen,
Sehet! - Wen? - den Bräutigam!
Seht ihn! - Wie? - als wie ein Lamm.
Sehet! - Was? - seht die Geduld,
Seht! - Wohin? - auf unsre Schuld.
Sehet ihn aus Lieb und Huld
Holz zum Kreuze selber tragen.

Come, daughters, help me lament,
behold! - Whom? - the Bridegroom!
Behold Him! - How? - As a Lamb.
Behold! - What? - behold the patience,
look! - Where? - at our guilt.
See Him, out of love and graciousness
bear the wood for the Cross Himself.


נאכדעם וואס יהודה איש קריות האט אים פארראטן:



Blute nur, du liebes Herz!
Ach! ein Kind, das du erzogen,
Das an deiner Brust gesogen,
Droht den Pfleger zu ermorden,
Denn es ist zur Schlange worden.

Bleed out, You loving heart!
Alas! A child that You raised,
that nursed at Your breast,
threatens to murder its caretaker,
since it has become a serpent.

דער הייליגער פּעטער קלאגט נאכ'ן האבן געלייקנט אין יעזוס דריי מאל:



ערבארעם דיך, מיין גאט
אום מיינער צאהרען (טרערן) ווילען
זעה היער, הארץ און אויג
וויינט פאר דיר ביטערליך
ערבארעם דיך! ערבארעם דיך!


Have mercy, my God,
for the sake of my tears!
Look here, heart and eyes
weep bitterly before You.
Have mercy, have mercy!
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 12:56 am#316409
איך בין שפראכלאז. דער געדאנק, דער תוכן, די חוצפה, דער לימוד - אן אומגלויבליכע יצירה!

האט טאקע א ת"ח פון בני ברק גערופן יעזוס קריסט'ן "אחד מהתנאים".
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 1:23 am#316413
ATUB @יאיר ATUB , איך הער יעצט די מוזיק פון באך וואס דו האסט ארויסגעלייגט. דאס איז גארנישט פון דער וועלט... א יחיד במינו.

טאקע פאסיג צו דער פאעמע פון שש משזר!.. :)
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 2:07 am#316417
יאיר האט געשריבן:

I don't much care איבער די ערהאבענע געפילן וואס ווערן אויסגעדרוקט אינעם שטיקל, און טאקע נישט פארשטאנען קיין אות, דאנקען גאט.

אבער אז אזא הימלישער מוזיקאלישער מייסטער ווערק, יעדן אספעקט דערפון באזונדער, האט אונטער 12,000 צוקוקער אין באלד פינף יאר, אין דער צייט וואס די מערסט געקוקטע קליפס אויף יוטוב -טאקע אויך "מוזיק"- האבן געזען איבער א האלבן ביליאן מענטשן אין א קורצערע צייט-אפשניט, איז אומבאגרייפבאר.

מיט אלע שיינע ערקלערונגען -אזוי דייטליך ערקלערט דורך יאיר- דערנעבן, קען איך עס נישט לייקן, צו מיין באדויער.
אלענפאלס, יאיר שכוח פארן לינק.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 11:22 am#316440
Re: היסטארישע ראמאן: יעזוס קריסט
שיינע רעיונות, ארטיסטיש געשריבן, איך באקום פילינגס פאר יעזוס...

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 1:04 pm#316447
הערליכע ארבייט שש. דו האסט גוט ארויסגעברענגט די גאנצע מעשה און עס הערליך אראפגעלייגט. איך וויל נאר מעיר זיין אויך איין קליינע נקודה פון די מעשה.

שש משזר האט געשריבן:מען מוז האבן סטרוקטור
א גאנץ פאלק צאמצוהאלטן
אויב איז געפיל א פטור
הייבט זיך אלס אן צו שפאלטן.


דער "סטרוקטור" טענה הערט מען כסדר פון קלוגע אידן און בעלי מחשבה בנוגע די וואס ווילן ווידערשפעניגן אינעם סיסטעם און דינען דעם אייבישטער אויף זייער אייגענע מהלך, סיי צו עס איז א יחיד סיי א מנהיג פון א ציבור. פון אויבן אויף איז זעהט עס אויס ווי א ריכטיגע טענה אז אן קיין סטרוקטור קען די זאך נישט האבן קיין קיום והמשכה. דא אבער ווייזט זיך ארויס אז דער טענה איז נישט גערעכט געווען. למעשה זעהן מיר היינט, צוויי טויזנט יאר שפעטער, אז קריסטנטום האט א קיום מער ווי אנדערע גלויבונגען און רעליגיעס. בעצם האט קריסטנטום געמאכט א סטרוקטור פון דער אומסטרוקטור, זיי האבן אוועקגעשטעלט א סיסטעם וויאזוי צו נישט זיין א חלק פון דער סיסטעם און דורך דעם זענען זיי אליינס געווארן א סיסטעם פון וועלכע מען דארף זיך אפברעכן. און צוליב דעם טאקע איז דער נביאות נישט מקוים געווארן און זיי שטייען שטארק און פעסט נאך אזויפיל יארן. אויב אזוי מה הועיל ישוע בתקנתו? אויף דעם ארויף וואלט ער דאך געקענט בלייבן א חרדי'שע איד? עס איז דא א צד צו זאגן אז דער טענה איז גערעכט. אדער קען מען זאגן אז דער טענה צייגט נאר ווי שטארק גערעכט ישוע איז געווען און ממנו ילמדו כסדר זיך אוועק צו ברעכן פון דער צענטעריסטישע סטרוקטור, כסדר מחדש זיין חידושים. (איך נוץ נאר ישוע אלץ א דוגמא פאר דער איידיע, לאו דוקא אז דאס איז טאקע געווען זיין מהלך המחשבה.)

דורכאויס די דורות זענען אלעמאל געווען מאוומענטס וואס האבן דאס געטון. ביי יהדות איז דאס געווען אין די לעצטע פאר הונדערט יאר דער בעש"ט. שפעטער ווען חסידות איז געווארן א סטרוקטור איז געווארן פשיסחא, קאצק, וכו'. און אזוי איז געווען במשך כל הדורות כגון החסידים הראשונים, המקובלים וכדומה. ביי קריסטנטום איז אין די לעצטע פאר הונדערט יאר געווען די רעפארמעישאן באוועגונג און א הונדערט יאר שפעטער ווען זיי זענען געווארן סטרוקטורד איז געווען דער קאונטער רעפארמעישאן, און אזוי זענען געווארן אלע מיני פלגים אינערהאלב קריסטנטום.

הצד השוה שבהם אז די אלע האבן זיך נישט אנגעהויבן אלץ א באוועגונג נאר ענדערש איין יחיד מיט נאך א יחיד וועלכע האבן געזוכט די ריכטיגע קרבת אלוהות ענדערש ווי ראבאטישע רעליגיע וואס גיבט גארנישט צו צו קיינעם. וממילא, דער "סטרוקטור" טענה איז לכאורה נישט א ריכטיגע. און אז מען רעדט שוין, א הערה אויף די נעקסטע סטאנזא:

שש משזר האט געשריבן:אבער א פאלק וועט גיין צוגרינד
ווען דער רגש דיקטירט
רגש פירט צו אכזריות און זינד
ווען דורך שלעכטע געפירט.


האבן די קריסטן געטון אכזריות און זינד מער ווי אנדערע רעליגיעס און פעלקער וואס האבן געהאט די מאכט אין די הענט פאר לאנגע יארן? ועוד, אין די צייט וואס די אכזריות איז אויסגעפירט געווארן איז קריסטנטום שוין לאנג נישט געווען א פאלק באזירט אויף רגש.



.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 1:43 pm#316449
געווען אן ארטיקל אין די עמי פאריגע וואך מיט ראביי סקובעק איינער וואס קעמפט קעגן די מיסיאנערן, און ער זאגט אז ער קען 6 היימישע אידן אין ברוקלין און אין לעיקוואד וואס זענען געהיימע קריסטן, ליינענדיג דעם אשכול מאכט מיך טראכטן אז זיי האבן זיך געעפנט ניקס דא...

איך בין געווענליך נישט פון די מוחים דא אין שטיבל, איך רעספעקטיר א צווייטענס מיינונג (ווילאנג יענער בלאזט נישט אפענע דברי כפירה), אבער דער אשכול טראגט מיט זיך זייער אן אומגענעמען ריח.

איך בין נישט קיין דיין צו קענען פסקנ'ן צו ס'איז אסור אדער מותר (אפשר לא תחנם), אבער ס'איז עפעס וואס לדעתי באלאנגט נישט דאהי.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 1:50 pm#316451
זייער שיין אראפגעלייגט, שש משזר. יישר כח.

און יעצט א ווארט צו די מוחים. ווען די מאמע רעדט צום טאכטער און מיינט די שנור, דארף די טאכטער עס נישט נעמען פערזענליך.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 2:16 pm#316453
ATUB @הוגה ATUB , האסט אנגעכאפט גוטע פונקטן וואס זענען ווערט אויסצושמועסן, אבער פארט קען איך נישט מאריך זיין אין יעדע נקודה, מטעם הכמוס והמובן.

בנוגע סטרוקטור, האט מיר שוין א צווייטער געפרעגט דערוועגן. לדעתי, איז נישט קיין חסרון ווען דער רגש פארנעמט א חלק, אדער אפילו עיקר, וועזן פון א מענטש. עס איז אויך נישט קיין חסרון ווען איינער האט תלמידים, און זיי אלע פירן זיך אויף אזוי. די פראבלעם איז, אז רגש איז רגש און איז נישט קיין זאך וואס קען אריבערגעפירט ווערן לדורות עולם. ס'איז גוט פאר א מענטש וואס ארבעט אליינס אויף זיך, אדער א רבי וואס לערנט מיט זיינע תלמידים. ווען דאס ווערט א נחלת הכלל, קראכט דאס תיכף ומיד, און ווען דאס ווערט א נחלת הדורות קראכט דאס נאך ערגער.

דאס אז קריסטנטום האט היינט צוטאגס א קיום, איז נאר צוליב איר סטרוקטור, ווי דו האסט גוט ארויסגעברענגט. חוץ מזה, וואס אי משום הא וואלט דאס שוין געקענט פארבלייבן יהדות, צוליב מה הואיל ישו בתקנתו, איז עס גאר ערגער געווארן. ווייל דורכדעם וואס עס איז נישט געווען קיין נארמאלע סטרוקטור, אזויווי יהדות, האט דאס געקראכט אויף אן ערגערע פארנעם. דאס איז א דירעקטע סיבה צום רשעות וואס קריסטנטום איז באגאנגען דורכאויס איר בלוט דורכגעווייקטע היסטאריע די לעצטע צוויי טויזנט יאר. אזויווי איך האב געשריבן אינעם פאעזיע. דאס ווערט נאר ערגער, און ווייזט נאר אויפן ריכטיגקייט פון מיין טענה, ווען מיר נעמען אין באטראכט זייער לאזונג אז קריסטנטום איז א רחמנות'דיגע רעליגיע. ליין, רגש'פולע, הארציגע, רעליגיע. אין נאמען פון זייער געפילבארע רעליגיע האבן זיי במשך הדורות געטון דאס סאמע ערגסטע שייך. וויל אן קיין סטרוקטור, באזירט אויף נארמאלקייט, קומט ארויס אזא תוצאה.

ווען איינער רעדט מיט אפאר חברים מקשיבים, זאל ער הייסן רבי ישראל מעזיבוזער, זאל ער הייסן רבי צבי מאיר זילבערבערג, זאל ער הייסן להבדיל ישו, איז ער גערעכט. ער רעדט צו יחידים וואס זוכן קרבת אלקים אנשטאט טריקענע דינים און פוסטע גופים. אבער ווען איינער וויל דאס איינפירן אלס נחלת הכלל, דאן מאכט ער קלאר א חורבן. ווייל ווי אויבנדערמאנט איז אוממעגליך דאס זאל ארבעטן, עס מוז ממילא זיין סטרוקטור [אזויווי קריסטנטום זעלבסט איז געווארן]. ישו האט קלאר געזוכט צו מאכן א מהפיכה כללית, און ער האט נישט גערעדט מיט יחידים לשם מאכן א 'חבורה' פון 'עובדים'. דאס איז דער קלארסטער און בעסטער רעצעפט פאר א חורבן, און דאס האבן חכמי ישראל געוואסט במשך כל הדורות.

און אז מ'רעדט שוין פון חסידות, קוק וואס איז געשען במשך הזמן פון א חבורה דורשי ומבקשי קרבת אלקים. די רגע ס'איז געווארן נחלת הכלל, איז עס געווארן סטרוקטירט. היות ס'איז נישט געבויט אויף נארמאלע אלטגעזעצענע סטרוקטור, קוק וואס גייט היינט פאר סיי מיט די דיקטאטורן וואס זיצן אויפן שטול [ולדמות הענין לאפיפיורים שמשלו בכיפה], און סיי מיט די אזויגערופענע רגש וואס איז פוסט פון אינהאלט און פיל מיט רשעות און געמיינהייט, שנאת ורדיפת האחר והשוואכער.

און צום לעצט, צו האט קריסטנטום געטון מער רשעות ווי א צווייטע רעליגיע במשך הדורות? די ענטפער איז אויסדריקליך: יא!!!

אנגעהויבן פון די וועג וויאזוי זיי האבן פארשפרייט זייער רעליגיע דורכאויס אייראפע, מיט צובייס פון די פינף זעקס מסעות הצלב [קרייצצוגלער], א מעין-קורס פון אינקוויזיציע וגירושים, און קינוח סעודה פון רציחות יעדן שני וחמישי. זייערע מערדערייען - נאכדערצו מיט זייער בארבאריזם - האט קיין שום גלייכן אין היסטאריע. די מוסולמענער זענען כמעט נישט באגאנגען רציחות אויף א פאלקסישער שטאפל, איינמאל זיי האבן איינגענומען רוב מיטל מזרח אין די ערשטע הונדערט יאר פון זייער רעליגיע [די לעצטע הונדערט יאר איז עס צוריק ווילד געווארן, אבער מ'רעדט פון א היסטארישן פרעספעקטיוו]. די בודהיסטן זענען נישט באגאנגען רציחות בכלל. אזוי אויך די אידן, הינדוס, און נאך פילצאליגע אלטע רעליגיעס שעברו חלפו מן העולם.

אוודאי האט דאס נאר פאסירט איינמאל ס'איז געווארן א סטרוקטור. אבער ווי אויבנדערמאנט, ווען דער באזיס דערפון איז געפיל אנשטאט קאלטע לאגיק, אדער אלטגעזעצענע סטרוקטור, זענען די תוצאות אוממעגליך פאראויסצורעכענען [ויש עוד להאריך, אז די געפיל האט פארט געשפילט א ראלע, אבל זה נושא בפנ"ע בתורת פסיכולוגיה].
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 6:20 pm#316471
איך בין מיט דיר בנוגע דער עיקר נקודה אז סטרוקטור האט א קיום און אן דעם וועט עס נישט אנהאלטן פאר צו לאנג. איך בין אבער נישט איבערצייגט אז דאס איז דוקא א חסרון און/אדער אז צוליב דעם דארף מען זיך אפהאלטן פון טון די ריכטיגע זאך. שוין יארן וואס איך טראכט איבער דער נושא, איך האב שוין פארברענגט שעות על גבי שעות אדורך צו טון דער נושא מיט גרויסע חכמים און איך בין נישט קאנווינסד אז דער "סטרוקטור" טענה טוישט עפעס. דאס הייסט אז איך בין מודה צום הנחה אבער איך זעה נישט אז די הנחה איז מחייב עפעס. אדרבא, ביטע ערקלער וואס מאכט דיר אזוי זיכער דערמיט.

דער טענה ווערט גענוצט היינט פונקט ווי אמאל אפצופרעגן און אוועקצומאכן א יעדע סארט התחדשות און אויפצואווייזן פארוואס דער יעצטיגע סטרוקטור/סיסטעם מוז פאר א יעדע פרייז ווייטער אנהאלטן. די איראניע דערפון איז אז דער יעצטיגע סטרוקטור/סיסטעם האט זיך דאך אויך אנגעפאנגן ווי א התחדשות וואס האט זיך אפגעבראכן פון די פריערדיגע סטרוקטור/סיסטעם צוליב דעם וואס מ'האט געזוכט העכערס און בעסערס. אזוי גייט עס. מען קומט אויף מיט א גוטע געדאנק און דערנאך ווערט עס אין בעסטע פאל אנשים מלומדה און אין ערגסטע פאל מלא שחיתות ורשעות, ביז א צווייטער קומט אויף מיט עפעס פריש.

אברהם אבינו און משה רבינו האבן געזעהן די עובדי הבעל ואשירה אז עס פעלט ביי זיי עפעס, זיי זענען נישט דבוק, זייערע מעשים זענען רע בעיני אלהים ואדם, האבן זיי געזוכט דעם אמת ביז זיי האבן עס געטראפן. וואס מיינסטו האבן די מנהיגי הדור דעמאלטס געזאגט? מיינסט אז זיי האבן משבח ומפאר געווען די עבריים און די בני ישראל אז פיינעלי האט איינער אויסגעטראפן דעם דרך ישרה שיבור לו האדם? זיי האבן געשריגן אז זיי טוען א נארישע שריט ווייל מען קען נישט אן קיין סטרוקטור. די עובדי הבעל ואשירה האבן א סטרוקטור, זיי האבן א בוים, א געטשקע, א טוילעט וכו', זיי ווייסן פונקטלניך וועלכע גאט איז דער איש מלחמה, וועלכע איז די פוקד עקרות וכו'. די גאנצע וועלט האט א סיסטעם פון געצען דינעריי, מיינסט אז דו וועסט מצליח זיין מיט דיין נעלם ואין סוף שאין ערך לתבונתו ואין ערך לקדושתו? פאר איינער אליין וועט עס ארבייטען, אפשר אויך פאר דיינע קינדער און אייניקלעך, אבער ווי לאנג קען דאס שוין אנהאלטן? איך געדענק נאך ווי הגה"צ רבי תרח שליט"א האט געשריגן ביי שלישידעס תורה אין א געפאקטע זאל אז "זייערע אייניקלעך וועלן איין טאג קלאגן און ווינען אויף זייער אייגענע סיסטעם פונקט ווי זיי וויינען היינט אויף אונזער" עכלה"ק. דתן און אבירם פלעגן שרייבן אויף ק"ש אז דער פרישע קולט, דער עם ישראל וועט נאך איין טאג רצח'נן און הרג'נן מיליאנען אין די נאמען פון זייערע אל רחום וחנון. וכך הוה. מאך אויף א נ"ך וועסטו זעהן איבער וויפיל בלוט איז פארגאסן געווארן ביי די מלחמות מצוה און ליידער אויך אסאך מאל נישט אין מלחמות מצוה, אלעס אין דער נאמען פון דעם אייבישטער. קוק וואס די נביא באקלאגט זיך, לערן אביסל דרשות חתם סופר, הער אויס אביסל שובבי"ם תורות פון די רבי ז"ל וועסטו זעהן ווי די אלע פרעדיקשאנס זענען מקוים געווארן. וועסטו דא אויך זאגן אז זיי זענען געווען גערעכט? אוודאי נישט!

אברהם האט איינגעזעהן דעם אמת, משה רבינו האט געפונען דער תורת אמת וואס מענטשלט אויס דאס געזעלשאפט און זיי האבן געטון וואס איז געווען ריכטיג פאר זיי. זיי האב געוויסט אז איין טאג גייט דאס ווערן אן אויסגעדראשענע "געזעץ שפיל" פון "שבת היטן מיט פילע הלכות גדרים ואיסורים" אנשטאט "הארץ, געפיל, והרהורים". מיט דעם אלעם האבן זיי געטון וואס איז ריכטיג. זיי האבן זיך נישט געזארגט אז צוליב דעם וואס שפעטער וועט עס קארופטירט ווערן זאלן זיי עס יעצט נישט טון.

די זעלבע איז מיט די בעל שם טוב. קען זיין אז ער האט געוויסט וויאזוי עס גייט זיך אויסלאזן, מענטשן האבן אים זיכער אנגעשריגן אז דאס וועט זיין דער סוף. זייער פיין, ממילא זאל ער נישט טון וואס איז ריכטיג? ווען א יעדער איינער וואלט ווען אזוי געטון אלעמאל וואלטן מיר נאך היינט געוואוינט אין היילן, געדינט געטשקעס און מקריב געווען קינדער פאר קרבנות. קוק אריין אביסל אין קהלת, דאס איז די וועלט, היינט התחדשות מארגן רשעות איבערמארגן החדשות און א טאג דערויף רשעות. מה שהיה הוא מה שיהיה ואנו אין לנו על מי להישען וכולי וכולי...

יעצט, אין דיין לעצטע תגובה האסטו אראפ גלייגט אסאך השערות פאר פאקטן וואס איך קען נישט מקבל זיין.

שש משזר האט געשריבן:דאס אז קריסטנטום האט היינט צוטאגס א קיום, איז נאר צוליב איר סטרוקטור, ווי דו האסט גוט ארויסגעברענגט. חוץ מזה, וואס אי משום הא וואלט דאס שוין געקענט פארבלייבן יהדות, צוליב מה הואיל ישו בתקנתו, איז עס גאר ערגער געווארן. ווייל דורכדעם וואס עס איז נישט געווען קיין נארמאלע סטרוקטור, אזויווי יהדות, האט דאס געקראכט אויף אן ערגערע פארנעם. דאס איז א דירעקטע סיבה צום רשעות וואס קריסטנטום איז באגאנגען דורכאויס איר בלוט דורכגעווייקטע היסטאריע די לעצטע צוויי טויזנט יאר. אזויווי איך האב געשריבן אינעם פאעזיע. דאס ווערט נאר ערגער, און ווייזט נאר אויפן ריכטיגקייט פון מיין טענה, ווען מיר נעמען אין באטראכט זייער לאזונג אז קריסטנטום איז א רחמנות'דיגע רעליגיע. ליין, רגש'פולע, הארציגע, רעליגיע. אין נאמען פון זייער געפילבארע רעליגיע האבן זיי במשך הדורות געטון דאס סאמע ערגסטע שייך. וויל אן קיין סטרוקטור, באזירט אויף נארמאלקייט, קומט ארויס אזא תוצאה.


נו אוודאי זאגן מיר אזוי, ווייל מיר זענען אידן און מיר האבן פיינט קריסטן מסיבות שונות ואפילו מוצדקות. אבער פון וואו נעמסטו אז קריסטן זענען געווען ערגער ווי אנדערע רעליגיעס און פעלקער בתוקפם ובתוכם בני ישראל? האסט געלערנט נ"ך אמאל? פארשטייט זיך אז מיר האבן אזוי געטון ווייל דער אייבישטער האט אונז באפוילן, אבער זיי האלטן דאך אויך אז דער אייבישטער האט זיי באפוילן צו טון וואס זיי האבן געטון, די רוימער האבן אויך אזוי געזאגט, די מצריים אויך און די מוסלמענער זאגן היינט אזוי. אבער בעיקר באדערט מיך וויאזוי קומסטו אן צו דיין מסקנא אז "אן קיין סטרוקטור, באזירט אויף נארמאלקייט, קומט ארויס אזא תוצאה"? Correlation does not imply causation. און אויף וואס באזירסטו דיין דעפיניציע פון "נארמאלקייט"?

שש משזר האט געשריבן:ווען איינער וויל דאס איינפירן אלס נחלת הכלל, דאן מאכט ער קלאר א חורבן.


איך בין נישט זיכער וועגן א "חורבן" אבער עס איז זיכער שווער צו מוריש זיין א נישט סטרוקטורד גלויבונג און פארשטאנד. און עס איז נישט דוקא ביי א גרויסע ציבור וכדומה, אפילו ביי די אייגענע קינדער, צווישן צען קינדער וועלן עס אפשר צוויי אויפכאפן און ממשיך זיין. לאמיר זאגן אז א איד פילט אז די אידישקייט וואס ער איז אויפגעוואקסן דערמיט און וואס אלע ארום אים פירן זיך איז נישט ריכטיג. ער האט א נייע מהלך וואס ער האלט איז דער רצון השם און דער דרך הטוב. דער נייע מהלך אנטהאלט אין זיך צווישן אנדערע א קאלירטע העמד, א דיינינג רום אן א טשילאר, דאווענען מיט א גיטאר, לערנען ספרי מחקר און זונגען א יעדע שבת אן אנדערע שלום עליכם. עס איז ביי יענעם קלאר אז דער "סטרוקטור" איז גארבידזש און זיין צופלויגענע מהלך איז גאלד. קען ער מחליט זיין צו בלייבן מיט די גארבידזש כדי אז זיינע אלע צען קינדער זאלן ווייטער ממשיך זיין דער מסורת הגארבידזש. (גארבידזש איז נישט כולו שלעכט, מען קען צומאל טרעפן דערין א האלב אויסגענאגטע מארך ביין אדער אפאר פעניס.) אדער קען ער גיין מיט די גאלד און לכאורה וועלן פון זיינע צען קינדער נאר איינער אדער צוויי (אדער קיינער) מיטגיין מיט אים. וואס איז ריכטיגער? וויאזוי גייסטו צו מיט א קלארקייט צו אזא שאלה עד כדי כך אז דו קענסט פסק'נען א פסק וואס איז שווה לכל נפש? אדרבא, זיי מסביר. און דאס איז לשיטתך אז מ'דארף זיך זארגן פאר דער עתיד. ווען אין וואו איז דער איבעיא נתפשט געווארן?

שש משזר האט געשריבן:ווען איינער וויל דאס איינפירן אלס נחלת הכלל, דאן מאכט ער קלאר א חורבן. ווייל ווי אויבנדערמאנט איז אוממעגליך דאס זאל ארבעטן, עס מוז ממילא זיין סטרוקטור [אזויווי קריסטנטום זעלבסט איז געווארן].


נו, אז קריסטנטום איז למעשה געווארן א סטרוקטור האט דאך עס יא געארבייט. איז וואס איז דיין טענה? די זעלבע טענה האבן מאנכע געהאט אויף בעש"ט כנ"ל, זיי האבן זיך געזארגט וויאזוי א אידישקייט אן א סטרוקטור וועט קענען אנהאלטן. אבער היינט ווייסן מיר דאך אז עס האט טאקע אנגעהאלטן נאר ווייל עס איז געווארן א סטרוקטור, און דעם תורה הבע"ט איז טאקע צוליב דעם סטרוקטור נשתכח געווארן כידוע ליודעי חריין. דו אליינס שרייבסט דאך אזוי ווייטער: "אז מ'רעדט שוין פון חסידות, קוק וואס איז געשען במשך הזמן פון א חבורה דורשי ומבקשי קרבת אלקים. די רגע ס'איז געווארן נחלת הכלל, איז עס געווארן סטרוקטירט. היות ס'איז נישט געבויט אויף נארמאלע אלטגעזעצענע סטרוקטור."

שש משזר האט געשריבן:ישו האט קלאר געזוכט צו מאכן א מהפיכה כללית, און ער האט נישט גערעדט מיט יחידים לשם מאכן א 'חבורה' פון 'עובדים'. דאס איז דער קלארסטער און בעסטער רעצעפט פאר א חורבן, און דאס האבן חכמי ישראל געוואסט במשך כל הדורות.


פון וואו נעמסטו אז ער האט געוואלט מאכן א מהפיכה כללית? פון וואו נעמסטו אז עס איז א רעצעפט פאר חורבן? דאס אז די חכמי ישראל האבן דאס געטענה'ט בכל הדורות איז אמת אזויווי מיר זעהן און הערן טאקע כסדר פון חכמי דורנו. זיי זענען טאקע גערעכט מיט זייערע פרעדיקשאנס. ואשר על כן?


שש משזר האט געשריבן:האט קריסטנטום געטון מער רשעות ווי א צווייטע רעליגיע במשך הדורות? די ענטפער איז אויסדריקליך: יא!!! אנגעהויבן פון די וועג וויאזוי זיי האבן פארשפרייט זייער רעליגיע דורכאויס אייראפע, מיט צובייס פון די פינף זעקס מסעות הצלב [קרייצצוגלער], א מעין-קורס פון אינקוויזיציע וגירושים, און קינוח סעודה פון רציחות יעדן שני וחמישי. זייערע מערדערייען - נאכדערצו מיט זייער בארבאריזם - האט קיין שום גלייכן אין היסטאריע. די מוסולמענער זענען כמעט נישט באגאנגען רציחות אויף א פאלקסישער שטאפל, איינמאל זיי האבן איינגענומען רוב מיטל מזרח אין די ערשטע הונדערט יאר פון זייער רעליגיע [די לעצטע הונדערט יאר איז עס צוריק ווילד געווארן, אבער מ'רעדט פון א היסטארישן פרעספעקטיוו].


מען קען זיך טענה'ן דערויף פאר די קומענדיגע הונדערט יאר וועלכע פאלק אדער רעליגיע האט געטון דאס מערסטע רשעות. דו ביזט אבער מודה אז מען קען אנצייגן אויף א יעדע איינציגסטע פאלק און רעליגיע וואס זענען נאר אמאל געווען בשליטה אז זיי האבן געטון די זעלבע, איינער מער און איינער ווייניגער. די אומות העולם קענען די זעלבע אנצייגן אויף די בני ישראל בתוקפם. זיי דארפן נישט מער ווי אויפמאכן א נ"ך, א גמרא און א מדרש רבא.

שש משזר האט געשריבן:אוודאי האט דאס נאר פאסירט איינמאל ס'איז געווארן א סטרוקטור. אבער ווי אויבנדערמאנט, ווען דער באזיס דערפון איז געפיל אנשטאט קאלטע לאגיק, אדער אלטגעזעצענע סטרוקטור, זענען די תוצאות אוממעגליך פאראויסצורעכענען [ויש עוד להאריך, אז די געפיל האט פארט געשפילט א ראלע, אבל זה נושא בפנ"ע בתורת פסיכולוגיה].


מהיכן דנתני אז עס איז תלוי הא בהא? קאלטע לאגיק גיבט מער רחמנות און געפיל גיבט אכזריות? דאס איז פארקערט פון וואס איז אנגענומען אין די וועלט. איך זאג נישט אז דו ביזט נישט גערעכט, אבער אז דו מאכסט אזעלכע סטעיטמענטס דארפסטו עס קענען אויפבעקען מיט א הסבר אדער מיט ראיות אדער מיט א מסורה קינד צום טאטע איש מפי איש ביז ששים רבוא וואס האבן עס געזען מיט די אייגענע אויגן. [בתורת הפסיכלוגיה בין איך נישט אזוי באהאווענט ווי דיר וממילא וועלן מיר דאס לאזען אין דער זייט פאר דערווייל.]

לסיומא דמילתא, איך מיין אז מיר זענען מער בהסכמה ווי נישט, מיין ווינדער איז נאר אויף די מסקנות וואס דו ציסט דערפון. ובעיקר וויל איך נאכאמאל זאגן אז דיין אפשאצונג סיי אויף דער פרטיות'דיגע פרשה - וואס איז געווען זייער א פארווייטאגטע ביי כלל ישראל - און סיי על הכלל כולו וואס דער אפשאצונג טוט שיינען א ליכט, פאר דער וואס האט אפענע אויגן און אויערען, איז וואונדערבאר און בעסער ווי גוט. מיין שמועס דא און אין מיין פריערדיגע תגובה זענען נאר געווען בכלליות אויף די נושא.


.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 7:56 pm#316489
Re: היסטארישע ראמאן: יעזוס קריסט
די מעשה האט עפעס א אחיזה אין מציאות? איך האב אלעמאל געוויסט האט יאשקע פשוט געוואלט ווערן משיח ביי די אידן און ווען סאיז נישט געגאנגען זענען זיי געגאנגען צו די גוים און ממילא האבן זיי נישט געקענט פארקויפן זייער נייע אמונה מיט מצוות מעשיות, האט יאשקע געהאט אנאנדערע אידעאלאגיע חוץ פון זיין משיח?
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 8:58 pm#316499
Re: היסטארישע ראמאן: יעזוס קריסט
ביי די חוקרים איז אנגענומען אז ישו האט בעצם גארנישט פארקויפט, סתם געווען א ווילדער משוגענער משיח שקר.

למעשה זענען זיינע תלמידים אויפגעקומען מיט הערליכע רעיונות און עס ארויפגעלייגט אויף זיין נאמען.

דאס הייסט אז עס איז דא צוויי ישו'ס. איין דער היסטארישער ווירקליכער ישו, און דער אנדערער ישו וואס מען האט זיך געחלומ'ט אז ער איז געוועהן. געווענליך ווען מען רעדט פון ישו, רעדט מען פונעם צווייטן.

איין זאך דארף אבער אויסגעקלארט ווערן, די סנהדרין וואס האבן אים דן געווען למיתה, האבן דן געווען דעם עכטן משוגענעם ישו, זיי האבן נישט געוואוסט וואסערע דקות'דיגע טיפע נקודות ער האט צופארקויפן, זיי האבן אים פשוט געממית'ט ווייל ער איז געוועהן א מורד במלכות.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 9:15 pm#316500
ATUB @שמערל ATUB , אמת לאמיתה.
איך האב דייקא גערעדט פון ישו פון ברית החדשה. דער פערזאן שלא היה ולא נברא.
איך האב גערעדט פון נאך עפעס אויך [וי"א, בעיקר פון יענס], וכבר ירד לזה החכם ATUB @ברסלבער ATUB .
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 9:18 pm#316501
שמערל, מענטשן האבן אים גע'ממית'ט?
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 9:24 pm#316502
Re: היסטארישע ראמאן: יעזוס קריסט
מורד במלכות דורך סנהדרין מאכט עפעס נישט קיין סענס, אין חסרונות הש״ס שטייט דוכט זיך כישף והסית והדיח,
שש משזר, אין ברית החדשה גופא ווערט יא געסטרעסט די געדאנק?
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 9:38 pm#316505
ווי קימט עס אז אזאלכע געפילישער מענטשן זאלן זיך פארוואנדלען צו אכזרים?
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 10:15 pm#316525
Re: היסטארישע ראמאן: יעזוס קריסט
ירא שמים האט געשריבן:מורד במלכות דורך סנהדרין מאכט עפעס נישט קיין סענס, אין חסרונות הש״ס שטייט דוכט זיך כישף והסית והדיח,


די סנהדרין האבן אים דן געווען, די רומיים האבן אויסגעפירט דעם פסק דין.
זאל זיין אלס כישוף, אבער נישט צוליב קאצקער שיטות און סטראקטער וכו', ישו און די סנהדרין האבן נישט געוואוסט דערפון.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 10:21 pm#316528
הוגה האט געשריבן:שמערל, מענטשן האבן אים גע'ממית'ט?
אודאי געוויס. די סיבה, ווענדט זיך פון וועלכע ישו מ'רעדט [שוין נאכן פארענדיגן חקרנ'ען אויב ישו פון ש"ס איז ישו פון די נוצרים].


ירא שמים האט געשריבן:מורד במלכות דורך סנהדרין מאכט עפעס נישט קיין סענס, אין חסרונות הש״ס שטייט דוכט זיך כישף והסית והדיח,
שש משזר, אין ברית החדשה גופא ווערט יא געסטרעסט די געדאנק?
לויט ברית החדשה קומט אויס אזא בילד. קלאר. כאטש מיט מינדערוויכטיגע שינוים. פון אים רעד איך, נישט פון דער ריכטיגער ישו וואס איז טאקע געווען א פשוט'ער וואניזיגער.


קאצקע ציקער האט געשריבן:ווי קימט עס אז אזאלכע געפילישער מענטשן זאלן זיך פארוואנדלען צו אכזרים?
עיין כאן היטב. צומאל בא זה ומשלים על זה.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 11:40 pm#316543
תיקון טעות.

איך האב געמיינט צו פרעגן ATUB @שמערל ATUB פון וואו ער נעמט אז 'סנהדרין' - ווי איידער די רומיים - האבן אים גע'ממית'ט.


.
פרייטאג יאנואר 08, 2016 1:11 am#316572
איך וויל נישט און איך וועל נישט אריינגיין אין א דיסקאסיע, הגם איך האב וואס צו זאגן, אבער אז איך וועל אנהויבן וועל איך מוזן פירן דיאלאגן וואס איך האלט נישט דערביי.

אבער כדאי מ'זאל נישט זאגן מדשתקי שמע מיניה... וויל איך מוחה זיין בכל תוקף ועוז - ס'איז אן ערנסטער שאלה צי מ'מעג ארויסברענגען די שיינקייט אויף עובדי ע"ז, ותמצא ק"ו משמעון הקלפי שקראו אותו פטר חמור, וק"ו לאותו-איש. ס'פאסט נישט פאר קאווע שטיבל, אלעס האט א גבול. איך האלט זיך איין צו נוצן שארפערע לשונות.

ובזה יצאתי יד"ח... א שאד צוריקצוענטפערן, איך גיי זיך נישט טענה'ען אין דער נושא.
פרייטאג יאנואר 08, 2016 1:18 am#316576
@שמואל, האסט מסתם פארפאסט די הערה

ברסלבער האט געשריבן:
און יעצט א ווארט צו די מוחים. ווען די מאמע רעדט צום טאכטער און מיינט די שנור, דארף די טאכטער עס נישט נעמען פערזענליך.
פרייטאג יאנואר 08, 2016 1:28 am#316579
Re: היסטארישע ראמאן: יעזוס קריסט
ער מיינט יאיר׳ס תגובה, וד״ל.
פרייטאג יאנואר 08, 2016 1:31 am#316580
אויב מיינט ער יאיר פארשטיי איך, עס האט מיר אויך געשטערט די לשונות כאטש עס איז מן הסתם סארקאסטיש, פארט..
זונטאג יאנואר 10, 2016 1:42 am#316755
סטרוקטור פון תורת ישראל, תורת החסידות, און להבדיל קריסטנטום
הוגה, שיינע נקודות נאכאמאל ארויסגעברענגט [און ייש"כ על דברי העידוד שנית], ואודה ולא אבוש אז כ'נעם אן געוויסע פונקטן. פארט אבער איז נישט אלס ריכטיג, און מער פון דעם האסטו צומאל נישט פארשטאנען מיין כוונה, ואפרש.


סטרוקטור פון תורת ישראל און תורת החסידות.

א גרויס חלק פון דיין תגובה איז איבער 'סטרוקטור'. דיין טענה איז, אז יעדע סטרוקטור האט זיך אנגעהויבן ערגעץ, זיך אפברעכנדיג פונעם פריערדיגן סטרוקטור, וכך היא דרכה של עולם. ענדליך צו דעם טענה'סטו, אז אברהם אבינו און משה רבינו האבן אויך אפגענויגט פון פריערדיגן סטרוקטור. דאס האט אין זיך אמת, אבער פאקטיש טוישט זיך דער וועלט כסדר אפילו אן מהפיכות. כסדר קומען אויף פרישע רעיונות, אויסטרעפונגען, וכו', וואס לאזט איבער א השפעה - טאקע שטייט און צוביסלעך, אבער א פאקטישע השפעה - אויף מענטשהייט. אדער ווי מיר רופן עס דא, דער סטרוקטור.

ווען איינער גרינדעט א פרישע רעליגיע, איז עס גארנישט אנדערש ווי די אומצאליגע אנדערע זאכן וואס לאזן איבער א שטעמפל אויפן וועלט, בשעתם ובדורות הבאים אחריהם. געווענליך שטעלט מען אוועק יסודות אויף לאגיק, געבויטע הארטע לאגיק - הגם אפפרעגבאר, און באזירט אויף חכמת חיים וידיעת ההיסטוריה. דהיינו, מ'ווייסט וואו מ'גייט און וואו מ'שטייט, און דערפאר קען מען אוועקשטעלן א גוט באזירטע עסק. להבדיל, אפילו אין אונזער תורה געפונען מיר אזא אספעקט לשיטת הרמב"ם, ורבי אברהם בן הרמב"ם ועוד [עי' כאן], אז דער תורה האט מבסס געווען אסאך חוקים אויף וואס איז געווען אנגענומען אלס נארמע אין יענע תקופה. דאס איז טיילווייז צוליב דעם אויבנדערמאנטער נקודה, אז אפילו אזא 'מהפיכה' ווי א נייע רעליגיע מוז זיין געבויט אויף אויסגעגראבענע פונדאמענטן כדי ס'זאל האבן א קיום.

ווען אברהם און משה האבן מחדש געווען יהדות, האבן זיי אוודאי ארייגעלייגט זייער געפיל און קרבת אלקים אינעם רעליגיע. אבער די רעליגיע איז געווען באזירט אויף סטרוקטור. דינים און הלכות, און אלטע גוי'אישע מנהגים ויסודות. די חלק הרגש ווערט אייביג אויסגעקילט במשך'ן צייט, און איז דערפאר אן עבודת היחיד זיכער צו מאכן נישט צו בלייבן פוסט און ליידיג, א מאשין וואס טוט מצוות. אבער די חלק הסטרוקטור, נעמליך מצוות מעשיות והנהגות, דאס פארבלייבט לעולמי עד, אפגעזען וויפיל כוונה עס ליגט אין קאפ פון די וואס היטן איר אפ. דאס זעלביגע איז מיט יעדע רעליגיע.

ווען מיר כאפן אן חסידות אלס דוגמא, דארף מען דאס צוטיילן צווישן דער בעש"ט און געוויסע שפעטערדיגע מנהיגים [לאמיר אנכאפן דעם מעזריטשער מגיד אלס דוגמא, וויבאלד ער האט אסאך סטרוקטירט חסידות]. דער בעש"ט איז גארנישט געווען אנדערש ווי סיי וועלכער אנדערער צדיק וואס וויל אריינלייגן רגש אין א טרוקענעם נפש. ער האט נישט געזוכט מפיץ צו זיין קיין מהלך, און ער האט נישט פרובירט מהפך צו זיין די וועלט. ער האט אפשר געהאט געוויסע מחודש'דיגע געדאנקען, אבער ער האט דאס געזאגט פאר געקליבענע תלמידים מקשיבים, אדער סיי ווער ס'איז געקומען צו אים. פונקט ווי די אנדערע בעלי שם, אדער משפיעים בדורינו.

ווען דער מעזריטשער מגיד האט צענטראליזירט חסידות, און דאס איז געווארן א ציל און מהלך כלפי דאס פאלק באופן כללי, דהיינו - סטרוקטירט די זאך, האט זיך צוביסלעך געשאפן דער חורבן וואס מיר קענען היינט אלס 'חסיד'ישער אידישקייט'. טאקע וויבאלד די רעיונות זענען באזירט אויף רגש, און דאס איז נחלת עובדים צמאים בלבד, און ווידער פשוט'ע אידן דארפן סטרוקטור באזירט אויף טריקענע 'את המעשה אשר יעשה האדם וחי', איז לא די ס'האט זיך צוביסלעך אויסגעליידיגט פון איר טיפער אינהאלט, וכפי שצווח הרב מסאטמאר 'נשתכחה תורת הבעל שם', נאר בעיקר איז געבליבן א שרעקעדיגע בער וואס מ'האט פארזען און נישט פאראויסגעשאצט. א חורבן פון נישט אויסגערעכנטע סטרוקטור וואס איז באזירט אויף אלטע יסודות.


וואס טוט זיך מיט קריסטנטום?

בנוגע קריסטנטומ'ס בלוטיגע היסטאריע. קודם לאמיר רעדן פון יהדות לעומת נצרות, וויבאלד די לעכערליכע טענה אז נ"ך ברענגט כסדר'דיגע רציחה גייט מיר ארויס פון די נאז. הפנים יעדער זאגט איבער דאס זעלביגע אן פארשטיין וואס שטייט קלאר אין נ"ך. סך הכל זענען דא צוויי פלעצער וואו מ'האט גע'רצח'ט פרעמדע פעלקער. די שבע עמים ביים אייננעמען ארץ ישראל, און די מצוה אויסצו'הרג'ענען עמלק. די שבע עמים איז פשוט צוליב זייער זיין אין לאנד וואס מיר ווילן איבערנעמען. אין פאקט, איז נישט געווען קיין חיוב זיי אויסצוזוכן און הרג'ענען, און ווער ס'איז אנטלאפן האט גוט געטון. ס'איז געווען באזירט אויף א שיטה פון 'בלייב נישט דא ווייל כ'וויל נישט נשפע ווערן פון דיר'. דאס שטייט שוין אין תורה. אין פאקט, זעט מען אין נ"ך אז מ'האט זיך נישט באגאנגען מיט זיי בכל החומר, און מ'איז טאקע יא נשפע געווארן פון זיי און געליטן דערפאר. די עמלקים האב איך א הסבר פאר זיך, אבער אכמ"ל [ובקוצר, ראסע ענינים]. עכ"פ דאס איז געווען מיטן יסוד פון כלל ישראל, אין איין געוויסן מקום, און מ'האט נישט געפאדערט זיי זאלן זיך שמד'ן צו אידישקייט. שפעטער, געפונען מיר שוין בכלל נישט קיין רציחת עמים אחרים צוליב אונזער רעליגיע.

ווייטער, קלעטער אריין אין בודהיזם צו כמעט יעדע אנדערע רעליגיע. וועסטו זען אז זיי האבן נישט גע'הרג'עט די וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן. אפילו איסלאם מיטן שווערד, האט נאר גע'הרג'עט אין אנהייב כדי זיך מבסס צו זיין, אבער שפעטער האט מען געלאזט לעבן אונטער זייער הערשאפט [אפילו בימי מוחמד טענה'ן זיי, אז ער האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט אידן, נאר ענדליך צו אונזער טענה - אין געוויסע שטחים פון היינטיגן אראביע האבן זיי געוואלט ס'זאל זיין ריין פון אומגלויביגע אין זייער רעליגיע]. היסטאריש גערעדט, האבן אידן געלעבט גאנץ כמעשה אונטער די מוסולמענער רוב צייטן, און ערמארדעט געווארן יעדן שני וחמישי אונטער די קריסטן רוב צייטן.

ווען איך זאג אז קריסטנטום האט נישט געארבעט אלס סטרוקטור, מיין איך נישט די פונקט צו זייער איינפלוס איז געשטיגן אדער געשרינקען, נאר די מציאות הדברים אז דאס איז נישט געווען קיין אויסגעארבעטע סטרוקטור ווי אנדערע רעליגיעס. ס'איז געווען ווי חסידות, מיט אפאר עובד'ישע רעיונות, וואס איז נישט געאייגנט פארן כלל, וכנ"ל. ווען דאס איז געווארן נחלת הכלל, איז עס געווארן סטרוקטירט אן קיין ריכטיגע יסודות, דאס אויך ווי חסידות. די תוצאה ביי ביידע איז אייניג: עס איז געווארן פול מיט רשעות און געמיינהייט, ליידיג פון אריגינאלער תוכן און געפיל, און א נייע סטרוקטור וואס איז נישט געבויט אויף אלטע פונדאמענטן.

דערפאר ווען איינער וואונדערט זיך וואס דער דעפיניציע פון 'נארמאלקייט' וואס אויף דעם דארף מען בויען די סטרוקטור, איז דער ענטפער: געבויט אויף א גרונד וואס עקזיסטירט שוין. געוויסע פרטים, און אפילו כללים, קענען זיך טוישן מיטן אויפקום פון נייע שיטות, רעליגיעס, מאדערניזאציע, און קולטור. אבער אויב מ'מאכט א גענצליך נייע יסוד, דאן איז מען מער ווייניגער אויסגעשטעלט צו חורבן. דאס האט צוגעברענגט א היטלער און א סטאלין די לעצטע הונדערט יאר. נייע רעיונות, ווען מענטשהייט איז די 'גיני פיג' אויף וועם דאס אויסצופרובירן. און אויב דאס איז געזאגט געווארן ביי רעיונות באופן כללי, איז דאס לדעתי פולפאכיג מער נוגע ווען די רעיון איז געבויט אויף געפיל, 'ספיריטואליטעט', און מיסטיציזם.

די קומענדיגע שאלה איז, פון וואו ווייסן מיר אז יאשקע האט געוואלט מאכן א 'מהפיכה כללית' ווי איך רוף עס. די תשובה אויף דעם איז, פוק חזי מאי 'ברית החדשה' דבר. זיי באשרייבן א מענטש וואס האט געהאט אן אויסדריקליכער נייע שיטה אין כלל ישראל. טאקע בערך ווי חסידות האט געטון, זייענדיג סותר די פריערדיג איינגעגעסענע און אלטגעזעצענע דרך החיים. און איך רעד פון דעם יאשקע וואס זיי לייגן אראפ. און איך נעם אז דאס איז א רעצעפט אויף חורבן, נישט נאר באזירט אויף וואס איז פאקטיש ארויסגעקומען פון קריסטנטום, נאר בעיקר באזירט אויף קאלטע לאגיק, און ווי אויסגעשמועסט אויבן.

---

ווייטער קען מען זיך דינגען איבער פרטים, למשל מהיכי תיתי אז לאגיק ברענגט צו מענטשליכקייט, און געפיל ברענגט צו אכזריות. אימא איפכא. אזוי אויך קען מען זיך דינגען איבער קולטור, צו ס'איז טאקע א גוטע זאך אדער גאר א גורם פאר חורבן. וכהנה וכהנה. איך האב געשריבן מיינע הרהורי דברים, לויט ווי מיין לאגיק געבט אן, און מעגליך אז איך בין נישט גערעכט. אין סך הכל, איז עס ממילא געווען א גוטע אשכול און שיינע רעיון, און נאך טיפערע נמשל.

א ייש"כ פאר די דברי עידוד ושבח, וכבוד ועונג הוא לי שחכמים חשובים משבחים ומפארים הרעיון והאופן בו נכתבה המאמר.
זונטאג יאנואר 10, 2016 3:37 pm#316817
די יחס פון גדולי ישראל צו ישו הנוצרי.

געוויסע האבן אפשר טענות איבער אפמאלן יעזוס'ן אין א ליכט וואס האט עפעס פאזיטיווקייט צו זיך. אבער באמת איז דער מדובר נישט ישו וואס חז"ל מאלן אראפ ווי א פשוט'ער משוגע'נער משיח שקר ומסית לעבוד ע"ז, נאר דער ישוע וואס ווערט אפגעמאלן אין ברית החדשה אלס טרוימער פון נייע מהלך אין גאטס-דינסט. אין איתנו יודע אויב מ'רעדט פונעם זעלבן מענטש, צוליב די חילוק אין יארן [תלמיד רבי יהושע בן פרחיה קען נישט האבן געלעבט אינעם תקופה וואס דער ברית החדשה דערציילט]. אבער אפגעזען די מספר השנים, רעדט מען דא פון צוויי אנדערע מענטשן, לויט וויאזוי זיי ווערן אפגעמאלן.

אין פאקט, געפונען מיר בפי חכמי ישראל לדורותיהם, פארשידענע - אזוי צו זאגן - פאזיטיווע שטריכן אויף יאשקע, אדער לכה"פ איבערן פאקט אז ער האט [בעסער געזאגט: זיינע תלמידי תלמידים האבן] געגרינדעט א נייע רעליגיע. לאמיר דא אפירברענגען אפאר אויסצוגן פון דברי גדולי ישראל.

באקאנט זענען די מער השקפה'דיגע רייד פונעם רמב"ם אין הל' מלכים פי"א ה"ד, וואס שרייבט בתוך הדברים בזה"ל: וכל הדברים האלה של אותו האיש ושל זה הישמעאלי שעמד אחריו, אינן אלא ליישר דרך למלך המשיח, ולתקן את העולם כולו לעבוד את השם ביחד וכו', עכ"ל. וואס בפשטות מיינט דאס, אז זיי האבן איינגעפעדימט די מושג פון אן איין איינציג גאט אויפן וועלט, און אפילו באזירט זייערע מצוות אויף אונזער תורה, ווי ער שרייבט בהמשך, עיישב"ד.

ענדליך צו דעם שרייבט רבי יהודה הלוי אינעם כוזרי מאמר ד' פכ"ד, וז"ל: אלה האומות, הנוצרים והמוחמדים, הם הצעה והקדמה למשיח המחוכה, עכ"ל.

א מחודש'דיגער בליק געבט אונז דער באר הגולה, טאקע אלס פסק הלכה, אין חו"מ סי' תכ"ה, וז"ל: ואלה הגויים אשר אנחנו אומה ישראלית גולים בצל שלהם ומפוזרים ביניהם, הם מאמינים בחידוש העולם וביציאת מצרים ובכמה עיקרי הדת, וכל כוונתם לעושה שמים וארץ, כמו שכתבו הפוסקים והביאם הרמ"א באו"ח סי' קנ"ו בהגה, לא די שאין איסור להצילם, אלא אפילו אנחנו חייבים להתפלל לשלומם, וכאשר האריך בזה בעל "מעשה ה'" בסדר הגדה בפסוק: "שפוך חמתך על הגויים אשר לא ידעוך", וכתב הרמב"ם דהלכה כרבי יהושע דחסידי אומות העולם יש להם חלק לעולם הבא, עכ"ל. פון דא זעען מיר אויך א געוויסע הוקרה פאר יאשקע וואס האט זיי גאר פארוואנדלט אין 'חסידי אומות העולם' כלשון הבאה"ג [אנדערש ווי מיר קוקן אלס אן אז א חסיד אוה"ע מיינט דער וואס פארטראגט זיך גוט מיט אידן, ווען באמת מיינט עס דער וואס טוט דער רצון ה']. ענליך צו זיינע ווערטער, שרייבט דער שו"ת חוות יאיר סי' א' השגה י"א, און אזוי אויך דער נודע ביהודה אינעם הקדמה צו זיינע תשובות.

---
דער שארפער קנאי, רבי יעקב עמדין זצ"ל [יעב"ץ], שרייבט אין אן אגרת בסוף סדר עולם רבה וזוטא:

"אבל באמת גם לפי דברי כותבי האוונגליון אין שום יהודי רשאי לעזוב תורתו וכו', מכאן נראה בבירור, שהנוצרי ושלוחיו לא באו לבטל תורה מישראל חס וחלילה וכו', אבל הוא הדבר אשר דיברתי, שלא בא זה - כמחשבת כותבי האוונגליון - שבא הנוצרי לבטל דת היהדות לגמרי, אלא רק לאומות בא לייסד להן דת מן אז והלאה, ואף היא לא חדשה כי אם ישנה, אלה שבע מצוות בני-נח ששכחון וחזרו שלוחי הנוצרי וייסדן מחדש. אך כל זרע ישראל, וכן הנימול ונכנס לדתם, הוא מחויב בשמירת כל מצוות התורה בלי שום גרעון, אבל לאומות העולם הניח שבע מצוות שנתחייבו בהן מאז וכו'.

ומרגלא בפי שהנוצרי עשה טובה כפולה בעולם, מצד אחד חיזק תורת משה בכל עוז כנ"ל, ואין אחד מחכמינו שדיבר יותר מזה בפה מלא בחיוב קיום נצחי לתורה, ומצד אחר לאומות-העולם היטיב הרבה, שביטל עבודה זרה והסיר הפסלים מהם וחייב אותן בשבע מצוות, שלא יהיו כבהמות שדה, וזיכה להם במידות מוסריות, ובזה החמיר עליהם יותר מאד מתורת משה, כנודע", עכ"ל.

אן ענליך לשון שרייבט ער: נוצרים ומוסלמים הם כנסיה שהיא לשם שמים - סופה להתקיים, רצונם לשם שמים ושכרם לא יבצר מהם, עכ"ל [ ATUB @אלאדין ATUB , די 'מוסלמים' חלק איז ספעציעל פאר דיר...].

שארפע דיבורים, קאמענטארן זענען איבעריג.

---
אין לעצטן יארהונדערט, האט דער גרויסער הוגה דעות - הגראי"ה קוק זצ"ל, געשריבן אינמיטן זיין מאמר 'דרך התחיה' ווי פאלגענד: במעמד חלוש כזה באה הנצרות ותעש בקיעים באומה. מחוללה היה בעל כוח אישי נפלא, הזרמתו הנפשית הייתה גדולה, אבל לא נמלט מהחסרון האלילי שהוא תגברת ההזרמה הנפשית מבלעדי החינוך המוסרי והלימודי, וכל כך נמסר לזרמת הנפשיות שלו ומסר לתוכה את הדבקים בו, עד אשר אבדו את התכונה הישראלית ונתנכרו מעשיהם ורוחם למקור מחצבתם, עכ"ל.

ווי פארשטענדליך, האבן זיך גלייך געיאוועט פארשידענע קריטיקירער וואס האבן אטאקירט דעם גרויסן דענקער, מיט זייער קליינקעפיגע וועג פון טראכטן, נישט פארשטייענדיג די טיפקייט אין מושגים וואס הרב קוק איז מנתח מיט זיין ספעציעלן כשרון, און זיי האבן אים באצייכנט אלס קריסטנטום ליבהאבער, און איינער וואס מאכט זיך נישט וויסנדיג פון דברי חז"ל וואס מאלן שלעכט אפ ישו'ן. זיי האבן הפנים נישט געזען ווי דער גרויסער קנאי, רבי יעקב עמדין, האט שוין אויך געלאזט פאלן אזעלכע ווערטער.

למעשה האט הרב קוק זעלבסט זיך מתייחס געווען דערצו אין א בריוו, געדריקט אין איגרות הראי"ה ב' עמ' ל"ד, ווי ער שרייבט בלשונו הזהב: וע"ד שאלתו בנדון שכתבתי בחוברת "הניר" ע"ד אותו האיש, שהי' לו כח אישי נפלא והזרמה נפשית, שנמצאו איזה אנשים שתמהו ע"ז וחשדו אותי כאילו באתי לספר ח"ו בשבחו, של אותו פושע ישראל, שעשאוהו נכרים עבודה זרה. ידע ידידי, שלא כן הדבר, וכל מי שיקרא את מאמרי העמוק הנ"ל באותו העיון הראוי לענינים רמים כאלה, לא יוכל כלל להעלות על דעתו, שיש כאן ענין של שבח.

כי הלא כה דברי, שעצם הכח האישי וההזרמה הנפשית הוא כח טבעי, והוא תלוי בהכשר: אם מכשירים אותו ע"י קודש עליון הוא מתעלה, ואם עוזבים אותו בעינו ונמסרים אליו כמו שהוא, נופלים על ידו לעמקי זוהמת עבודה זרה וכו', עכ"ל. פארט זעען מיר פון זיינע ווערטער די כוחות הנפש און אפילו פאזיטיווע שטריכן, כלפי ישו. ומתוך גנותו אתה בא ללמוד אז ס'איז נישט אינגאנצן שווארץ.

ועל כל הדברים האלה תמכתי יתידותי אין מיין שטיקל פאעזיע, כאטש איך האב בעיקר געזוכט די נקודה שבדבר, און נישט ארויסצוברענגען ווער ישו איז באמת געווען.

---
אין א זייטיגע נאטיץ, איבער דעם וואס ער האט זיך נישט פארקויפט פאר קיין גאט, שרייבט שוין דער אפודי [רבי יצחק פרופיאט דוראן. אסאך האבן געהאקט אויף זיינע לינקע דעות, ואכמ"ל], אין זיין ספר 'כלימת גוים': מעולם לא כיוון המשיח המדומה לעשות עצמו אלוה, ואפילו תלמידיו לא אמרו אלהינו ישו, אלא חשבוהו היותו מבחר המין האנושי, עכ"ל.
זונטאג יאנואר 10, 2016 9:56 pm#316875
איר זאלט מיר מוחל זיין, אבער שקר גס האט אויך א גבול. זענט איר (בכיכול) מעתיק א שטיקל רמב"ם, אבער געשניטן פון פארענט און פון הינטן. אויף ענדליכס צו דעם שרייבט דער רמב"ם אליינס במקום אחר אז ווען איינער נעמט זיך מעתיק זיין געשטיקלטע מאמרים קען ער קומען מיט א פסוק מפורשת וואס באפעלט א מצווה פון "ועבדתם אלהים אחרים והשתחויתם להם". און דאס איז וואס איר האט דא אהערגעשטעלט, פשוט מציע געווען אן עבודה זרה -- ווי דער רמב"ם אליינס באטאנט אין דעם זעלבן הלכה, און ביותר ביאור אין די תשובה זיינע -- אונטערן שלייער פון העתקת דבריו, מחוץ למשמעות לגמרי. איר זענט מפרש אז דאס וואס דער רמב"ם שרייבט "ולתקן את העולם כולו לעבוד את השם ביחד" איז ווייל ישוע הנוצרי זאל ווען כאילו "האבן איינגעפעדימט די מושג פון אן איין איינציג גאט אויפן וועלט", ווי כאילו דער שטיקל רמב"ם איז פאר זיך פשט'לאז און לאזט זיך אריינלערנען דעראין וואס עס שמעקט אייך נאר. בו בעת וואס איר האט מיאוס פארשניטן דעם רמב"ם און אים אויסגעטון נאקעט פון זיין אייגענע פשט ווי ער איז זיך מבאר וואס ער מיינט מיטן שרייבן אז "ולתקן את העולם כולו לעבוד את השם ביחד".

נאט אייך דעם רמב"ם אן דעם איבערגאנגס אפעראציע...

אף ישוע הנצרי, שדמה שיהיה משיח ונהרג בבית דין, כבר נתנבא בו דניאל, שנאמר: "ובני פריצי עמך ינשאו להעמיד חזון ונכשלו" (דניאל יא יד). וכי יש מכשול גדול מזה? שכל הנביאים דיברו שמשיח גואל ישראל ומושיעם, ומקבץ נדחיהם ומחזק מצוָתן; וזה גרם לאבד ישראל בחרב, ולפזר שאריתם ולהשפילם, ולהחליף התורה, ולהטעות רוב העולם לעבוד אלוה מבלעדי יי.
אבל מחשבות בורא העולם – אין כוח באדם להשיגם, כי לא דרכינו דרכיו ולא מחשבותינו מחשבותיו. וכל הדברים האלו של ישוע הנצרי, ושל זה הישמעאלי שעמד אחריו, אינן אלא לישר דרך למלך המשיח, ולתקן העולם כולו לעבוד את יי ביחד, שנאמר: "כי אז אהפוך אל עמים שפה ברורה, לקרוא כולם בשם יי לעבדו שכם אחד" (צפניה ג ט).
כיצד? כבר נתמלא העולם מדברי המשיח ומדברי התורה ומדברי המצוות, ופשטו דברים אלו באיים רחוקים ובעמים רבים ערלי לב, והם נושאים ונותנים בדברים אלו ובמצוות התורה. אלו אומרים: מצוות אלו אמת היו, וכבר בטלו בזמן הזה ולא היו נוהגות לדורות. ואלו אומרים: דברים נסתרים יש בהן ואינן כפשוטן, וכבר בא משיח וגילה נסתריהם. וכשיעמוד המלך המשיח באמת, ויצליח וירום וינשא, מיד הם כולם חוזרים ויודעים ששקר נחלו אבותיהם, ושנביאיהם ואבותיהם הטעום.



דאס זעלבע איז מיט דעם כלומר'שטן לשון הכוזרי, א קורצע עיון אין מקור איז מגלה אז וואס ער שרייבט, ביז וואס איר קלעים'ט בשמו, איז לא פגע ולא נגע.


אהוב וכו', אך האמת אהוב מן הכל!
זונטאג יאנואר 10, 2016 11:52 pm#316883
במחילה מכבודך הרמה, אבער איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין הוה אמינא אין זאגן אז קיין עוול איז נישט באגאנגען געווארן דורך די נוצרים בכלל, אדער ישו בפרט. אין פאקט, האב איך אין שטיקל פאעזיע פארענדיגט בייסיג מיט א קורצע חשבון הנפש וואו אהין די קריסטן זענען אנגעקומען מיט זייער רחמנות'דיגע רעליגיע, ממש כדברי הרמב"ם 'וזה גרם לאבד ישראל בחרב, ולפזר שאריתם ולהשפילם'.

אזוי אויך איז נישטא קיין מושכל ראשון אז ער האט נישט גורם געווען אמונה בשילוש וואס איז ע"ז בשיתוף [אקעי, ס'האט גארנישט מיט ישו זעלבסט, מ'רעדט פון די וואס האבן אזוי אנגעקלעבט עליו ועל חלומותיו]. ה"ה די אנדערע נקודות.

סך הכל, זעען מיר געוויסע פאזיטיווע שטריכן וואס רוב מענטשן פארפעלן אנצומערקן, אפגעזען די נעגאטיווע זייט וואס איז א דבר פשוט וואס יעדער זעט. די פאזיטיווע אומבאקאנטע זייט, וואס מענטשן טראכטן נישט אין יענע ריכטונג, האב איך מצטט געווען, טראץ דעם וואס די נעגאטיווע חלק איז פשוט וברור לכולם [וכפי שעשיתי בהבאתי את דברי הרב קוק, ודו"ק].
מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:46 am#316894
וואו קומט דא אריין "עוול"?
איר ברענגט א רמב"ם, צו'מזיק'ט און און צושטיקלט, און לערענט אריין פשט אין רמב"ם, בניגוד ובהיפך פון וואס דער רמב"ם אליינס שרייבט דארטן. אויף דעם איז מיין הגה.

דאס זעלבע גייט אויפן כוזרי. און קל וחומר אויפן באר הגולה וואס יעדער חדר יינגל קען אפליינען די פחד הצענזור אין די שורות זיינע.

בכלל, אז דער באר הגולה שרייבט ווען יא מיט אן אמת "חסידי אומות העולם" אויף די נוצרים בימיו, מיינט דאס עפעס נאנט צו "א געוויסע הוקרה פאר יאשקע"??
מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:48 am#316895
היסטארישע ראמאן: יעזוס קריסט
אבער מה הפשט אינ׳ם יעב״ץ? אולי אויך צענזור?
מאנטאג יאנואר 11, 2016 1:00 am#316897
.
מאנטאג יאנואר 11, 2016 1:34 am#316900
א שאד די טענה'ריי, אבער כ'וועל פרובירן נאך איינמאל.

די רמב"ם הייבט אן מיטן חורבן וואס נצרות האט געמאכט. ער מוטשעט זיך וואס איז פשט דערפון אז גאט האט אזוי מסבב געווען, און איז מסביר די גרויסע תועלת וואס דאס האט געברענגט צו אלע פעלקער. איך זוך נישט אויסצושמועסן מער פון וואס כ'וויל ארויסברענגען, אז ער ברענגט עפעס פאזיטיווע שטריכן אויך. וה"ה דער כוזרי. ביזט נישט מסכים? איימסארי.

דער באר הגולה האט קיין פראבלעם מיטן צענזור. ער האט עס בכלל נישט געדארפט שרייבן. ס'איז אפשר גוט פארן התנצלות פונעם נוב"י בהקדמתו, נישט פארן באר הגולה טיף אינמיטן זיין חיבור. ובפרט אז דער רמ"א שרייבט שוין אזוי, ווי אויך אסאך אנדערע פוסקים.

איבער חסידי אוה"ע, האט דאס א דירעקטע שייכות מיט ישו, וואס האט זיי מנחיל געווען אזא תורה וואס קען זיי אריינלייגן בגדר חסידי אוה"ע. וכן כתבתי לעיל. מ'קען זיך דינגען מיטן מסקנא, אבער כ'זע נישט פארוואס ס'זאל נישט קענען זיין פארבינדן.
מאנטאג יאנואר 11, 2016 7:22 am#316907
פאר ווער ס'וויל וויסן די היסטארישע שטאנדפונקט פון יעזוס קריסט און וויאזוי פון א א קליינע אידישע סעקט איז ארויסגעוואקסן א וועלטליכע דאמינירטע רעליגיע מיט ביליאנען נאכפאלגער איז כדאי צו וואטשען די דאקיומענטרי PBS - From Jesus To Christ פון פיר חלקים. הויך רעקאמענדירט!

PBS - From Jesus To Christ. The First Christians - 1 of 4

m https://www.youtube.com/watch?v=kZPKCDOeyMg m

PBS - From Jesus To Christ. The First Christians - 2 of 4

m https://www.youtube.com/watch?v=NB1WXhoEA0o m

PBS - From Jesus To Christ. The First Christians - 3 of 4

m https://www.youtube.com/watch?v=S0pfQ2ZBe2Q m

PBS - From Jesus To Christ. The First Christians - 4 of 4

m https://www.youtube.com/watch?v=-_jY2E8I_mA m
פרייטאג יאנואר 15, 2016 3:11 pm#317644
איך האב נישט פארכאפט צו רעאגירן צו דעם הערליכן וויכוח צווישן ATUB @שש משזר ATUB און ATUB @הוגה ATUB . לויט מיין מיינונג וואלט זיך געקומען פאר דעם מער לייקס. ווייזט אויס אז דער עולם איז פויל צו ליינען... דאס איז דאך דער ניצחון פון סטרוקטור.

שש דארף יעצט שרייבן אן אשכול איבער דער וויכטיגקייט פון ליינען - כדי מ'זאל נישט אנקומען דארט וואו די קריסטן זענען אנגעקומען אין מיטלאלטער ;)

שש משזר האט געשריבן:דער תורה האט מבסס געווען אסאך חוקים אויף וואס איז געווען אנגענומען אלס נארמע אין יענע תקופה. דאס איז טיילווייז צוליב דעם אויבנדערמאנטער נקודה, אז אפילו אזא 'מהפיכה' ווי א נייע רעליגיע מוז זיין געבויט אויף אויסגעגראבענע פונדאמענטן כדי ס'זאל האבן א קיום.

ווען אברהם און משה האבן מחדש געווען יהדות, האבן זיי אוודאי ארייגעלייגט זייער געפיל און קרבת אלקים אינעם רעליגיע. אבער די רעליגיע איז געווען באזירט אויף סטרוקטור. דינים און הלכות, און אלטע גוי'אישע מנהגים ויסודות. די חלק הרגש ווערט אייביג אויסגעקילט במשך'ן צייט, און איז דערפאר אן עבודת היחיד זיכער צו מאכן נישט צו בלייבן פוסט און ליידיג, א מאשין וואס טוט מצוות. אבער די חלק הסטרוקטור, נעמליך מצוות מעשיות והנהגות, דאס פארבלייבט לעולמי עד, אפגעזען וויפיל כוונה עס ליגט אין קאפ פון די וואס היטן איר אפ. דאס זעלביגע איז מיט יעדע רעליגיע.


ריכטיג. אבער קריסטנטום איז נישט אנדערש געווען אין דעם. ווילאנג קריסטנטום האט געזוכט צו אפעלירן צו אידן האט מען באמת נישט געטוישט די פרינציפן פון יהדות (אזוי האט דאך יעזוס געזאגט: "יפלו השמים והארץ ואל תפול אות אחת או תג אחד מן התורה"), און ווען קריסטנטום האט באשלאסן זיך צו ווענדן צו דער ברייטער וועלט פון דער רוימישער אימפעריע האט מען עס באזירט אויף רוימישע יסודות. די ענדערונג איז געקומען דורך שאול התרסי (סט. פאולוס, וועלכער קען אייגנטליך באטראכט ווערן ווי דער פאקטישער גרינדער פון קריסטנטום), און ער האט עס באזירט אויף יענע יסודות צו וועלכע די גויים זענען געווען געוואוינט - די רוימישע קולטור. ס'האבן זיך פארמירט פארשידענע קריסטליכע סעקטעס אין רוים - טייל מער ענליך צו פאגאניזם און טייל ווייניגער, און ס'האט גענומען הונדערטער יארן ביז זאכן האבן זיך אויסגעקלארט.

ווען מיר כאפן אן חסידות אלס דוגמא, דארף מען דאס צוטיילן צווישן דער בעש"ט און געוויסע שפעטערדיגע מנהיגים [לאמיר אנכאפן דעם מעזריטשער מגיד אלס דוגמא, וויבאלד ער האט אסאך סטרוקטירט חסידות]. דער בעש"ט איז גארנישט געווען אנדערש ווי סיי וועלכער אנדערער צדיק וואס וויל אריינלייגן רגש אין א טרוקענעם נפש. ער האט נישט געזוכט מפיץ צו זיין קיין מהלך, און ער האט נישט פרובירט מהפך צו זיין די וועלט. ער האט אפשר געהאט געוויסע מחודש'דיגע געדאנקען, אבער ער האט דאס געזאגט פאר געקליבענע תלמידים מקשיבים, אדער סיי ווער ס'איז געקומען צו אים. פונקט ווי די אנדערע בעלי שם, אדער משפיעים בדורינו.


איך בין נישט איבערצייגט אז דער בעל שם האט געזוכט צו אפעלירן נאר צו יחידים. איך מיין אז ער האט יא, פונקט ווי יעדע גוטע נשמה, געהאפט אז זיין תורה זאל זיך צעשפרייטן צווישן די אידישע מאסן.

ס'איז דא א מאמר חז"ל: אי אפשר לעולם בלא בוסם ובלא בורסקי. אשרי מי שאומנתו בוסם ואוי לו למי שאומנתו בורסקי (די וועלט קען נישט האבן קיין קיום אן קיין בשמים און אן מענטשן וואס ארבעטן אויס לעדער. וואויל איז דעם וואס זיין ארבעט איז מיט בשמים, און א רחמנות אויף דעם וואס מוז ארבעטן מיט לעדער). ובכן, ס'איז אמת אז די וועלט דארף האבן ביידע, סיי סטרוקטור און סיי נשמה, אבער די וועלט איז צעטיילט צווישן מענטשן (סיי פשוט'ע מענטשן און סיי גדולים) וואס ציען מער צו סטרוקטור, און אנדערע וואס ציען מער צו נשמה. וואויל איז דעם וואס ציט מער צו נשמה, און וויי איז צו דעם וואס ציט נאר צו סטרוקטור ;)

פארשטייט זיך, איך בין מסכים מיט דיר אז נשמה מוז ווערן אריינגעלייגט אין א כלי, אבער די פראגע איז צי ס'זענען דא יחידים אין דער וועלט וואס ווייסן פונקטליך וואו דער באלאנס דארף זיין. געפיל-מענטשן זענען עקסטרעם אויף איין זייט און סטרוקטור מענטשן זענען עקסטרעם אויף דער צווייטער זייט. למעשה ווערט די הארמאניע געשאפן נישט דורך יחידים וואס "ווייסן וואו דער באלאנס דארף זיין" נאר דוקא דורכדעם וואס יעדע זייט ציט אביסל צו שטארק צו זיך - און אזוי ווערט געשאפן א הארמאניע אינדערמיט. צו דעם ענין איז כדאי צו ליינען אן ארטיקל פון אחד העם מיטן קעפל "כהן ונביא" וואו ער ערקלערט די דיפערענץ צווישן דער ראלע פון "דעם נביא" וואס ברענגט ארויס זיינע אידעען אן קיין ממשות'דיגע כלי, קעגן דער ראלע פון "דעם כהן" וואס צווינגט אריין די ווערטער פונעם נביא אין סטרוקטור. ביידע זענען עקסטרעם אבער ווען די געזעלשאפט נעמט אריין ביידע קולות אין זיך פארמירט זיך א הארמאניע.

ווייטער, קלעטער אריין אין בודהיזם צו כמעט יעדע אנדערע רעליגיע. וועסטו זען אז זיי האבן נישט גע'הרג'עט די וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן. אפילו איסלאם מיטן שווערד, האט נאר גע'הרג'עט אין אנהייב כדי זיך מבסס צו זיין, אבער שפעטער האט מען געלאזט לעבן אונטער זייער הערשאפט [אפילו בימי מוחמד טענה'ן זיי, אז ער האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט אידן, נאר ענדליך צו אונזער טענה - אין געוויסע שטחים פון היינטיגן אראביע האבן זיי געוואלט ס'זאל זיין ריין פון אומגלויביגע אין זייער רעליגיע]. היסטאריש גערעדט, האבן אידן געלעבט גאנץ כמעשה אונטער די מוסולמענער רוב צייטן, און ערמארדעט געווארן יעדן שני וחמישי אונטער די קריסטן רוב צייטן.

ווען איך זאג אז קריסטנטום האט נישט געארבעט אלס סטרוקטור, מיין איך נישט די פונקט צו זייער איינפלוס איז געשטיגן אדער געשרינקען, נאר די מציאות הדברים אז דאס איז נישט געווען קיין אויסגעארבעטע סטרוקטור ווי אנדערע רעליגיעס. ס'איז געווען ווי חסידות, מיט אפאר עובד'ישע רעיונות, וואס איז נישט געאייגנט פארן כלל, וכנ"ל. ווען דאס איז געווארן נחלת הכלל, איז עס געווארן סטרוקטירט אן קיין ריכטיגע יסודות, דאס אויך ווי חסידות. די תוצאה ביי ביידע איז אייניג: עס איז געווארן פול מיט רשעות און געמיינהייט, ליידיג פון אריגינאלער תוכן און געפיל, און א נייע סטרוקטור וואס איז נישט געבויט אויף אלטע פונדאמענטן.


איך בין נישט מסכים מיט דיין אפשאצונג איבער קריסטנטום. ס'איז זייער שווער צו ציען א פאראלעל צווישן רעליגיעס, ווען אומצאליגע פאקטארן שפילן א ראלע אין די וועלטליכע ציוויליזאציעס. קריסנטום אין דער רוימישער ווערסיע וואלט אפשר געווען שיין, נאר די רוימישע אימפעריע איז איינגענומען געווארן דורך די גערמאנישע שבטים און דאס האט געברענגט צום אנהויב פונעם מיטלאלטער. ביסטו איבערצייגט אז די קריסטליכע קרעדא איז שולדיג אינעם ריקצוג פון אייראפע במשך די יארן פונעם מיטלאלטער? אפשר איז עס נאר געווען א רעזולטאט פונעם לעבנסשטייגער וואס די בארבארישע אינוואדירער האבן אנגעברענגט? אויסערדעם איז נישט ריכטיג אפצומאלן דאס בילד אזוי שווארץ און ווייס, ווי גלייך ביי קריסטן איז שטענדיג געווען שלעכט און ביי די מוסולמענער נישט. מיר קענען פירן וויכוחים אין היסטאריע, אבער איך האלט נישט אז ס'וועט עפעס צוגעבן צום שמועס.

בלויז צו באמערקן אין קורצן: די אפיציעלע דאגמע פון דער קירכע איז נישט געווען צו הרג'ענען אידן, נאר זיי האבן געהאט א ספעציעלן סטאטוס. דער ספעציעלער סטאטוס איז באשטאנען סיי פון פריווילעגיעס (אידן זענען געווען אונטערן שוץ פונעם קעניג, און צומאל אפשר אויך אונטער דער קירכע) און סיי פון רדיפות, פונקט ווי ס'איז געווען אין דער מוסולמענישער וועלט. די פאגראמען וועלכע פלעגן אויסברעכן זענען געווען אין דער בחינה פון עפעס וואס איז "קעגן דעם רבינ'ס רצון און איז קיינמאל נישט געווען אונזער דרך..." ס'איז נישט מער ווי נאטירליך אז אין בארבארישע סביבות האבן אידן געליטן מער צרות ווי אין ציוויליזירטע פלעצער, סיי ווען ס''האט זיך געהאנדלט פון מוסולמענער און סיי ווען ס'האט זיך געהאנדלט פון קריסטן. וויאזוי ס'זאל נישט זיין, איז דער וויכוח נישט רעלעוואנט צום עיקר שמועס.

בנוגע דיין אנדערן פונקט, אז קריסטנטום איז געווען ליידיג פון תוכן, נישט באזירט אויף פריערדיגע יסודות, האב איך שוין פריער געענטפערט אז ס'איז נישט אקוראט.

---

ווייטער קען מען זיך דינגען איבער פרטים, למשל מהיכי תיתי אז לאגיק ברענגט צו מענטשליכקייט, און געפיל ברענגט צו אכזריות. אימא איפכא. אזוי אויך קען מען זיך דינגען איבער קולטור, צו ס'איז טאקע א גוטע זאך אדער גאר א גורם פאר חורבן. וכהנה וכהנה. איך האב געשריבן מיינע הרהורי דברים, לויט ווי מיין לאגיק געבט אן, און מעגליך אז איך בין נישט גערעכט. אין סך הכל, איז עס ממילא געווען א גוטע אשכול און שיינע רעיון, און נאך טיפערע נמשל.


זיכער אן אינטערעסאנטע פראגע צו דעבאטירן. וואס איז מער מסוכן פאר דער מענטשהייט? ראמאנטיציזם אדער סטרוקטור? איך מיין אז ביידע זייטן האבן סכנות אין זיך. א מענטש קען זיין פאנאטיש דורך געפיל און א מענטש קען זיין פאנאטיש דורך סטרוקטור. דערפאר פאדערט זיך צו זיין קודם כל א גוטער מענטש, זיך רעכענען מיט אנדערע, און ערשט דערנאך קלערן וועגן גרויסע אידעעס. אויב די כוונה פונעם מענטש איז א גוטע און ער איז אויפריכטיג מיט זיך, גלייב איך אז א ראמאנטישער צוגאנג צום לעבן קען זיין א ברכה, נאר ווי געזאגט פריער ווענדט זיך עס סיי ווי אין דער נאטור פון מענטשן. קיין שום יחיד באשטימט נישט וויאזוי די געזעלשאפט זאל זיך פירן, נאר דער באלאנס ווערט אויסגעארבעט דורך די פארשידענע קולות פון ארום. אויב זאלן מיר פארשווייגן יעדן קול פון געפיל וועלן מיר ענדיגן מיט א זייער אומבאלאנסירטע געזעלשאפט...
מוצ"ש יאנואר 16, 2016 8:05 pm#317667
היסטארישע ראמאן: יעזוס קריסט
די געדאנק אז דאס היטן תורה ומצוות איז פשוט אלס סטרוקטור איז נישט קיין מהלך פאר א מאמין באמת און גלייבט אז אונזער היטן תו״מ איז וועגן א תכלית עליון אדער פשוט וועגן כך עלה ברצונו, און אויך די טענה אז די זענען געווען די חוקי התורה זענען דעמאלט געווען די אנגענומענע נארמע קוקט אויס ווי תורת גייגר ממקורו, איי פון רמב״ם איז דא אזא משמעות? א שווערע רמב״ם…
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 2:18 am#319289
איך האב צאמגענומען די פאעזיע און די שפעטערדיגע אפהאנדלונגען שיצאו תחת ידי,
אין איין לענגערן פי. די. עף. [13 בלעטער!].


להנאת הציבור:
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 8:21 am#319306
.
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 4:06 pm#346919
דער רב וואס האט געמאכט א קול קורא בחשיבותו של ישו...
ליינט אן אינטערסאנטער קאפיטל איבער: The Soloveitchik Who Loved Jesus.

דער רב איז ר' אליהו צבי סאלאווייטשיק, בן ר' יוסף בן הגר"ח. רא"צ'ס איידעם, איז געווען דער פאטער פון די באוואוסטע 'קרויזער' ברידער אין ירושלים, רבי בערל און רבי זונדל קרויזער זצ"ל.

רא"צ איז שוין פארבליבן א מוטל בספק, אם כשר היה או לא [הגם הרב צדוק כהן - הרב הראשי של צרפת, האט גאר געגעבן א הסכמה אויף זיין ביכל וואו ער רעדט אביסל בשבחו פון ישו].

דא, און דא, איז דא א גאנצע שמועס וועגן אים.
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 9:53 pm#346974
אלאדין: איין פיצינקע'לע, קליינטשיגע, פיטשימאנטשיק'ל פון אן הערה'לע דורך א בעל עגלה צו אזא הויעך-געשעצטן אינטעלעקטואל ווי דו שטעלסט זיך אהער...!
דו ציטירסט די גמ' וועלכע זאגט..."אי אפשר לו לעולם בלי ..."בושם"...ובלי בורסקי...אשרי מי שאומנתו ,,,"בושם"... ואוי לו למי שאומנתו בורסקי...!
דער הויך-געשעצטער, אינטעלעקטואל האט נישט מבחין געווען צווישן ..."בשם" מיט א פתח. און בושם, מיט א חולם. די ערשטע איז דער מענטש וואס באשעפטיגט זיך מיט בשמים. די צווייטע איז א שם דבר. די בשמים...!
דינסטאג אקטאבער 25, 2016 11:22 pm#352881
הוגה האט געשריבן:
איך בין מיט דיר בנוגע דער עיקר נקודה אז סטרוקטור האט א קיום און אן דעם וועט עס נישט אנהאלטן פאר צו לאנג. איך בין אבער נישט איבערצייגט אז דאס איז דוקא א חסרון און/אדער אז צוליב דעם דארף מען זיך אפהאלטן פון טון די ריכטיגע זאך. שוין יארן וואס איך טראכט איבער דער נושא, איך האב שוין פארברענגט שעות על גבי שעות אדורך צו טון דער נושא מיט גרויסע חכמים און איך בין נישט קאנווינסד אז דער "סטרוקטור" טענה טוישט עפעס. דאס הייסט אז איך בין מודה צום הנחה אבער איך זעה נישט אז די הנחה איז מחייב עפעס. אדרבא, ביטע ערקלער וואס מאכט דיר אזוי זיכער דערמיט.



צו מיין בייז וואונדער, האב איך היינט אנטדעקט אן אלטער שטיקל ATUB @הוגה ATUB , וואס זינגט גאר אן אנדערער ניגון, וזל"ק:
הוגה האט געשריבן:
די גאנצע institutionalization פון יהדות, תורה ומצוות האט זיך אנגעהויבן סוף בית שני, און די לענגער מ'איז געווען אין גלות איז עס אלץ מער און מער פארמערט געווארן. די סיבה הפשוטה דערויף איז ווייל אן א סיסטעם און אן א פונקטליכער סדר היום, השבוע, השנה והחיים, וואלט די גאנצע אומה היהודית געקענט פארגעסן און פארמישט ווערן. וויאזוי וואלט מען אויסגעזעהן ווען זיין א איד אין מאנהעטן מיינט עסן נאר ציגעלעך מיט באני רעביטס, און אין דייטשלאנד מיינט א איד איינער וואס זאגט שיין העלאו צו יעדעם איינעם, אין אינדיע מיינט א איד איינער וואס מעדיטעיט 3 מאל א טאג, אין ראמעניע מיינט א איד איינער וואס זינגט שיינע מנוחה ושמחה'ס וכו' ? האבן די מנהיגים אוועקגעשטעלט א פונקטליכע סיסטעם די א. ג. יסודות היהדות וואס עס מיינט צו זיין א איד, וואס אלע אידן (אויסער די אידן וואס זענען די אנדערע זייט סמבטיון...) וועלן זיך פירן די זעלבע. אלע יומי דפגרא זענען די זעלבע, מען דאווענט דריי מאל א טאג, די עיקרי תפילות זענען זייער ענליך, די מצוות האבן א געוויסע parameter וכדו'. פארשטייט זיך אז אלעס איז מיוסד אויף די תורה בדרכי הפרד"ס.


והגם שיש ליישב ולחלק ולדקדק ולומר שיש שני דינים, וכנהוג אצל אחב"י אשר בליטא, וועט מען אבער לאחר העיון זען אז די צוויי ענינים זענען יא פארבינדן.

לכן נראה באחת מן השתים: א' - אינעם צווייטן תגובה פון הוגה, זאגט ער נאר א פאקט אבער דינגט זיך אויך מיטן תועלת [ודבר זה צ"ע, בין מסיבת הדבר, ובין מלשון הפשוט של הוגה]. ב' - אזויווי די גמרא זאגט אויף רבי, הא בילדותיה הא בזקנותיה.

יעצט פארבלייבט אונז איבער צו הערן פון הוגה'ן זעלבסט זיין דעה, הגם איך בין זיכער אז ער וועט נעמען די 'איזי' וועג ארויס, דורכן מחלק זיין צווישן מיין לשון איבער סטרוקטור, און זיין לשון איבער סיסטעם און institutionalization...
מיטוואך אקטאבער 26, 2016 11:05 am#352907
איך זאג אין ביידע תגובות די זעלבע זאך ולא פליגי בכלל. איך האלט אז נאר א סטרוקטשערד סיסטעם קען האבן א קיום פאר א פארצויגנע תקופה. איך פארשטיי אז צוליב דעם האבן די פירער פון רעליגיעס, סיי די אידישע און להבדיל אלע אנדערע, סיסטעמיזירט זייערע רעליגיעס טראץ דעם וואס זייער גאנצע רעליגיע האט ארויסגעשפראצט אלס אן אנטי סיסטעם מאוומענט. און מיין שאלה עדיין במקומה עומדת. איז עס מיין אחריות צו מאכן זיכער אז אידישקייט ציט זיך ווייטער? דארף איך קאמפרימייזען אויף מיין וואוקס און מיינע השגות מיט די דאגה איבער די קומענדיגע דורות? אפשר איז די ריכטיגע זאך צו טון וואס איך האלט איז ריכטיג פאר מיך און לאז די וועלט זיך אליינס קער נעמען, היינט און אין די צוקונפט?


.
זונטאג יאנואר 15, 2017 8:46 am#359763
בין איך נישט דא געווען ביי ביידע ניטלעך, אבער מ'קען אייביג משלים זיין מיטן ארויפברענגען דעם אשכול צום אויבערפלאך.
זונטאג יאנואר 15, 2017 2:39 pm#359781
און געט מיר נאכמאל די געלעגענהייט אויסצודרוקן אפשיי. איבער די גלאריפיקאציע פון די טומאה! פוי!
זונטאג יאנואר 15, 2017 4:57 pm#359794
ייש"כ.

א מחאה לש"ש איז אלעמאל באגריסנווערד.
זונטאג דעצעמבער 24, 2017 11:38 pm#391975
שש משזר האט געשריבן:ליינט אן אינטערסאנטער קאפיטל איבער: The Soloveitchik Who Loved Jesus.

דער רב איז ר' אליהו צבי סאלאווייטשיק, בן ר' יוסף בן הגר"ח. רא"צ'ס איידעם, איז געווען דער פאטער פון די באוואוסטע 'קרויזער' ברידער אין ירושלים, רבי בערל און רבי זונדל קרויזער זצ"ל.

רא"צ איז שוין פארבליבן א מוטל בספק, אם כשר היה או לא [הגם הרב צדוק כהן - הרב הראשי של צרפת, האט גאר געגעבן א הסכמה אויף זיין ביכל וואו ער רעדט אביסל בשבחו פון ישו].

דא, און דא, איז דא א גאנצע שמועס וועגן אים.

כ'האב געטראפן אן אשכול וואו מ'רעדט איבער איינע פון הרב סלאווייצ'יקס ספרים איבער די ברית החדשה און איר שייכות צום אידישן אמונה: m http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... um_id=1364 m

אזוי אויך האב איך געזען אז ס'שוין דא א ביכל אויף דעם אינטערעסאנטער פערזענליכקייט: m https://books.google.com/books?id=tk2Qt ... EQ6AEIKTAA m
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 2:16 pm#420023
לא היו ימים טובים לישראל - כפשוטו.

נו, שוין, זאל די נשמה האבן אן עלי'.